Cheim האט געשריבן:דעם מעלאדיע אין ווערטער איז גרייט אזוי ווי עס איז צו זינגען שבת ביינאכט ביים באטע נאכדעם וואס די שבת זייגער האט שוין אויסגעלאשן די לעקטער און נאר די שבת לעכט ברענט נאך....
ווארענונג: די מעלאדיע קלינגט און קאפ פאר א לאנגע צייט נאכן הערן https://youtu.be/_xEDCg-9lIw
זיי זענען יודישע נוצרים, אמאל האט מען זיי געריפן משומדים.
די מיטעלסטע פרוי פון פארנט איז א גרויסע רעביצין זי הייסט רעב. ש. ליבערמאן
(כ'ווייס די עולם איז הייס צי וויסן איר ערשטע נאמען, אבער אויב ווערן ענק נכשל מיט ז"ל איז עס נישט מיין אחריות......נו זאג שוין...... אקעי, זי הייסט שרה)
שרה ליברמן? עס סאונד היימיש....
אז מען רעדט שוין וועגן ניגינים מוזיק איז כדאי צו ערווענען די גרענד אלעי אפרי וואס איז לכאורה די עלטסטע און לענגסטע אנגייענדיגע מוזיקה שאו וואס גייט שוין אן פאר צענדליגע יארן אין נעשוויל טענעסי און ווערט געליפטערט וועכנטליך אויף טעלעוויזיע דורך סירקל אלל
עקסעס ווי אויך אויף wsm radio און אויך אויף יו טוב אויף די טשענלס פון גרענד אלע אפרי און סירקל אלל עקסעס
אם ירצה השם ביי אנדערע געלעגנהייט האף צו באשרייבן אין א באזונדערע אשכול די היסטאריע פון קאנטרי מוזיקה בכלל און וועגן די גרענד אללע אפרי בפרט ווייל ביז דערווייל האב איך נאכנישט געזען איינער זאל דאס באשרייבן דא אויף קאווע שטיבל . נאר איין זאך איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז ווען איך האב מיר די לעצטע מאל געטראפן מיט מיין צוקונפטיגע שוויגער און זעענדיג זייער הייזקע בעלי חיים און אזוי ווייטער האב איך מיר צוזינגען I am a country boy I got a 4 wheel drive האב איך איר געפרעגט פון וועם איז עס האט זי מיר געזאגט דשאן דענווער למעשה שפעטער האב איך דאס נאכגעזוכט האב איך געזען אז עס איז גאר פון עלען דזשעקסאן .... שוין האב מיר שוין וואס צו רעדן ביי די נעקסטע סעודה
Re:
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 9:20 pm
דורך ברוך שפינוזה
היסטאריע האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 25, 2022 5:00 pmדער תנועה איז אזוי אידיש, לכאורה איז עס גע'גנב'ט פין אונז.
דערמאנט מיר אביסל פון די נעדערלאנדישע סאקקער טיעם AJAX וואס רופן זיך "Super Joden" און זינגען אידישע ניגונים. זיי האבן גראדע א זיסע chant:
A: Where do Jews come from?
B: Israel, far from here.
A: Do super jews live there also?
B: Yes, super jews live there
A: Do jews like football?
B: Only when they're for Ajax
A+B: Amsterdam Amsterdam Amsterdam
Re: ניגונים וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה
נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2024 1:10 am
דורך berlbalaguleh
ס'איז דא א בארימטע (אמעריקאנער) ליד וואס הייסט "קאנטרי ראודס". דער תמצית פון דעם ניגון איז אז אן אמעריקאנער (גוי) וואס איז געבוירן אין די שטאאט וועסט ווירדזשיניע בענקט זיך צוריק אהיים. און ער בעט אז די קאנטרי ראודס זאללן איהם פירן צוריק צו זיין היים אין וועסט ווירדזשיניע.
ער רעכנט אויס דארט אלע שיינע נאטורליכע זאכן וואס ער באגעגנט אין מיטן וועג. אזוי ווי די בערג און און די טאלן און דעם טייך שענאנדאוא.
מ'וואלט עס געדארפט מעלה זיין צו די קדושה. דורך איינעם פון אונזערע היימישע אידישע זינגערס אזוי ווי מרדכי בן דויד אדער ליפא שמעלצער אדער אברהם פריעד. מיט ווערטער (ליריקס) וועלכע רעדן איבער די בענקשאפט וואס א יעדער (נארמאלער) איד האט צו ירושלים און ארץ ישראל.
אפשר דורך די היינטיגע זינגערס ווי. מאטי אילאוויטש. אייזיק האניג, לוי פאלקאוויטש, וכו' וכו'.
Re: ניגונים וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה
נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2024 1:27 am
דורך מנחם מנדל
בערל, לוי פאלקאוויטש האט עס איינמאל פרובירט צו טוען מיט א אנדערע ניגון פשוט געוואלט מעלה זיין די ניצוצות, אוי האט ער געכאפט פאר דעם.
Re: ניגונים וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה
נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2024 1:58 am
דורך berlbalaguleh
רוב פון די"קנאים" ווייסן נישט פון וואו דאס קומט. און די וואס ווייסן יא זענען (דאך) שוין ממילא פארדארבן.
נאר ווער ס'קען א ביסל די היסטאריע פון אידישע נגינה ווייסט אז אפילו ביי די אמאליגע צדיקים האט מען געזינגען ניגונים און מארשן גענימען פון די רוסישע און פראנצויזישע מיליטער. אפילו גאר התעוררות'דיגע ניגונים וואס מ'זינגט ר"ה און יום כיפור ביים דאווענען.
דער איד האט געשריבן אז דער קאמפאזיטאר פון דעם ניגון איז געווען א שיכור. מילא ער האט דאך געמוזט אזוי שרייבן כדי יוצא צו זיין אז ער שרייבט בגנות הציונים. ער קען דאך נישט שרייבן אז א גערער אדער וויזשניצער חסיד האט עס פארפאסט ביי שלוש סעודות.
Re: ניגונים וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה
נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2024 6:16 am
דורך קלאטשער
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 08, 2024 1:58 am
רוב פון די"קנאים" ווייסן נישט פון וואו דאס קומט. און די וואס ווייסן יא זענען (דאך) שוין ממילא פארדארבן.
נאר ווער ס'קען א ביסל די היסטאריע פון אידישע נגינה ווייסט אז אפילו ביי די אמאליגע צדיקים האט מען געזינגען ניגונים און מארשן גענימען פון די רוסישע און פראנצויזישע מיליטער. אפילו גאר התעוררות'דיגע ניגונים וואס מ'זינגט ר"ה און יום כיפור ביים דאווענען.
Re: ניגונים וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה
נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2024 1:36 pm
דורך סקעפטיקער
קלאטשער האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 15, 2024 6:16 am
דער ניגון פון התקוה איז אריגינעל א באבובער ניגון נתחבר געווארן דורך דער קדושת ציון אויף "יום ליבשה". ווען מען האט איהם מודיע געווען אז די ציונים האבן דאס גענומען פאר זייער הימנון האט ער אויפן פלאץ פארפאסט א אנדערע ניגון אויף "יום ליבשה" און מער נישט געזונגען די ערשטע.
עס איז דא אזא מעשה אבער נישט מיט "התקוה"
Re: ניגונים וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה
נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2024 11:32 am
דורך שוואכער
איך האב יא געהערט די מעשה אויף התקוה, אבער נישט אז "מען האט איהם מודיע געווען אז די ציונים האבן דאס גענומען פאר זייער הימנון", נאר אז ביים מחבר זיין דאס ניגון האט מען אים מודיע געווען אז עס ענדלט צו די - שוין פארפאסטע - התקוה
Re: ניגונים וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה
נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2024 3:14 pm
דורך גארטל
פארוואס מעג מען נישט זינגען אן אייגענע ניגון וואס די ציונים האבן נאכגעזינגען?
Re: ניגונים וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה
נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2024 3:23 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז אזוי ווי דער מגן דוד, פאר די ציונים האבען עס גענוצט איז עס געווען כשר וישר
אזוי ווי מען טרעפט ביי לא תעשה לך מצבה אשר שנא ה' אלקיך ווען די עובדי עבודה זרה האבען אהנגעהויבען דאס צו נוצען פאר זייערע עבודה זרה
Re: ניגונים וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה
נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2024 3:29 pm
דורך וויטשי וואסער
דער ניגון אויף וואס מען זינגט התקוה איז עלטער פון קדוש"צ. מען האט דאס שוין געזינגען ביי תלמידי הבעש"ט. דער ניגון איז רעלאטיוו א קורצע, צוויי דריי פאל. ווידער דער פיוט יום ליבשה - און אזוי אויך דער ניגון דעראויף פון קדוש"צ איז א לענגער און גרעסערע (און רעלאטיוו) קאפלאצירטע געביידע.
די גירסא וואס איך האב מקבל געווען איזט אזוי, די ערשטע תנועה פון קדוש"צס יום ליבשה האט ער זיך באנוצט מיטן ערשטע תנועה פון אן אלטע חסידיש ניגון (אט ווי אין זיין באקאנטע י"ה ריבון באנוצט ער זיך ביים אריינפיר צו למקדשך מיט א ניגון פון רבי רבי הירש רימינעווער...). אזוי ווי מען האט אים דערציילט אז די ציונים זינגען דאס אויף זייער הימנע האט ער געביטן דעם תנועה אויף די פאר ווערטער "יום...". מען זאגט אז ס'דערקענט זיך טאקע אין דעם "יום! יום! יום!" אן אויסדרוק פון פראטעסט.
Re: ניגונים וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה