בלאט 5 פון 5

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 4:55 am
דורך באהעלפער
מינות? כ'מיין אין ישראל איז דא מער מאמינים בתורתינו הקדושה ווי אין ווילי
דאונט געט מיר ראנג. איך האב ליב ווילי, און נאכמער ראדני'ס הייסע מקוה...
אבער די ליסטע פון פושעים וואס כ'הער מיך אן דארט, און די ליבשאפט וואס איך שפיר אין די אגודיסטישע קהילות, איז א קאנטראסט שמים וארץ.
מינות איז איינער וואס גלייבט נישט אין צדיקי הדור, און זאגט אז 'אמאל' איז געווען אבער גאט שלאפט, און והאיש משה לא ידענו. דאס איז מינות, מלכות המינות

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 5:34 am
דורך מרדכי מרדכי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יום טוב שני דארף מען האלטן סייווי ווייל אין חוץ לארץ האט מוצאי יום טוב נאך קדושת יום טוב ווייל לויט'ן גוי'אישן רעכענונג ענדיגט זיך די טאג אינמיטן נאכט און די קדושה צושפרייט זיך אויפ'ן גאנצן מארגענדיגן טאג. מאנכע מיינען אז יום טוב שני איז עפעס ווייניגער הייליג ווי די ערשטע טאג יום טוב ווען באמת איז עס נישט ריכטיג כדלעיל, דאס וואס ס'שטייט אז די צווייטע טאג יום טוב האט א דין פון א מנהג איז פשוט ווייל די קדושה פון איין טאג איז צוטיילט אויף צוויי טעג מילא איז עס שוואכער, און דערפאר על פי האמת האבן ביידע טעג טאקע א דין פון א מנהג. (באמת היינטיגע צייטן האט יעדע דאורייתא א דין פון א דרבנן, אבער דאס איז א שמועס פאר זיך.)
איך האב אמאל געהערט מעשיות אויף צדיקים אז זיי האבן געוואלט פארן זיך משתקע זיין אין ארץ ישראל און יום טוב איז אנגענומען און זיי האבן נישט געשפירט א קדושה די צווייטע טאג און זיי זענען געבליבן אין חוץ לארץ.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 8:57 am
דורך באהעלפער
מרדכי מרדכי האט געשריבן:

וואס האט דאס מיט דעם סיסטעם?