בלאט 5 פון 6
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 9:23 pm
דורך ברוך שפינוזה
יידל האט געשריבן:האקסט אין קאפ.
די אינשורענס קאמפאניעס קריגן מיט אייך.
נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2018 6:04 pm
דורך chosen people
שוין די בעלזער האט זיך אויכט אויסגעלערנט צו ניצען די טעם הכמוס.
נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2018 7:35 pm
דורך וואלווי
די אלע טעם הכמוס'ער זענען נאר באזונדער ווייל אין איסור כמוס חל על איסור כמוס?
אדער כמוס חל על כמוס. למשל, מעג מען עסען מאשין מצות אין א קאר וואס א פרוי דרייווט אין א געגענט וואס האט אן עירוב?
Re: מעגן פרויען דרייווען ?
נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2018 4:06 am
דורך קלוגע יודל
chosen people האט געשריבן:שוין די בעלזער האט זיך אויכט אויסגעלערנט צו ניצען די טעם הכמוס.
שוין געהאפט אז עס וועט זיין א דורכברוך [emoji53]
#Sad
נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2018 4:26 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואס האסטו געמיינט? דער בעלזער רבי וועט צולאזן אז א בעלזער חסיד מיינט אפגעפארן? אלע זיין אויבער חכמות זענען גוט פאר מינדערוויכטיגע זאכן, אבער מקריב זיין די חיצוניות וועט ער קיינמאל נישט. ער איז נישט סואיסיידעל (איך האף).
נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2018 9:49 am
דורך אבי גערעדט
איך קען זעהן אז ווען ער זאל ווען זיין מיט א צוואנציג דרייסיג יאר אינגער, מיט די דעמאלטסדיגע באליס און היינטיגע אומשטענדן וואלט ער עס ווען ערלויבט, אבער ער איז שוין אלט און טראכט שוין פון די וועלט וואס קומט
נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2018 11:10 am
דורך תורה ומדע
לשיטת בעלז איז דער רבי גערכט. אבער לענ״ד איז דער רוזינער דרך מער צוגעפאסט צום היינטיגען דור און איהרע טשעללענדשעס. און דער בעלזער רבי ווייסט דאס גאנץ גוט. דער פראבלעם איז אז אין אנדערע ענינים האט ער יא אדאפטירט דער רוזינער דרך ווי צום ביישפיעל לערנען חומש מיט מיידלעך, לערנען מיט בחורים לימודי חול (מונטריאול), שייטלען, פטור ווערען פונעם טערקישן טלית, א שיינעם מאדערנעם שוהל וואס שפיערט זיך ווי אין א האטעל אדער לופט פעלד, עסען מיט עסצייג, והרבה כאלו. כמיין אז ער האט פשוט מורא פון נאך א אנלויפעניש מיט די קיצוניים אין ירושלים, ב״ב, און וויליאמסבורג. וואס זאל איך אייך זאגען: it’s sad.
נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2018 11:20 am
דורך תורה ומדע
אבטולמוס האט געשריבן:אין זיין פערזענליכן לעבן לעבט ער אויך מיט שיטת רוזין.
אוי אוי

נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2018 11:49 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'קען לאזען בחורים לערנען לימודי חול, און די אלע זייטיגע זאכען. שייטלעך זענען נאכאלס אין שפאן מיט די פרומערע עלעמענט פון די חסידישע גאס. נאר דאס קען ער נישט זע'ען אז אין גאס זאלען הייסען בעלזער חסידים די מקילים. זיי וועלען ווערען ווי ליובאוויטש, די מאדערנע חסידים. ער איז א פולקאמע חלק פון די גאס, נישט קיין עכטע אייגענארטיגע מענטש, און ער וויל זיין כבוד אין גאס, ופשוט.
נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2018 12:05 pm
דורך [NAMELESS]
וואס איז דאס שיטת רוזין?
נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2018 12:07 pm
דורך [NAMELESS]
אבטולמוס האט געשריבן:אין זיין פערזענליכן לעבן לעבט ער אויך מיט שיטת רוזין.
דער סטעיטמענטס קומט גראד פון דעם התאחדות טישל במחכ"ה
נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2018 1:00 pm
דורך וואלווי
בן אדם האט געשריבן:אבטולמוס האט געשריבן:אין זיין פערזענליכן לעבן לעבט ער אויך מיט שיטת רוזין.
דער סטעיטמענטס קומט גראד פון דעם התאחדות טישל במחכ"ה
צו ס'געפלט יא וואס בעלזער רב טוט אדער נישט, קומט עם קרעדיט פאר זיין היבש אן אייגענארטיגער אינדיפענדענט מנהיג וואס מ'טרעפט נישט ביי אנדערע מנהיגים.
און ניין איך בין נישט קיין בעלזער און נישט קרוב לזה.
נשלח: פרייטאג יאנואר 19, 2018 7:53 am
דורך אייז קריעם
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס האסטו געמיינט? דער בעלזער רבי וועט צולאזן אז א בעלזער חסיד מיינט אפגעפארן? אלע זיין אויבער חכמות זענען גוט פאר מינדערוויכטיגע זאכן, אבער מקריב זיין די חיצוניות וועט ער קיינמאל נישט. ער איז נישט סואיסיידעל (איך האף).
גיט אפגעטייטשט שיטת בעלזא מהרי"ד השני
נשלח: פרייטאג יאנואר 19, 2018 10:27 am
דורך תנא קמא
געזען די וואך א חסידישע פרוי מיט בלויז א טיכל אראפלייגן אירע קינדער ביי ילד וילדה אין בארא פארק. נישט קיין ספרדי אדער בעל תשובה. א היימישע מאנרוי אידיש. wow
נשלח: פרייטאג יאנואר 19, 2018 10:30 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז זייער נישט שיין, אזא אויפפירונג. מ'מעג נישט גיין בלויז א טיכל.
מ'דארף גיין שיך און שטרימפ, א בלוזקע וכו'.
בפרט ימי השובבי"ם.
נשלח: פרייטאג יאנואר 19, 2018 10:51 am
דורך געוואלדיג
אוודאי נישט קיין בעלת תשובה, א בעלת עבירה

נשלח: פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:28 am
דורך [NAMELESS]
און דו לעבסט נישט מיט שיטת רוזין?
נשלח: פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:56 am
דורך תורה ומדע
בן אדם האט געשריבן:וואס איז דאס שיטת רוזין?
שיטת רוזין איז די שיטה פון די הייליגע רוזינער קינדער פון איבער 150 יאהר צוריק אין גאליציע וועלכער האבען געהאלטען אז דאס אידישע געמיינדע זאלל זיין מער אינטעגרירט מיטן גענעראלער געזעלשאפט. און דאס וועט ברענגען טובות ברוחניות ובגשמיות. דער סאנדזער רב זצוק״ל איז געווען גאר דערקעגן כידוע. אויך די בעלזער רביים , טראץ דעם וואס זיי האבען שטארק געהאלטען פון די רוזינער צדיקים, זענען ניט מיט געגאנגען מיט אט דעם מהלך. היינט זעהן רוב מנהיגי ישראל אז דאס איז דער איז דער מהלך וואס וועט קען האלטן אידען ביז משיחן.
נשלח: פרייטאג יאנואר 19, 2018 12:15 pm
דורך [NAMELESS]
אין סאטמאר האט מען געהאלטן אז די מחלוקת איז ווייל מ'האט געהאלטן די רבי גרעסער ווי די תורה, ד.ה. אויב די רבי וועט הייסן עובר זיין א הלכה וועט מען ענדערש פאלגן דעם רבי'ן ווי די תורה, עכ"פ אזוי האט ער חושש געווען (לויט געוויסע חוקרים איז דאס געשען נאך די לעווער פרשה וואס אפאר חסידים האבן נישט אויפגעגעבן זייער אמונה אינ'ם רבי'ן). ס'איז נאר אינטרעסאנט צו זען צו ביים סאטמאר רבי'ן איז נישט געווען / נאך אלס די סארט אמונה. והראיה, דאס גאנצע תורת הקנאות און וואס ס'האט מיט געברענגט מיט זיך, איז דאס נישט קעגן די תורה?
אבער היינט איז סאטמאר (בעיקר די אויפגעקלערטע וואס קענען זיך נישט דערזען מיט א באשעפער אן סאטמאר) אויפגעקומען מיט א נייע סברה. אז די רוזינער שיטה איז לכאורה די זעלבע פון זייערע היינטיגע רבי'ס, נעליך, צו לעבן מיט לוקסוס אינדערצייט ווען די 'פארגלייבטע' חסידים האבן נישט קיין לחם לאכול. ובזה יצאו ידי שניהם; איינס, אז די רוזינערס זענען אפגעפרעגט, און צוויי, אז די פריערדיגע סיגוט-סאטמארע צדיקים זענען געווען די הייליגסטע, אבער די היינטיגע זענען שוין ר"ל אפגעפארן צום רוזינער דרך - ממש קעגן וועמען די פריערדיגע האבן לוחם געווען!
נשלח: פרייטאג יאנואר 19, 2018 1:25 pm
דורך קאוריג
איך האלט אז די גאנצע בריוו פונעם בעלזער איז געפערליכע קלאפ פאר די חסידישע סיסטעם
ביז היינט איז דרייוון געווען א אומאפיציעלע אנגענומענע זאך ד.ה. אז ווען געוויסע האבן מקיל געווען, איז עס נישט געווען אפיציעל אפגעפארן נאר מער אזא קלות זאך, (לדוגמא: אמאל פלעגט בעלז מאנסי אפיציעל אננעמען קינדער פון שטובער וואס די מאמע האט געדרייווט, היינט איז עס מער לימיטעד) ד.מ. ס'איז נישט געווען א אפיציעלע שטעלונג פון די פארטיי בנוגע דרייוון, די פרומע פיליאלעס האט געהאט שטרענגערע רולס, און די אפענערע ברענטשעס האבן זיך צוגעשטעלט צו די עלטערן פון די מוסד אין די געגענט.
יעצט איז עס געווארן א דאקומענטירטע שיטה פון בעלז
נשלח: פרייטאג יאנואר 19, 2018 1:39 pm
דורך berlbalaguleh
תנא קמא האט געשריבן:געזען די וואך א חסידישע פרוי מיט בלויז א טיכל אראפלייגן אירע קינדער ביי ילד וילדה אין בארא פארק. נישט קיין ספרדי אדער בעל תשובה. א היימישע מאנרוי אידיש. wow
תנא קמא: פון ווי ווייסטו וואספארא שפראך/אקצענט די פרוי רעדט. אויב דו האסט זי נאר געזעהן אראפלייגן די קינדער...!
נשלח: פרייטאג יאנואר 19, 2018 1:53 pm
דורך berlbalaguleh
אבטולמוס האט געשריבן:בן אדם האט געשריבן:אבטולמוס האט געשריבן:אין זיין פערזענליכן לעבן לעבט ער אויך מיט שיטת רוזין.
דער סטעיטמענטס קומט גראד פון דעם התאחדות טישל במחכ"ה
ווי קומט דא אריין התאחדות טישל? אפשר ווייל רוב חברי התאחדות הרבנים לעבן אויך מיט שיטת רוזין?
ראובן: גאנץ וויליאמסבורג לעבט מיט די שיטה. די געגנט איז דאך ידוע פאר די העדקווארטערס פון די היימישע לוקסוס סטייל. געוויסע משפחות דארט זענען די טרענד סעטטערס.
אויף די היימישע, אונגערישע וויליאמ-פעסטער שפראך הייסט דאס ..."פלאנץ"... מיט א קמ"ץ רפה. אזוי ווי די ליטווע(--)קעס זאגן ארויס א קמ"ץ...!
אינטרעסאנט אז אויף ענגליש הייסט דאס ממש אזוי..."Flaunt"...צו ווארפן זיך אין פנים מיט'ן לוקסוס.!
נשלח: מוצ"ש יאנואר 20, 2018 8:42 pm
דורך שמעון וואלף
תורה ומדע האט געשריבן:לשיטת בעלז איז דער רבי גערכט. אבער לענ״ד איז דער רוזינער דרך מער צוגעפאסט צום היינטיגען דור און איהרע טשעללענדשעס. און דער בעלזער רבי ווייסט דאס גאנץ גוט. דער פראבלעם איז אז אין אנדערע ענינים האט ער יא אדאפטירט דער רוזינער דרך ווי צום ביישפיעל לערנען חומש מיט מיידלעך, לערנען מיט בחורים לימודי חול (מונטריאול), שייטלען, פטור ווערען פונעם טערקישן טלית, א שיינעם מאדערנעם שוהל וואס שפיערט זיך ווי אין א האטעל אדער לופט פעלד, עסען מיט עסצייג, והרבה כאלו. כמיין אז ער האט פשוט מורא פון נאך א אנלויפעניש מיט די קיצוניים אין ירושלים, ב״ב, און וויליאמסבורג. וואס זאל איך אייך זאגען: it’s sad.
שייטלעך האט נאך ר' אהרע'לע בעלזער ז"ל מתיר געווען, אזויווי אסאך אנדערע זאכן וואס ער האט געטוישט נאך די מלחמה. לכאורה האט ער פארשטאנען אז ס'איז אן אנדערע וועלט פון אמאל און מ'דארף בוחר זיין הרע במיעוטו טאמער וויל מען נישט אלעס פארלירן.