בלאט 5 פון 27
נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 9:31 pm
דורך נולד מאוחר
איך שיק צי מיר אליין מעסעדזשעס . למשל איך דארף אראפשרייבען א קאנפערמעשן נומבער אדער טעלעפאן נומבער, און איך דארף עס נישט פאר שפעטערניץ יך נישט notepad. איך שיק עס צי מיר אליין מיט וואטס עפפ. ס'ארבעט.
נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 9:47 pm
דורך נייגעריגער
זיי דיך פליז בעסער מסביר מיסטער "נולד מאוחר", ווען דו ווילסט עפעס שעהרען אדער סתם שיקן א מעסעדזש אויף וואטסעפפ קומט דיך ארויף א ליסטע פון אלע נומערן אין דיין קאנטעקט ליסט וואס האבן וואטסעפפ אויף זייער טעלעפאן. יעצט וויאזוי שיקסטו צו דיר אליינס? דו ביסט דאך נישט אין די ליסט אפילו אויב האסטו א מיי נאמבער קאנטעקט, איז וואס טוסטו?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 1:12 am
דורך נולד מאוחר
נייגעריגער האט געשריבן:זיי דיך פליז בעסער מסביר מיסטער "נולד מאוחר", ווען דו ווילסט עפעס שעהרען אדער סתם שיקן א מעסעדזש אויף וואטסעפפ קומט דיך ארויף א ליסטע פון אלע נומערן אין דיין קאנטעקט ליסט וואס האבן וואטסעפפ אויף זייער טעלעפאן. יעצט וויאזוי שיקסטו צו דיר אליינס? דו ביסט דאך נישט אין די ליסט אפילו אויב האסטו א מיי נאמבער קאנטעקט, איז וואס טוסטו?
מיין סעל נומבער האב איך געסעוועד אלץ איינע פון מיינע קאנטעקטס און מיין פאן בואק, נישט מיין וואטס עפפ קאנטעקטס. ווען איך עפען עני פון מיין פאן באוק קאנטעקטס האב איך דעם אפשין פון קאלן אדער טעקססטן דעם קאנטעקט. ווען איך דרוק דעם טעקסט קנעפעל, געט ער מיר צווי אפשינס sms אדער וואטס עפפ. איך סעלעקט וואטס עפפ און שיק מיר אליין א מעסעדזש.
וואנס איך טו עס איימאל בלייבט שוין אלץ און מייין וואטס עפפ קאנוועסעשן ליסט, מייין אייגענע סעל נומבער אלץ איינס פון מיינע קאנווערסעשנס.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 1:22 am
דורך געפילטע פיש
און פארוואס קענסטו זיך נישט טעקסטען? וואס פעלט דיר אויס עס צו טוהן אין וואטס-עפפ?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 1:31 am
דורך נולד מאוחר
געפילטע פיש האט געשריבן:און פארוואס קענסטו זיך נישט טעקסטען? וואס פעלט דיר אויס עס צו טוהן אין וואטס-עפפ?
ביזט גערעכט. איך ווייס נישט פארוואס אבער איך גלייך מער וואטס עפפ ווי סמס.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 1:34 am
דורך נולד מאוחר
נייגעריגער האט געשריבן:אלא מאי, רעדסטו פון צוויי אנדערע פאונס וואס זענען אויפן זעלבן פאון נאמבער, הלוואי זאל ווען זיין אזא זאך, איך האב עס שוין פראבירט ולא עלתה בידי, מ'קען
אפעציעל [זעה דא וואטסעפפ וועבסייט] נישט וועריפיין איין נאמבער אויף צוויי דעווייסעס!
דרך אגב אויב למשל די ווילסט ניצן וואטס עפפ פון דיין דעסקטאפ קענסטו ניצן אפי דיין האם נומבער פאר א צווייטע נומבער.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 5:51 am
דורך נייגעריגער
נולד מאוחר האט געשריבן:איך שיק צי מיר אליין מעסעדזשעס . למשל איך דארף אראפשרייבען א קאנפערמעשן נומבער אדער טעלעפאן נומבער, און איך דארף עס נישט פאר שפעטערניץ יך נישט notepad. איך שיק עס צי מיר אליין מיט וואטס עפפ. ס'ארבעט.
געפילטע פיש האט געשריבן:און פארוואס קענסטו זיך נישט טעקסטען? וואס פעלט דיר אויס עס צו טוהן אין וואטס-עפפ?
נאו איי גאט איט וועגן זיך אליין מעסעדזשען אין וואטסעפפ איי פארוואס טאקע דארף איך עס כ'קען דאך נוצן סמס אדער אימעיל?? איז קודם כל איז וואטסעפפ שנעלער און געשמאקער, און חוץ פון דעם האב'ך עס געוואלט וויסן לשם ידיעה און נישט אזוי שטארק לשם מעשה!
נולד מאוחר האט געשריבן:דרך אגב אויב למשל די ווילסט ניצן וואטס עפפ פון דיין דעסקטאפ קענסטו ניצן אפי דיין האם נומבער פאר א צווייטע נומבער.
איך האב געמאכט מיין צווייטע פאון'ס וואטס עפפ אויף א גוגל נאמבער
צוויי טאלק אקאונטס אויפאמאל
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 9:03 am
דורך נייגעריגער
געפילטע פיש האט געשריבן:ברסלבער האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:למשל ביי מיין דזשאב ווי איך ארבעט ניצן אפאר ארבעטערס דע זעלבע אימעיל .
אז איך וויל טשעטן מיט מיין קאווערקער וועל איך דארפן אריין סיינען ארויס סיינען א גאנצע צייט אויב ניץ איך נאך א אימעיל אקאנט.
ביי דע וועי whatsapp לאזט יא רעדן צי זיך אליין.
נעבן די אפשען sign out איז דא נאך א אפשען add account וואס אויב דו דרוקס דאס קענסטו זיין אריינגעסיינט אין מערערע אקאנט'ס אויף איין מאל, אבער ווען דו סיינסט ארויס ווערן אלע אקאנט'ס ארויסגעסיינט.
אדער אין גוגל קראום קען מען עפענען א incognito ווינדאו, און דארט עפענען א צווייטע אקאנט, און ווען מען סיינט ארויס פון יענע בלייבט נאך יא די ערשטע אריינגעסיינט.
די ערשטע עצה ארבעט נישט גוגל טאלק, נאר אי-מייל, און לגבי אינקאגניטא, כמעט אלע בראוזערס האבן אזא אפשען, אין אינטערנעט עקספלארער גייעט מען צו Safety, און מ'קוועטשט אויף InPrivate Browsing, און אין פייערפיקס גייט מען צום פייערפיס קנעפל און מ'וועלט אויס Start Private Browsing.
אלטערנאטיוולי קענסטו דאונלאודען די גוגל טאלק קליינעט צו דיין קאמפיוטער און דאן קענסטו דארט אריין חתמנען מיט וועלכע קאנטע דו באגערסט.
א מ'רעדט פון גוגל טאלק קען מען דאך גיין צום
ספעציעל דעזיגנירטע ווינקל דערוועגן דא אין קאווע שטיבל, וואס דארט רעדט מען ארום איבער גוגל טאלק.
און אגב דארטן איז דא אפאר לעזונגען צום פראבלעם פון אריינסיינען צוויי אקאונטס בינאזאם, עי' שם ותמצא נחת...
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 10:08 pm
דורך נולד מאוחר
אז איך סירטש אויף גוגל א ווארט אדער סענטענס, וועט עס טרעפן אויב סשטייט אויף איינמס פעסבוק בלעטל?
געפילטע מיט דיין עצה פון site:facebook.com ארבעט עס?
אה כקען טרייען ,לאמיך.
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 10:48 pm
דורך געפילטע פיש
שוין 40 מינוט וואס דו טרייעסט, אן ערפאלג?
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 10:52 pm
דורך לעיקוואד
פון וואס איך האב פראבירט קומט מען נישט אן דארט דורך גוגל נאר דורך פעיסבאק'ס אינערליכער סירטש.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 1:41 am
דורך נולד מאוחר
געפילטע פיש האט געשריבן:שוין 40 מינוט וואס דו טרייעסט, אן ערפאלג?
לאל. מיר האט עס נישט געארבעט. ביי דע וועי, אז מגייט ארויף אויף פעיס בוק איז פערציג מינוט א דזשאק.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 1:50 am
דורך נולד מאוחר
לעיקוואד האט געשריבן:פון וואס איך האב פראבירט קומט מען נישט אן דארט דורך גוגל נאר דורך פעיסבאק'ס אינערליכער סירטש.
כ'האב געמיינט אז פייסבוק סירטש איז נאר פאר צי טרעפן מענטשען. זיי האבן א סירטש פאר ווערטער?
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:21 am
דורך נולד מאוחר
ווייסט איינער, קען איך אנשטעלן אז א געוויסע אימעל וואס איינער שיקט מיר זאל אטאמאטיש ווערן געפווארד צי מיין צוויטע איצעיל עדרעסס?
יך רעדט פון אימעילס וואס איין מעמטש שיקט מיר, נישט אלע מיינע אימעילס. סקומט צי gmail
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 1:11 am
דורך געפילטע פיש
יא, שטעל אן א פילטער.
Settings
Filters
Create a new filter
אין די from פיעלד לייג אריין די קאנטאקט פון וועם דו ווילסט ס'זאל ווערן געווארווערד
Create filter with this search
Forward it אדער Add forwarding address
טאמער דארפסטו אויפסעטן א פארווארדינג אדרעס טו עס, און נאכדעם קענסטו אנשטעלן אז ווען אומער יעדער אימעילט דיר זאל עס אוטאמאטיש פארווארדירן צום צווייטען אימייל אדרעס.
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 2:16 am
דורך נולד מאוחר
Wow סאיז א גרויסע העלפ פאר מיר, שכח. כ'גיי עס מארגן טרייען.
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 2:33 am
דורך געפילטע פיש
אנטשולדיגט, איך האב געמיינט צו זאגן אז "נאכדעם קענסטו אנשטעלן אז ווען אימער יענער אימעילט דיר", נישט יעדער. מיין קיבאורד האט א פארשטאפטע נאז.
איך קען נישט זען פיקטשערס
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 4:56 pm
דורך ודי למבין
עמערדשענסי, איך קען כמעט נישט זען קיין פיקטערס אויפן קאמפיוטער, כמעט אלע פיקטערס האבן רויטע עקס
איז דא עפעס וואס איך דארף טוישן אין די סעטינגס???
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 4:58 pm
דורך קאווע טרינקער
די פראגראם איז אפשר אויסגעמעקט געווארן.
אפשר א סיסטעם ריסטאר וועט העלפן
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 5:02 pm
דורך ודי למבין
ניין איך האב קיינמאל נישט געקענט זעהן
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 5:07 pm
דורך לעמיל
האסט א פילטער?
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 5:08 pm
דורך ודי למבין
יא, קיי 9
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 5:13 pm
דורך [NAMELESS]
וועלכע דרגה?