בלאט 5 פון 5
נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 9:46 pm
דורך אלפא
דערמאנט פון עפעס א youtube ווידעא פון א דעבאטע איבער די פראגע צו רעליגיע האט געברענגט (מער) גוטס אדער שלעכט אויפן וועלט. ווי א רעפארם רבנית הייפאטעזירט עפעס א נייע המצאה פון אידישקייט - טוישענדיג די דעפינאציע פון רעליגיע כרחוק מזרח ממערב (עפעס אזא געדאנק אז ס'מיינט נישט גלייבן אין גארנישט, נאר טון גוטס וכדו') און טענה'ט דערביי אז 'רעלעגיע' איז כולו גוטס!!
נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 10:10 pm
דורך ברוך שפינוזה
אלפא האט געשריבן:דערמאנט פון עפעס א youtube ווידעא פון א דעבאטע איבער די פראגע צו רעליגיע האט געברענגט (מער) גוטס אדער שלעכט אויפן וועלט. ווי א רעפארם רבנית הייפאטעזירט עפעס א נייע המצאה פון אידישקייט - טוישענדיג די דעפינאציע פון רעליגיע כרחוק מזרח ממערב (עפעס אזא געדאנק אז ס'מיינט נישט גלייבן אין גארנישט, נאר טון גוטס וכדו') און טענה'ט דערביי אז 'רעלעגיע' איז כולו גוטס!!
https://youtu.be/HvEQU_fyQ8g
נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 10:16 pm
דורך אלפא
ברוך שפינוזה האט געשריבן:אלפא האט געשריבן:דערמאנט פון עפעס א youtube ווידעא פון א דעבאטע איבער די פראגע צו רעליגיע האט געברענגט (מער) גוטס אדער שלעכט אויפן וועלט. ווי א רעפארם רבנית הייפאטעזירט עפעס א נייע המצאה פון אידישקייט - טוישענדיג די דעפינאציע פון רעליגיע כרחוק מזרח ממערב (עפעס אזא געדאנק אז ס'מיינט נישט גלייבן אין גארנישט, נאר טון גוטס וכדו') און טענה'ט דערביי אז 'רעלעגיע' איז כולו גוטס!!
https://youtu.be/HvEQU_fyQ8g
פיין פיין!
זייער אסאך דעבאטעס קומען בעצם אן (אדער הייבן זיך אן) אין דעפינאציעס, סעמאנטיקס, און אין לינגוויסטישע דיפערענצן. עס באדערט מיר יעדע דעבאטע עקסטער ווי די מעמבערס זענען נישט מודע דערפון אדער איגנארירן עס בדוקא.
נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 10:23 pm
דורך ברוך שפינוזה
ירדן פיעטערסאן איז סתם א טראלל ווייל ער ווייסט גאנץ גוט וואס שמואל הערריס וויל פון איהם, ס'איז אזויווי יענער וואס האט גענומען די הלוואה פון זיין חבר און אריינגעלייגט אין א שטעקן און ווען זיין חבר האט איהם געבעהטן צו שווערן אז ער האט איהם צוריקגעגעבן דאס געלט האט ער איהם געבעטן צו האלטן זיין שטעקן און אזוי האט ער געשוואוירן... און וואס זאגט די גמרא דערויף? ארבעים יכנו, פארוואס, ווייל ער האט גאנץ גוט געוואוסט וואס מ'מיינט.
נשלח: פרייטאג יולי 14, 2023 2:10 am
דורך תרמב
שמן למאור האט געשריבן:דערמאנסט מיר דעם מעשה... דאכצעך מיט ר' יודעלע דז'וקעבער, ער האט אמאל געטראפן אפאר חסידישע שטיפערס דרייען זיך נאכן טיש, האט ער געפרעגט פון די גרעסטע חאניאק דארטן, "זאג, וואס מיינט דאס חקל תפוחין קדישין"? האט יענער געענטפערט אזוי גלייכגילטיג... "די פעלד פון הייליגע עפל"... האט זיך ר' יודעלע אנגעריפן... "אה איז דו פארשטייסט הייסטעס"...
וואס האבן מיר אן השגה...
דערמאנסט מיר א אנדערע מעשה פון חבר מיינער וואס איז א חסיד פון א רבי וואס רעדט אסאך קבלה, מ’רעדט פון יסוד אבא און יסוד אמא, ער האט זיך אמאל מתבונן געווען וואס די מושגים מיינען אין פשוט טייטש, זינט דאן קומט אים זייער שטארק צו לאכן ווען די רבי רעדט פון די יסוד אבא ארוך וואס גייט אריין אין די יסוד אמא דנוקבא, און ס’איז מאחד א יחוד עלאה ותתאה...
נשלח: פרייטאג יולי 14, 2023 9:26 am
דורך ברוך שפינוזה
און וואס איז מיט'ן "יחבק לה בעלה וביסודא דילה דעביד נייחא לה יהא כתיש כתישין"?