שמן למאור האט געשריבן:שכח @מי אני פארן אנצייכענען די מראה מקומות. איך צי צוריק, ס'איז גאנץ קלאר אז חז"ל האבן 'אריינגעלערנט' אין די פסוקים אז געוויסע מאל מיינט 'גר' א גוי שנתגייר, א גר צדק. הגם איך זע נישט קיין ריאות מצידם פארוואס מען מוז אזוי זאגן, דאך איז קלאר פון די גמרא אין ב"מ נ"ט: און פון די גמרא יבמות מו: אז זיי האבן אפגעלערנט געוויסע פסוקים אז עס מיינט א גר שנתגייר.
וואס בלייבט נאר איבער צו וויסן איז, צי זיי האבן אזוי געהאט מקובל מסיני, אדער האבן זיי דאס שפעטער אליין מחדש געווען און דערנאך פארטייטשט אין די פסוקים. נעם למשל די גמרא אין יבמות מו: וואס זאגט אזוי: "אמר רבי חייא בר אבא אמר רבי יוחנן, גר צריך ג' משפט כתיב ביה" ער לערנט ארויס פון די פסוק אז א גיור מוז צוגיין מיט דריי מענטשן. ביידע פסוקים וואס רש"י ברענגט (אז אפשר דאס דרש'נט ר' יוחנן) קען מען נישט טרעפן אין זיי קיין זכר צו די מושג פון 'גיור', די פסוקים רעדן בכלל נישט פון דעם. מוז מען זאגן איינע פון צוויי, אדער זענען די דרשות אזוי ווי אלע זאכן וואס מיר האבן מקובל מסיני, און מען וואלט עס טאקע נישט אליין גע'דרש'נט פון די תורה, אדער איז עס טאקע א שפעטערדיגע אויסטרעף פון חז"ל, און כדרכם האבן זיי אריינגעלייגט זייער רייד אין פסוקים אלץ אזא אסמכתא. אבער באמת האבן זיי אליין אויך געוויסט אז נישט דאס איז באמת כוונת המקרא.
די זעלבע איז גילטיג ביי אלע אנדערע מקומות ווי חז"ל ניצן די פסוקים צו דרש'ענען דערפון הלכות פון א גר שנתגייר. א שטייגער ווי די גמרא אויפן קומענדיגן דף יבמות מז. "ת"ר (דברים א, טז) ושפטתם צדק בין איש ובין אחיו ובין גרו מכאן א"ר יהודה גר שנתגייר, בב"ד, הרי זה גר, בינו לבין עצמו, אינו גר"; ס'איז קלאר אז נישט דאס זאגט די פסוק בפשטות, די שאלה איז נאר וועלכע פון די צוויי אויבנדערמאנטע מהלכים מיר וועלן אננעמען בנוגע די סארט דרשות חז"ל.
איך וואלט געוואלט ברענגען א ראיה אז די צווייטע מהלך איז ריכטיג, טאקע פון די גמרא יבמות מו: ממש די נעקסטע שטיקל גמרא נאך די מימרא וואס איך האב פריער געברענגט. און אזוי אויך פון די גמרא אין ב"מ שזכרנו לעיל. די גמרא אין יבמות זאגט אזוי: "ת"ר מי שבא ואמר גר אני, יכול נקבלנו, ת"ל אתך במוחזק לך, בא ועדיו עמו מנין ת"ל (ויקרא יט, לג) וכי יגור אתך גר בארצכם";
יעצט לאמיר צוברענגען די גמרא ב"מ נט:
תנו רבנן המאנה את הגר עובר בשלשה לאוין... (שמות כב, כ) וגר לא תונה (ויקרא יט, לג) וכי יגור אתך גר בארצכם לא תונו אותו (ויקרא כה, יז) ולא תונו איש את עמיתו וגר בכלל עמיתו הוא;
(דאס איז קלאר אז די גמרא דרש'נט עס דא אין די קאנטעקסט פון א גר 'צדק' ווייל די דריטע פסוק רעדט זיך דאך ביי אידן און מען ניצט עס אויפן גר ווייל 'בכלל עמיתו הוא')
יעצט, די צווייטע פסוק וואס ער ברענגט דא אין די שטיקל גמרא, איז די זעלבע פסוק וואס די גמרא ניצט אין יבמות דף מו: די פסוק איז ויקרא, יט, לג:
יעצט לאמיך אהערברענגען די לשון הפסוקים וואס ביידע שטיקלעך גמרא ניצן עס קלאר פאר א גר צדק אין די קאנטעקסט פון גיור:
ויקרא, יט, לג: וְכִי-יָגוּר אִתְּךָ גֵּר, בְּאַרְצְכֶם, לֹא תוֹנוּ, אֹתוֹ. לד כְּאֶזְרָח מִכֶּם יִהְיֶה לָכֶם הַגֵּר הַגָּר אִתְּכֶם, וְאָהַבְתָּ לוֹ כָּמוֹךָ--כִּי-גֵרִים הֱיִיתֶם, בְּאֶרֶץ מִצְרָיִם: אֲנִי, ה' אֱלֹקיכֶם.
לכאורה איז גאנץ קלאר אז פשטות לשון הפסוק רעדט פון א גר תושב, ווייל ער שטעלט עס דאך צו צו די אידן אין מצרים וואס דארטן איז דאך די גירות געווען כפשיטו 'גר בארץ אחרת' און נישט א מושג פון אננעמען א רעליגיע. די תורה וויל אונז זאגן, טשעפע נישט דעם גר, דערמאן דיך נאר ווען דו ביסט געווען א גר בארץ אחרת! א גר תושב! און דאך ניצן עס חז"ל אויף זייערע דרשות פון גר צדק, זעט אויס אז זיי האבן עס שפעטער ארויפגעלייגט בלויז אלס אן אסמכתא, און זיי האבן אליין געוויסט אז נישט דאס מיינט די פסוק באמת צו זאגן. ס'איז מיר שווער אנצונעמען אז זיי האבן געהאט מקובל אז די פסוק מיינט באמת פונקט פארקערט ווי זיין פשטות. אבער יש לחלוק על זה, מען קען זאגן אז בפשטות גייט טאקע ארויף די פסוק אויף א גר תושב, און דאך האבן חז"ל געהאט 'בקבלה' אז מען קען אויך דרש'ענען די פסוקים אויף הלכות גר צדק. והבוחר יבחר.
איך מיין אז דאס איז א שיינע שמועס וואס מען וואלט געקענט אפטיילן אין א באזונדערע אשכול. אלעס ארום די נושא פון גיור, די מקור, היסטאריע, טענת המבקרים, וכ'
דיין ראיה איז א שיינע מהלך עפ”י פשוטו של מקרא. איך פארשטיי נאר נישט פארוואס דו ווילסט עס לערנען נאר אויף גר תושב. די אידן אין מצרים זענען ניטאמאל געווען א גר תושב, זיי זענען געווען סתם פרעמדע אין א אנדערע לאנד. לויט דיר דארף צו זיין די איסור אויף יעדע פרעמדע איינוואוינער, לאו דוקא א גר תושב.
איך טראכט א טעם פארוואס מען קען דא נישט לערנען עפ”י פשוטו של מקרא. א ענליכע פסוק שטייט דאך די וואך אין משפטים (צוויי מאל דאכט זיך, ובכלל נשנה ל”ו פעמים כידוע). און אפאר פסוקים שפעטער שטייט אז די באשעפער וויל מען זאל פארטרייבן אלע פרעמדע גוים אין א”י כדאי מען זאל זיך נישט אפלערנען פון זיי. עס שטייט קלאר ”לֹא יֵשְׁבוּ בְּאַרְצְךָ פֶּן יַחֲטִיאוּ אֹתְךָ לִי כִּי תַעֲבֹד אֶת אֱלֹהֵיהֶם כִּי יִהְיֶה לְךָ לְמוֹקֵשׁ.” לכאורה היכן יתקיימו שניהם? אלא מאי א גר מיינט נישט קיין סתם א פרעמדער, נאר א גר צדק.
איי וואס דעמאלטס איז פשט אין כי גרים הייתם? די משל וואס די תורה גיבט ”כי גרים הייתם בארץ מצרים” איז נישט קיין נתינת טעם על האיסור. לו יהא אם עם ישראל לא היו במצרים היעלה על הדעת שהיה מותר להנות גר. אלא ודאי אז מען דארף אריינקוקן אין די פסוק די וואך וואס לייגט צו נאך אפאר ווערטער פאר כי גרים, ער זאגט
ואתם ידעתם את נפש הגר. עס איז פשוט די נענסטע משל וואס די פסוק האט געקענט געבן צו אויפצווועקן די געפילן וואס עס מיינט א גר. אבער נישט צו זאגן אז איך רעד פון די זעלבע גר ווי דארט. כנלענ”ד ואין אני אומר קבלו דעתי.