בלאט 5 פון 5
Re: בד"ה: בעל מנגן האהוב ר' מיכאל שניצלער ז"ל
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 1:31 pm
דורך רויטער
@אוהב ספרים Chill
Re: בד"ה: בעל מנגן האהוב ר' מיכאל שניצלער ז"ל
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 1:56 pm
דורך חב''ד הויזן
אוהב ספרים האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 01, 2024 8:11 pm
איך האף נאר אז אלע אנדערע צדיקים זענען פון א אנדערע סארט צדיקים ווי ער.
דאס איז נישט קיין העיט?
אין דעם דור איז לכאורה נישט געווען נאך א איד וואס האט מחזק געווען אזויפיל צובראכענע (פיזיש און גייסטיש) אידן. א איד וואס האט געאטעמט אהבת ישראל און נישט געטראגן קיין שווער הארץ אויף קיינעם כאטש ער האט געהאט גענוג אויף וועם. א איד וואס האט קיין גוטן טאג אין לעבן נישט געהאט, יעדע צרה וואס קען נאר זיין האט ער טועם געווען, פון יתמות אלס קינד ביז אויף וואס די גמרא זאגט מוצא אני מר ממות, און אלעס אינצווישן אין געזונט פרנסה נחת, און דאך איז ער געווען פארנומען טאג און נאכט צו מחזק זיין יעדע צובראכענע נפש, צו וועמענס קבר דען זאל כלל ישראל גיין? צו די ווייסע בעקיטשעס וואס האבן געשניטן קוגל? סאטמאר רב ז"ל האט פארקלאפט די גמרא און געשריגן וואס האב איך פון תורה אויב קען איך נישט א טובה טון א איד? וויפיל עובדות איז דא פון פריעדיגע צדיקים וואס האבן אוועקגעמאכט די גאנצע עבודת השם און בלויז ארויפגעקוקט חסד?
און חוץ פון 'צדיק' וואלט איך אים אויך גערופן 'הגאון ר' מיכאל שניצלער'. איינע פון די פריעדיגע צדיקים (כ' געדענק שוין נישט ווער) האט אמאל געשריבן הגאון אויפן רבי ר' זושא מאניפלי, ווען מ'האט אים געפרעגט 'מילא הצדיק פארשטיי מיר אבער 'הגאון'? ר' זושא איז בכלל נישט געווען באקאנט פאר א תלמיד חכם. האט ער געענטפערט אז די תורה האט אסאך מצוות און הלכות ובתוכם הלכות שבת הלכות נגעים, טהרות, וכו' און אויך מצוות אהבת ויראת השם, אלעס איז די זעלבע אייניג און וויכטיג, פונקט ווי איינער וואס קען גוט די הלכות פון וביום השביעי תשבות איז א גאון איז איינער וואס איז בקי אין את ה' אלוקיך תירא איז אויך א גאון.... ר' מיכאל איז געווען א גאון און בקי אין צענדליגע מצוות אין די תורה פון צדקה און ומבשרך אל תתעלם אא"וו.
Re: בד"ה: בעל מנגן האהוב ר' מיכאל שניצלער ז"ל
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 6:25 pm
דורך לאז געמאכט
היכי דמי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:04 am
אטיאס זאגט אין א באריכט אז עס האבן זיך דורכעדרייט ביים ציון נעכטן איבער 1200 מענטשן.
אויב איז דאס אמת איז עס אסאך מער ווי סיי וועלכע קליינע רעבעלע וואס איז אוועק די לעצטע פאר יאר
עפעס בילדער ?
Re: בד"ה: בעל מנגן האהוב ר' מיכאל שניצלער ז"ל
נשלח: פרייטאג מאי 03, 2024 12:18 am
דורך yesiknow
אוהב ספרים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:57 pm
ווי אזוי בעט נאר רבי אהרן הגדול מקארלין אין זיין צוואה, אז מען זאל טוהן לעילוי נשמתו נישט נאר בתוך י"ב חדש, נאר אויכעט די צווייטע יאר, כי מי יודע אם יהיה לי זכות לבא לגיהנם בי"ב חדשים הראשונים, דברים מבהילים, דאס שרייבט דער קדוש עליון, מיינסטו טאקע אז אויף יענע וועלט איז האקוס פאקוס אזוי ווי דאהי?
די אלע פראפגאנדע איז גארנישט קיין טובה וכו', והרוצה להבין יבין הדברים לאשורם.
דער עיקר יואלי ווייס איז געווען מיט א גיטאר, א צורידערטע וועלט.
די גמרא זאגט קלאר אינו רואה פני גיהינם, בארואיג דיך מיין קינד.. ברענגסט א ראיה פון ר' אהרן, קענסט דאך ברענגען די באקאנטע מעשה פון גמרא ואינו יודע באיזה דרך מוליכין...
אידן האבן א שמעק, אם אינם נביאים הם בני נביאים הם, און אויב ברענגסט יא פון רבי אהרן הגדול פארוואס פארשטייסטו אז ביי אנדערע היינטיגע רבי'ס גייט מען יא ביי די ערשטע יארצייט?
ודי בזה.
Re: בד"ה: בעל מנגן האהוב ר' מיכאל שניצלער ז"ל
נשלח: פרייטאג מאי 03, 2024 2:41 am
דורך berlbalaguleh
אזוי ווי איך האב שוין עטליכע מאל געזאגט. ס'איז דא געוויסע אידן וועלכע זענען צדיקים. נאר א סאך מענטשן שרייען אז זיי וועלן גיין אין גהינום. האב איך געזאגט אז מיט די אידן וויל איך זיין צוזאמען אין גהינום. ווי ענדערש מיט געוויסע אנדערע אידן וועלכע (מיינען) אז זיי וועלן זיי אין גן עדן.
אין אן ענליכע בחינה האט געזאגט דער הייליגער ראפשיצער רב.
ער האט פיינט (געוויסע) מצוות. און ער האט ליעב עבירות. ווען מ'האט איהם געפרעגט פשט האט ער געזאגט...אמאל איז דא א מענטש וואס מ'זאגט ס'איז א מצוה איהם צו רודפ'ן. אזעלכע מצוות האט ער פיינט. נאכדעים איז דא א מענטש וואס אויב מ'וויל איהם געבן צדקה זאגן מענטשן ס'איז אן עבירה איהם צו געבן א יעדע פרוטה. אזעלכע עבירות האט ער ליעב...!
Re: בד"ה: בעל מנגן האהוב ר' מיכאל שניצלער ז"ל
נשלח: פרייטאג מאי 03, 2024 7:17 pm
דורך מילך טראק
מענטשן מיינען אז ס'איז גרינג, פראבירט נאר מחזק צו זיין איין צובראכענע מענטש, וועסטו זעהן אז ס'איז בככל נישט גרינג. מ'רעדט דא פון הונדערטער