בלאט 5 פון 12

נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm
דורך לייביששרייבער
יין שרף האט געשריבן:אינטרעסאנט, נישט געוואוסט ס'איז דא ביצים מיט וואלאווער הכשר..
צו עס איז דא ביצים מיטן וואלאווא הכשר ווייס איך נישט,
אבער ביצים האט ער זיכער.

נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 11:45 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
א זעץ פאר די טעראריסטן איז גאר א גוטע זאך און גאר א דערהויבענע מאמענט!
יאכלו ענוים וישבעו!

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 12:44 am
דורך תנחום
וואלאווע איז טאקע א גוטע הכשר אבער איז נישט קיין ערזאץ פאר די 'התאחדות' השגחה וואס וואלט שטארק אריינגעביסן אין 82'ס קויפער באזע.
וואלאווע איז נישט אזא געפאר פאר די עסטעבלישמענט. ימים יגידו.

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 12:54 am
דורך לייביששרייבער
בכלל נישט ריכטיג. אין מיין פערזענליכער אפיניאן איז דער וואלאווער הכשר עובר לסוחר, עס איז אן הכשר וואס א יעדע אידישע שטוב נעמט אריין אינדערהיים. ביי די וואס פון די אינו מקפידים על התאחדות דוקא קען עס דאך זיין אסאך א שוואכערער הכשר און נאך אלץ וועט עס גיין.

איך זעה דוקא יא דער וואלאווא הכשר זאל זיין א פיינער שטויס פאר די עסטעבלישמענט.

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 1:17 am
דורך שמעון וואלף
די פראבלעם פון 82 מיט התאחדות איז געווען אז זייערע קאסטומערס וואס זענען מקפיד דוקא אויף סאטמאר פלייש וועלן זיך ח"ו מורה היתר זיין אז התאחדות איז דאך אויך סאטמאר, קען מען עס דאך קויפן פונקט אזוי. וואלאווע איז נישט אזוי שטארק פאררעכענט אלץ היימיש אז זיין פלייש זאל ווערן גערעכענט אלץ "סאטמאר פלייש".

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 1:22 am
דורך יצחק אייזיק
דאכט זיך אז וואלאווע האט נישט קיין פלייש, זיין הכשר וועט נאר זיין אויפן געשעפט. ממילא טאמער נעמט ער ווייטער התאחדות פלייש אדער א צווייטער פון וועם סאטמאר האט מורא איז בעצם מפטירין כדאתמול.

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 1:22 am
דורך שלג זהב
וואלאווע הייסט היבש שטרענגער ווי התאחדות, קען זיין ס'וועט זיך נאך אויסצאלען די גאנצע שערורי' פאר די גראסעריס.

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 2:30 am
דורך [NAMELESS]
תנחום האט געשריבן:וואלאווע איז טאקע א גוטע הכשר אבער איז נישט קיין ערזאץ פאר די 'התאחדות' השגחה וואס וואלט שטארק אריינגעביסן אין 82'ס קויפער באזע.
וואלאווע איז נישט אזא געפאר פאר די עסטעבלישמענט. ימים יגידו.
אז נישט התאחדות וואלט ער געקענט נעמן טארטיקוב אן א קאמף, אזווי די אנדערע גראסערי האט שוין ביז איצט, דאס ביסל וואס ער געינט פין וואלאווע אקעגן טארטיקוב פארלירט ער מיט די קול קורא וואס איז ארויסגעקומען אקעגן קויפן פלייש אין גראסערי,

אז התאחדות האט געברויכט אראפנעמען דעם הכשר, איז דאס א היפשע געווינס פאר די עסטעבלישמענט, קיין שלימת טאקע נישט,

דער גרעסטער לוזער איז התאחדות וואס האט פארלוירן צווי גרויסע אקאונטס,

יעצט וועלמיר זען, צי התאחדות וועט קענען געווינען דעם אנדערן קאמף וואס זיי האבן מיט די קרית יואלע רעזשים, בנוגע די פלייש אין מינטליעף סופערמארקעט, אבער דארט וועט דער וואלאווער נישט קענען קימען ראטעווען, צוליב די קאנפליקט אינטערעסן מיטן זין וואס פירט די ארונישע השגחה,

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 2:31 am
דורך [NAMELESS]
שלג זהב האט געשריבן:וואלאווע הייסט היבש שטרענגער ווי התאחדות, קען זיין ס'וועט זיך נאך אויסצאלען די גאנצע שערורי' פאר די גראסעריס.
נישט אין וויליאמסבורג

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 2:33 am
דורך אבטח ולא אפחד
לייביששרייבער האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:אינטרעסאנט, נישט געוואוסט ס'איז דא ביצים מיט וואלאווער הכשר..
צו עס איז דא ביצים מיטן וואלאווא הכשר ווייס איך נישט,
אבער ביצים האט ער זיכער.
גייט נישט "די עסטעבלישמענט" צופיקסן דעם וואלאווער?
כ'מיין זיי קענען ארויסקומען סיי דירעקט און סיי מאכן בלבולים און פאלשע מעשיות!

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 2:35 am
דורך [NAMELESS]
יצחק אייזיק האט געשריבן:דאכט זיך אז וואלאווע האט נישט קיין פלייש, זיין הכשר וועט נאר זיין אויפן געשעפט. ממילא טאמער נעמט ער ווייטער התאחדות פלייש אדער א צווייטער פון וועם סאטמאר האט מורא איז בעצם מפטירין כדאתמול.
ס'הייסט, אז ער גייט נעמען התאחדות פלייש אבער סגייט נישט האבן די התאחדות שטעמפל, נאר פין וואלאווע,

און אנדערע ווערטער, דער וואלאווער פארלאזט זיך אויף התאחדות, מימלא זאגט ער אז סאיז כשר,

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 8:28 am
דורך גאנצל
די גאנצע בהלה מהחל איז נאר אויף ריפעקיזשינג און אויף דעם גייט וואלאווע געבן די הכשר

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 9:32 am
דורך חב''ד הויזן
קןקט אויך אויס ווי א פליק פון ר' אהרן קעגן ר' זלמן לייב, זינט וואלאווע רב'ס זון וואס פירט די הכשר איז א איידעם ביי ר' אהרן און ער וואלט נישט געגעבן די הכשר אן פרעגן רשות פון זיין שווער....

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 11:49 am
דורך ודברת בם
ייכה יוסי את יוסי והתאחדות התאחדות ויעשו כולם התגודדי אחד ותעבר ממשלת זאלי וארוני מעלינו ומיוצא חלצינו.

בושה תכסה פנני שבשביל מחלוקת מה שהוא, בעניני ממנות מסוג small claims court (של השגחות ודברי ממון של מה בכך) מבזים התורה לעיני כל כעין שמוציגע שמאטע.

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 11:50 am
דורך [NAMELESS]
איך ווייס נישט צו ברוך טייטלבוים האט געפרעגט זיין שווער, ער פירט זיך זיין אייגענע פאליטיק, [זייט זיין שווער איז געווארן א מוהל, און צוגענומען זיין פרנסה]. אבער דאס איז זיכער אז ער האט נישט קיין געוויסנביסן צו געבן דעם פעטער פון וומ"ס א קיצל בטעם העליון.

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 7:29 pm
דורך סביב העולם
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
תנחום האט געשריבן:וואלאווע איז טאקע א גוטע הכשר אבער איז נישט קיין ערזאץ פאר די 'התאחדות' השגחה וואס וואלט שטארק אריינגעביסן אין 82'ס קויפער באזע.
וואלאווע איז נישט אזא געפאר פאר די עסטעבלישמענט. ימים יגידו.
אז נישט התאחדות וואלט ער געקענט נעמן טארטיקוב אן א קאמף, אזווי די אנדערע גראסערי האט שוין ביז איצט, דאס ביסל וואס ער געינט פין וואלאווע אקעגן טארטיקוב פארלירט ער מיט די קול קורא וואס איז ארויסגעקומען אקעגן קויפן פלייש אין גראסערי,

אז התאחדות האט געברויכט אראפנעמען דעם הכשר, איז דאס א היפשע געווינס פאר די עסטעבלישמענט, קיין שלימת טאקע נישט,

דער גרעסטער לוזער איז התאחדות וואס האט פארלוירן צווי גרויסע אקאונטס,

יעצט וועלמיר זען, צי התאחדות וועט קענען געווינען דעם אנדערן קאמף וואס זיי האבן מיט די קרית יואלע רעזשים, בנוגע די פלייש אין מינטליעף סופערמארקעט, אבער דארט וועט דער וואלאווער נישט קענען קימען ראטעווען, צוליב די קאנפליקט אינטערעסן מיטן זין וואס פירט די ארונישע השגחה,
נישט אינגאנצן. זיי האבן גע'חלשט צו האבן מנחת חינוך, אבער הגז"ל האט פערזענליך אנגערופן דעם יו"ר פון מנחת חינוך צו אינטערווענירן ער זאל אראפנעמען דעם הכשר פון הצלחה, און לפחות נישט ארויפלייגן אויף די נייע גראסעריס. און יא, מנחת חינוך האט זיך דערשראקן פון טעראר.

וואלאווע איז א בדיעבד ווייל ער איז שטרענג קאפ-אין-וואנט סטיל און האט קיין אישו צו טראסקען שאכטלען פלייש אין מיסט אויב עפעס געפעלט אים נישט, און סטראשען מיטן אראפנעמען די הכשר איז סטענדערד פרעקטיס. עס איז נישט געווען קיין לכתחילה, און איז נאר געטאן געווארן נאכדעם וואס דער וואלאווער האט אויסגעדרוקט גרייטקייט צו געבן א קאפע זיין קאזין הגז"ל, און אויך ווייל די איינציגסטע גרויסע צוויי קאמפאניס וועלכע האבן וואלאווע (גפן און באר מים) ווערן נישט געקויפט דורך יו טי עי האט מען אים נישט געקענט סטראשען אז מ'נעמט אים מער נישט אווי מ'האט געטוהן מיט התאחדות און מנחת חינוך (גפן - ווייל זיי זענען נאר ריטעיל - עכ"פ ביז לעצטנס און נישט באלק, די גרויסע מוסדות נוצן בגן און ראזענפעלד בעיקר. באר מים איז דאך פשוט ווייל מים חיים האט שוין כאבארירט די עסטעבלישמענט מיט א יובל יארן צוריק, און בכלל באר מים איז דאך אן ארוני סאו האט מען קיינמאל אים נישט גענוצט).

דער וואלאווער האט טאקע גערופן דעם הגז"ל אויפן טעלעפאן מבשר זיין אז ער גייט געבן דעם הכשר, און געגעבן א געלעגנהייט ער זאל אים זאגן א ראציאנלע טענה לאיסור, דער גז"ל האט אים ס"ה געזאגט אז עס טוט אים פערזענליך וויי, און דער וואלאווער האט אים שיין מסביר געווען אז ווען ער האט געהאט צו טאן מיט מהדרין האט יו טי עי קנאפ געהאט אן אישו צו נעמען ווייטער מהדרין. שטייצעך אז הגז"ל האט אראפגעקנאקט דעם טעלעפאן.

למעשה, לשם המערכה איז וואלאווע א קנאקעדיגע הכשר, אבער פאר די גראסעריס מיינט עס א קייט פון פאטענציאלע עגמת נפש, און איז געווען די איינציגסטע אויסוואל אין די סיטואציע.

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 9:39 pm
דורך מן הסתם
נאר א טייטלבוים קען מסדר זיין א טייטלבוים..

די רעליף וואס הערשט ביים ציבור איז עפעס נישט נארמאל הויעך, פשוט מ'קען הערן דעם אאהההההההה (מיט א פאסאח אונטערן א') וואס הערשט אינעם אטמאספערע, נידער צו טיראניע און צו שלעכטיגקייט, ממש מ'קען זען בחוש ווי ס'ווערט מקוים דעם ורוח הטומאה אעביר מן הארץ, מן הארץ, מן הארץ, מן האאארעעעעץ.

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 9:42 pm
דורך מן הסתם
דערוילעם שטייט און קוויקט זיך

"אין שמחה אלא בבשר"

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 9:44 pm
דורך מן הסתם
כ'וויל מאכן אן אנקעטע, כווייס נישט וויאזוי.

ווער איז א גרעסערער היראו

זעלענסקי ?

ר' שאול אלטר?

דער וואלאווער?

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 10:36 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
מן הסתם האט געשריבן:כ'וויל מאכן אן אנקעטע, כווייס נישט וויאזוי.

ווער איז א גרעסערער היראו
זעלענסקי ?
ר' שאול אלטר?
דער וואלאווער?
מיי הומבעל אפיניאן, די גראסערי אייגענטומערס, פארן זיך נישט בייגן צו די טעראר פון 82 מיט זייערע הייליגע פלייש!

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 11:14 pm
דורך מר. קלונימוס
סביב העולם האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
תנחום האט געשריבן:וואלאווע איז טאקע א גוטע הכשר אבער איז נישט קיין ערזאץ פאר די 'התאחדות' השגחה וואס וואלט שטארק אריינגעביסן אין 82'ס קויפער באזע.
וואלאווע איז נישט אזא געפאר פאר די עסטעבלישמענט. ימים יגידו.
אז נישט התאחדות וואלט ער געקענט נעמן טארטיקוב אן א קאמף, אזווי די אנדערע גראסערי האט שוין ביז איצט, דאס ביסל וואס ער געינט פין וואלאווע אקעגן טארטיקוב פארלירט ער מיט די קול קורא וואס איז ארויסגעקומען אקעגן קויפן פלייש אין גראסערי,

אז התאחדות האט געברויכט אראפנעמען דעם הכשר, איז דאס א היפשע געווינס פאר די עסטעבלישמענט, קיין שלימת טאקע נישט,

דער גרעסטער לוזער איז התאחדות וואס האט פארלוירן צווי גרויסע אקאונטס,

יעצט וועלמיר זען, צי התאחדות וועט קענען געווינען דעם אנדערן קאמף וואס זיי האבן מיט די קרית יואלע רעזשים, בנוגע די פלייש אין מינטליעף סופערמארקעט, אבער דארט וועט דער וואלאווער נישט קענען קימען ראטעווען, צוליב די קאנפליקט אינטערעסן מיטן זין וואס פירט די ארונישע השגחה,
נישט אינגאנצן. זיי האבן גע'חלשט צו האבן מנחת חינוך, אבער הגז"ל האט פערזענליך אנגערופן דעם יו"ר פון מנחת חינוך צו אינטערווענירן ער זאל אראפנעמען דעם הכשר פון הצלחה, און לפחות נישט ארויפלייגן אויף די נייע גראסעריס. און יא, מנחת חינוך האט זיך דערשראקן פון טעראר.

וואלאווע איז א בדיעבד ווייל ער איז שטרענג קאפ-אין-וואנט סטיל און האט קיין אישו צו טראסקען שאכטלען פלייש אין מיסט אויב עפעס געפעלט אים נישט, און סטראשען מיטן אראפנעמען די הכשר איז סטענדערד פרעקטיס. עס איז נישט געווען קיין לכתחילה, און איז נאר געטאן געווארן נאכדעם וואס דער וואלאווער האט אויסגעדרוקט גרייטקייט צו געבן א קאפע זיין קאזין הגז"ל, און אויך ווייל די איינציגסטע גרויסע צוויי קאמפאניס וועלכע האבן וואלאווע (גפן און מים חיים) ווערן נישט געקויפט דורך יו טי עי האט מען אים נישט געקענט סטראשען אז מ'נעמט אים מער נישט אווי מ'האט געטוהן מיט התאחדות און מנחת חינוך (גפן - ווייל זיי זענען נאר ריטעיל - עכ"פ ביז לעצטנס און נישט באלק, די גרויסע מוסדות נוצן בגן און ראזענפעלד בעיקר. באר מים איז דאך פשוט ווייל מים חיים האט שוין כאבארירט די עסטעבלישמענט מיט א יובל יארן צוריק, און בכלל באר מים איז דאך אן ארוני סאו האט מען קיינמאל אים נישט גענוצט).

דער וואלאווער האט טאקע גערופן דעם הגז"ל אויפן טעלעפאן מבשר זיין אז ער גייט געבן דעם הכשר, און געגעבן א געלעגנהייט ער זאל אים זאגן א ראציאנלע טענה לאיסור, דער גז"ל האט אים ס"ה געזאגט אז עס טוט אים פערזענליך וויי, און דער וואלאווער האט אים שיין מסביר געווען אז ווען ער האט געהאט צו טאן מיט מהדרין האט יו טי עי קנאפ געהאט אן אישו צו נעמען ווייטער מהדרין. שטייצעך אז הגז"ל האט אראפגעקנאקט דעם טעלעפאן.

למעשה, לשם המערכה איז וואלאווע א קנאקעדיגע הכשר, אבער פאר די גראסעריס מיינט עס א קייט פון פאטענציאלע עגמת נפש, און איז געווען די איינציגסטע אויסוואל אין די סיטואציע.
דיינע געבעקסן זענען גאנץ פיין נאר ביטע טריי צו האבן די פאקטן גראד אויב ווילסטע אמאל האבן וואלעווע הכשר אויף דיין בעקערי... מים חיים האט התאחדות און ס'ווערט גענוצט אין יו טי עי.

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 11:35 pm
דורך סביב העולם
טשילל, כ'האב געהאט איין ווארט א טייפאו. קוק עס יעצט איבער און זאג מיר צו כ'האב נאכאלס געבעקסן.

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 11:38 pm
דורך מר. קלונימוס
אלעס געבעקסן...