בלאט 5 פון 5

נשלח: מאנטאג יוני 12, 2023 11:53 pm
דורך מצפצף
רוחין חדתין האט געשריבן:א טאטע וואס זארגט פאר זיינע קינדער זאגט מען נישט ער מיינט זיך, מ'זאגט אז ער איז א געטרייע טאטע, נישט אזוי?!
אגב האט ער דא אויסגעשטרעקט א האנט פאר א קינד פון זיין גרעסטע שונא.
אי משום הא... דאס איז דאך די בעסטע נקמה אין זיין שונא.

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 10:54 am
דורך רוחין חדתין
אי משום הא... דאס איז דאך די בעסטע נקמה אין זיין שונא.
וואלט עס גדארפען זיין די שיחות היום אין בעלזא, קינד און קייט זאלן וויסען פון דעם, און אפשר אן ארטיקל אין מחנה החרדי. למעשה איז דא א שטיל שוואגעניש ארום די גאנצע נושא, און וועגען ש.ל. האב איך נישט געהערט פון קיינעם נאר דא אין ק״ש.

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 12:03 pm
דורך לייביש לעבאוויטש
אני הקטן האב עס געברענגט דא און קאווע שטיבל סיי די ווידיא ווי אויך ערווענט אז ער ווערט געזעהן, איך האב באקומען די ווידיא פון א בעלזא חסיד, ווי אויך געהערט שוין פארדעם פון בעלזא אידן אז שלומ'קע איז דארט געווען.

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 1:50 pm
דורך אוהב ספרים
רוחין חדתין האט געשריבן:למעשה איז דא א שטיל שווייגעניש ארום די גאנצע נושא, און וועגן ש.ל. האב איך נישט געהערט פון קיינעם נאר דא אין ק"ש.
איך ווייס נישט אין וואס דו ביסט מסתפק, ער איז געווען אויף די נסיעה.
ווי אויכעט איז ער יעצט געווען ביי די חתונה אין בעלזא און אריבער זאגן מזל טוב פארן בעלזער רב.

נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 8:30 pm
דורך תרמב
סקעפטיקער האט געשריבן:פאר בעלזא OTD'ס אדער פאר OTD'ס בכלל?
געפעלט מיר אז אלעס איז היימיש, ס'איז דא בעלזא תלמידי חכמים, בעלזא ארבעטער'ס, בעלזא יושבים, און בעלזא או טי די'ס...

די בעלזא וואס זענען אפגעפארן האבן געמיינט אז מ'קען ווערן א סאטמארע אפגעפארענער, ניין, מ'קען זיין א בעלזא או טי די... ס'איז א שאד צו זיין אפגעפארן אין די פרעמד, מ'קען זיין א היימישע אפגעפארענער..

איך בין סתם סארקאסטיש, ס'איז מיר נאר געווען אינטערסאנט דיין קשיא אויב די ארגענעזאציע איז נאר פאר בעלזא או טי די'ס, איך האב פארשטאנען אז איינמאל מ'איז אפגעפארן איז מען אויס חסיד אויך, זעהט אויס אז נישט...

מ'פארציילט אז וויזשניצע בחורים צווישן די ערשטע און צווייטע וועלט מלחמה זענען געזעצן און פארברענגט יום כיפור אין די פעלדער און וועלדער, מ'איז געזעצן און געגעסן אבער מ'האט געזינגען עי עי עי כנוסח וויזשניץ, דאס געבט נישט אויף אפילו מ'איז אפגעפארן...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 05, 2023 10:51 am
דורך כלבאשבוע
IMG_9628.jpeg

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 05, 2023 8:39 pm
דורך יאסל ראקאווער
די רבי'נס זין איז א הולך בדרכיו?