בלאט 5 פון 10
נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 2:32 pm
דורך טשולענט
מר. ריינער, ווען דו פארסט אויף א ראוד וואו עס איז נישט דא קיין ספיד לימיט סיין דארפסטו אייביג פארן לויט דעם לעצטן ספיד לימיט סיין אפילו די סיין איז מיט אפאר גאסן פריער חוץ אויב ווערט עפעס א קאנדישן אויפן ראוד וואס זאל דיר מאכן פארן שטייטער א שטייגער ווי א סקול, קאנסטראקשן, האקעלע טוירנס וואס דעמאלס קען מען טענה'ן אז דו ביסט נישט געפארן אין ספיד לפי המצב.
יעצט, טאמער ביסטו געפארן אויף א נארמאלע ראוד אן קיין שום פראבלעמען און געפאלאוט דעם לעצטן סיין קען זיך עס דיר לוינען צו פייטן ווייל צוואנציג מער ווי ערלויבט איז היבש ערגער ווי פופצן,פארן צוואנציג העכער ערלויבט בפרט אויף א לאקאל ראוד אזא טיקעט איז נישט די געשמאקסטע צו האנדלען.
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 12:33 pm
דורך משה רוקח
איז יענע ראוד אין NYC?
אויב יא דארפסטו צו קענען טרעפן אויף די שטאטישע וועבסייט די לעגאלע לימיט דארט און דאס איז די בעסטע וועג אויפצואווייזן וואס די אמתע לימיט איז.
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 4:44 pm
דורך ריינער
א יש"כ פאר'ן ארויסהעלפן, עמער פרובירן אויפצוזיכן די ספיד לימיט.
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 8:22 pm
דורך ברוין
אבער מיט דעם וואס ער רוקט אראפ די נאמבער איז ער אויטאמאטיש מודה אין זייו חטא פון ספידן ניין?
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 8:25 pm
דורך טשולענט
ער זיכט נישט דא צו לייקענען אז ער האט געספידט, ער וויל באקומען א לייכטערן שטראף, מיט ווייניגער פוינטס.
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 10:14 pm
דורך ריינער
טשולענט האט געשריבן:ער זיכט נישט דא צו לייקענען אז ער האט געספידט, ער וויל באקומען א לייכטערן שטראף, מיט ווייניגער פוינטס.
עקזעטלי!
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 12:31 am
דורך משה רוקח
נישט אמת!
דו ווילסט זאגן פארן שופט אז די זעלבע ווי דער פאליציאנט האט געשריבן ליגנט וואס דער ספיד לימיט איז, האט ער אויך געשריבן ליגנט אז דו האסט געספידט. מען קען אים נישט טראסטן.
דארפסט עס אבער זאגן אויף א בכבוד'יגן אופן.
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 1:08 am
דורך ריינער
ס'דען דא אזא מין זאך??
קענען זיי נישט אויפווייזן אויף זייער רעדאר וכדומה אז כ'האב יא געספידט?
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 10:43 am
דורך גאלד
ברוין האט געשריבן:אבער מיט דעם וואס ער רוקט אראפ די נאמבער איז ער אויטאמאטיש מודה אין זייו חטא פון ספידן ניין?
ניין ס'ארבעט נישט אזוי, ווען דער געשריבענער טיקעט האט איין פאלשע זאך, איז בטלה מקצתו בטלה כולו,
ווען דער טעות איז מיט די אדרעס, דאטום, זייגער, געזעץ נומער, איז "זיכער" כמעט אלעמאל דיסמיסד,
בנידון דידן קען אויך שטארק מעגליך דיסמיסד ווערן די גאנצע טיקעט מחמת די זעלבע סברה,
מ'דארף פארשטיין איין קריטיש וויכטיגע זאך ווען די גייסט פייטן א טיקעט איז אטאמאטיש פלידסטו "NOT GUILTY", דאס מיינסט פאר מ'הייבט אן די טענות ומענות לייקנסטו שטיין און ביין, אנדערש איז נישטא קיין הירינג,
יעצט ווען די גרייטס זיך צו אפשלאגן די טיקעט איז די איינציגע זאך וואס מ'קען יושר'דיג ערווארטן דו זאלסט זיך גרייטן צו אפשלאגן איז די געשריבענע טיקעט, עפעס אנדערש האסטו דאך נישט, אויב דער דשאדש זעהט אז דער טיקעט איז "FAULTY" פעלערהאפטיג, זאגט דער דשאדש, איך קען דיך נישט באשולדיגן ווען די האסט נישט געהאט א קראנטע שטיקל עווידענס צו ארבעטן מיט,
דאס איז די סברה, איך רעד פון ערפארונג,
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:35 pm
דורך זר זהב
ער איז מודה!
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=TDcqeAuyqFc[/youtube]
נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 12:47 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב באקימען א טיקעט אין סאוט פאלסבורג מעין סטריט פאר זיך אפשטעלן ביי נאו סטענדינג. ס'האט נישט געהאלפען אז איך האב מסביר געוועהן פאר די פאליס אז עס האט מיר אויסגעזעהן ווי א פארקינג ספאט
עניוועי, אזא זאך מיין איך אז עס לוינט זיך נישט צו פייטן, רייט?
איז וואס טוה איך? איך שרייב גילטי און איך שיק עס אריין? און נאכדעם גייען זיי מיר שיקן ווי פיל די שטראף איז?
וויפיל קאסט געווענטליך אזא טיקעט?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 12:58 pm
דורך גאלד
פארקינג טיקעטס לוינט געווענליך נישט צו פייטן, די פרייז שטייט געווענליך אויפן בעק פון די טיקעט,
נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 1:05 pm
דורך גאלד
עצה טובה,
ס'קען זיך מאכן - אוואדי נישט צו אפט - אז דער פאליס זאל דיר געבן אלע קאפיס פון די טיקעט ביי מיסטעיק, ס'קען זיך מאכן ביי רוקיס, אויב דאס פאסירט כאפ שנעל דעם פעקל באהאלט עס בשעת די פאליס רעדט און איז מסביר, און פיץ אפ מיט דיין קאר די רגע די פאליס וואקט אוועק פון דיין פענסטער, איך ווייס איינער האט געהאט אזא מעשה אין יענער איז ווי א בטלן געבליבן אויף זיין פלאץ און באטראכט די טיקעטס, און ווי נאר דער פאליס האט זיך אריינגעזעצט אין קאר האט זי זיך געכאפט און שנעל געקומען צו לויפן אפבעטן אירע קאפיס, אויב דער דרייווער וואלט אוועקגעפארן וואלט דער טיקעק קיינמאל נישט רעקארדירט געווארן
נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 9:02 pm
דורך [NAMELESS]
גאלד האט געשריבן:פארקינג טיקעטס לוינט געווענליך נישט צו פייטן, די פרייז שטייט געווענליך אויפן בעק פון די טיקעט,
איך בין געזעצען אין די קאר און זיך אפגעשטעלט ביי א נאו סטענדינג ספאט. די פאליסמאן האט זיך אפגעשטעלט אינטער מיר, און איז צוגעקימען צו די פענסטער און געבעטען לייסענס און רעזשיסטרעישען, און ער האט געזאגט אז מ'טאר זיך נישט דא אפשטעלען. כ'האב אים געזאגט אז עס האט מיך אויסגעזעהן ווי א נארמאלע פארקינג ספאט, פלאס איך בין דאך אין די קאר גרייט צו פארן. עס האט נישט געהאלפען גארנישט און ער האט מיר צוריקגעברענגט א טיקעט.
דאס איז א חלק פון די טיקעט, אינטער ווי עס שטייט מיין נאמען און קאר מאדעל וכו'. עס שטייט נישט קיין שום פרייז
נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:15 am
דורך רויטע וואנצעס
וואס איז דעי משוגעת?
NO PARKING OR STANDING
12 Midnight to 7 AM
from October 1st - April 30th
on any public street or highway in the Town of Fallsburg
VIOLATORS WILL BE TOWED at OWNERS EXPENSE
BY ORDER OF THE TOWN OF FALLSBURG POLICE DEPARTMENT
קען זיין מ'זאל קענען שארן די שניי...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:29 am
דורך רויטע וואנצעס
ראשעקאל האט געשריבן:איך האב באקימען א טיקעט אין סאוט פאלסבורג מעין סטריט פאר זיך אפשטעלן ביי נאו סטענדינג. ס'האט נישט געהאלפען אז איך האב מסביר געוועהן פאר די פאליס אז עס האט מיר אויסגעזעהן ווי א פארקינג ספאט
עניוועי, אזא זאך מיין איך אז עס לוינט זיך נישט צו פייטן, רייט?
איז וואס טוה איך? איך שרייב גילטי און איך שיק עס אריין? און נאכדעם גייען זיי מיר שיקן ווי פיל די שטראף איז?
וויפיל קאסט געווענטליך אזא טיקעט?
היות די טייפ טיקעטס (לאפוקי מאווינג וויילעישינס) זענען געווענדליך ריעזעוורט אלס א הכנסה פארן לאקאל טאון, איז עס אין די הענט פונעם לאקאלן קאורט צו מאכן אן החלטה וויפל די געלט שטראף איז לפי המצב, הזמן, אייער רעקארד, וכדומה. די סטעיט דרוקט די אפענע בלענקס פאר יעדע טאון אן די שטראפן ווייל ס'איז ביד די לאקאל קאורט. נארמאל אויף דיין טייפ וויילעישון לויפט עס צווישן 100-150 דולר.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 11:00 am
דורך רויטע וואנצעס
דוד גרינפעלד באקומט א טיקעט, און טוט די באקאנטע טריק א דאנק זיין אייגן געזעץ.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=yGHMWsaYS4c[/youtube]
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 11:33 am
דורך שטילע אינגערמאן
וועלכע טריק האט ער געטוען? איך מיין איר מאכט א טעות. ער זאגט נאר אז ער האט געכאפט א טיקעט א מינוט נאך זיין צעטעלע האט עק-פאיערטץ, ניין?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 1:19 pm
דורך berlbalaguleh
ראשעקאל האט געשריבן:איך האב באקימען א טיקעט אין סאוט פאלסבורג מעין סטריט פאר זיך אפשטעלן ביי נאו סטענדינג. ס'האט נישט געהאלפען אז איך האב מסביר געוועהן פאר די פאליס אז עס האט מיר אויסגעזעהן ווי א פארקינג ספאט
עניוועי, אזא זאך מיין איך אז עס לוינט זיך נישט צו פייטן, רייט?
איז וואס טוה איך? איך שרייב גילטי און איך שיק עס אריין? און נאכדעם גייען זיי מיר שיקן ווי פיל די שטראף איז?
וויפיל קאסט געווענטליך אזא טיקעט?
אין סאוט פאלסבורג דארפן זיי געלט. די גאנצע פאליס דעפארטמענט דארט באשטייט פון א פאר אידישע באויעס, זייער שוועסטער און די מאמע. דאס איז נישט קיין דשאוק. בעיני ראיתי ווי די מאמע רעדט מיט אירע יונגלעך אויף די אפיציעלע פאליס ראדיא. ערנסט גערעדט. אויב דער דזשאדזש גייט מיט יושר דארפסטו ארויסגיין "נאט גילטי". ווייל "נאו סטענדיג" --- אנדערש פון "נאו סטאפפינג" מעגסט דו זיך אפשטעלן פאר א מינוט. אפילו אויפפיקן אדער אראפלאזן א פאסאזשיר.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 1:49 pm
דורך שמעקעדיג
ווי אתרוגים נאך סוכות, און ווי א שירעם נאכן רעגן, און י.מ. סופר נאך די מדינה, האט הער ראשעקאל באקומען זיין תשובה פון ר' בערלען לאחר המעשה...
אבער בעטער לעידער דען נעווער. לכה"פ אויף מכאן ולהבא וועט מען וויסן די מציאות הדברים דארט.
א דאנק אייך רבי בערל.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 9:07 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:ווי אתרוגים נאך סוכות, און ווי א שירעם נאכן רעגן, און י.מ. סופר נאך די מדינה, האט הער ראשעקאל באקומען זיין תשובה פון ר' בערלען לאחר המעשה...
אבער בעטער לעידער דען נעווער. לכה"פ אויף מכאן ולהבא וועט מען וויסן די מציאות הדברים דארט.
א דאנק אייך רבי בערל.
ר' שמעקעדיג: איהר חלומ'ט פון אתרוגים און פון ישראל מ. סופר. חלמא (תרתי משמע) טבא חזיתא. ווען דו וועסט אפגיסן נעיגל וואסער און אנטון די גלעיזער זאלסטו מולך זיין איבערליינען מיין תגובה.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 3:09 pm
דורך דער (פינטעל) איד
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 09, 2013 9:41 pm
דורך אליצפן
איך האב יעצט באקומען א סיט בעלט טיקעט. די חוצפה איז אז איך האב עס באקומען ביי די קארנער פון מיין הויז נאך פאר איך האב אמת'דיג געהאט א טשענס עס אנצוטוען. איך האב מיך איינגעדרייט ביי די קארנער האלטנ'דיג די סיט בעלט אין מיין האנט אינמיטן אנטוען, און א פאליס וואס איז געשטאנען ביי די אינטערסעקשען האט מיך געסטאפט.
וועט עס קענען זיין א שטיקל תירוץ אין קארט אז ס'איז ממש לעבן מיין הויז און איך האב נישט אמת'דיג געהאט א טשאנס עס אנצוטון? וואס קען מען טון וועגן אזא טיקעט? עס רייסט ביים הארץ 138 דאלאר.