בלאט 5 פון 5

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2023 11:53 pm
דורך קורץ שארף צום פוינט!
מי אני האט געשריבן:
קורץ שארף צום פוינט! האט געשריבן:@מי אני,

1. קען זיין, אבער בפשטות איז מארד פיל פיל הארבער, איך רעד שוין נישט היסטאריש, אבער אויך היינטיגע צייטן אין רוב וועלט.
אפילו אזוי מיינט דאס נאך נישט אז ווייל מ'איז פארנאכלעסיגט אין די אומרעכט, איז די עצם טענה פון גיין קעגן זייער קאנסענט נישט וואליד. די טענה איז ענדערשער אז "היתכן מ'טוהט טאקע די הארבערע אומרעכט פון זיי אומברענגען לצורך אכילה?" נישט אז ווייל מ'טוהט שוין די גרעסערע אמרעכט (אשר יש בה אמתלא של הכרח) זאל מען שוין טוהן די קלענערע.
קורץ שארף צום פוינט! האט געשריבן:לגבי דיין טענה פון צע"ח לצורך ווס. לצער אז ס'נישט קאנסיסטענט, איז עס נישט ריכטיג. ווייל צער איז ערגער פון מיתה כמו שכתבו התוספות מהא דאלמלי נגדוהו לחנניא מישאל ועזריה וכו'.
ווייס איך אויך נישט וויאזוי פונקטליך האט דער פערד געגעבן קאנסענט אז מ'זאל רייטן אויף איהם און דער אקס אז מ'זאל מיט עם אקערן און די קוה אז מ'זאל איר מעלקן צום טויט... מיילא די בע"ח או-קיי, אבער דער פערד קען דאך נישט געבן קאנסענט, ר'ידאך א פערד!
ווי איך פארשטיי איז דיין טענה דא אז די טעם פארוואס די תורה איז מתיר שחיטתן איז ווייל דאס איז א "קליינע" צער שיש לה קצבה, לעומת די "גרעסערע" צער פון סתם צער בע"ח שאין לה קצבה וואס עס אסר'ט. און דערפאר איז עס נישט אינקאנסיסטענט. און נישט ווי איך זאג אז די טעם איז ווייל דאס איז א הכרח אבער דאס נישט.

אבער תשובתך בצדך: איז דען נישט די תורה פונקט אזוי מתיר לעבוד בבע"ח ולשתות חלבן (וואס די פסוק דערמאנט עטליכע מאל) שהיא ג"כ צער שאין לה קצבה (ווי דו דערמאנסט), פונקט אזוי ווי עס איז מתיר שחיטתן שהיא צער שיש לה קצבה? אלא מאי איז נישט דאס די חילוק. נאר די חילוק איז, ווי איך האב געשריבן, אז מה שהיא מן ההכרח לחיותן של בני אדם האט די תורה מתיר געווען השתמשות בבע"ח אף כשיש להן צער ואף כשאין לה קצבה. ואיה"נ, היינט-צו-טאג וואו מ'קען דאס טוהן פונקט אזוי עפישענטלי אָן דעם מיט מאשינען, איז עס עטיש אסור להשתמש בבע"ח (אפילו ווען עס וואלט געווען די זעלבע עפישענט) מחמת צערן כיון דאיכא דרכא אחרינא. פונקט אזוי ווי מ'פארשטייט אז טאמער קען מען פונקט אזוי גרינג פארשאפן פלייש, וואס איז פונקט דאס זעלבע אינגאנצן לגמרי, וואס מ'האט געמאכט אין א לאבארעטארי (און האט נישט קיין שאלה פון שחיטה וטריפה), דאן איז עטיש אסור צו אנשטאטס דעם גיין דאס פארשאפן דורך שחט'ען א בע"ח. ופשוט. די שאלה איז צי יעצט איז טאקע פלייש ממש א הכרח וחיותא, ווי אסאך טענה'ן אז עס איז טאקע נישט און טאקע אַן עטישע פראבלעם.
אן אריינגיין אין ויכוחים, מיר זענען פארפארן ("מיאוס" פארפארן...) פון די נושא.
איך וויל נאר מוכיח זיין אז נישט אלעס וואס פארעקלט הייסט א תועבה. והראיה משכב בהמה.
איצט לגוף הויכוח. וועסט מיר מודה זיין אז ביז לעצטענס ממש איז נישט געווען אנערקענט סייווי די "רעכטן" פון בהמות. בפרט בזמן התורה ובזמן חז"ל וכו' האט קיינער נישט ג'חלומ'ט אז משכב בהמה איז אסור צוליב די עוולה פאר די בהמה.
אפילו היינט איז אויך נישט פשוט וואס די געזעץ ערלויבט יא אדער נישט. אבער איין זאך איז ברור אז דער לעגאלער פארבאט פון משכב בהמה איז נישט געקומען פון פעט"א נאר פון די זעלבע וועלכע האבן פארבאטן לגב"ט.
איז מיין שאלה א וואלידע אז איר ליבעראלע זענט גרייט צו פארגיין מיט אנטי לגב"ט געזעצן, ביטע אנולירט אויך די אנטי משכ"ב געזעצן.
נאך א שאלה, אויב איז דער געזעץ צוליב די רעכטן פון די בהמות דאן וויאזוי קענען מיר באצווינגען בעלי חיים צו האבן געשלעכטן אומווילענדיג פאר פו"ר כדי מיר זאלן האבן נאך קעלבלעך און אייער? האלו?? ביסטאך א פשוט'ער מאנס!
און וויפיל מעדיצינישע טרייעלס טוהן מיר אויף בע"ח נישט כדי צו עסן נאר צו מאכן א בעסערע פערפיום אדער מעיק-אפ! אויך 100% לעגאל!

אקיצור: ווען די טאג וועט קומען וואס מיר וועלן באהאנדלען בהמות "ווי עס באדארף צו זיין" וועלן מיר זיי אויך אויפהערן צו באצווינגען...

נשלח: פרייטאג יוני 23, 2023 4:36 am
דורך ברוך שפינוזה
קורץ שארף צום פוינט! האט געשריבן:איך וויל נאר מוכיח זיין אז נישט אלעס וואס פארעקלט הייסט א תועבה. והראיה משכב בהמה.
לכאורה שטייט נאר תועבה אויף זאכן וואס זענען נישט עקלדיג פאר יעדן און מ'דארף דיך לאזן וואוסן (ברעינוואשן) אז ס'איז עקלדיג, והא ראיה אז עסן שקצים ורמשים שטייט דאך קלאר אל תשקצו בכל אלה אבער שרייבן תועבה פעלט נישט אויס ווייל 99% מענטשן עקלען זיך דערפון סייווי.

נשלח: פרייטאג יוני 23, 2023 7:08 am
דורך פאלאצ'ינטא
שערי יושר האט געשריבן:אזוי ווי מיר האלטן מיר אינמיטן די חודש פון יוני די חודש פון pride, וויל איך אויסדריקען מיין שטיצע און שעצונג פאר די לגב"ט קאמיוניטי.

איך רעד נישט פון די מענטשן וואס מארשירן מיט פילפארביגע פענער אויף פיפטע עוועניו אין מאנהעטן, און אין אלע שטעט ארום די וועלט, מענטשן וואס זענען שטאלץ מיט זייער געשלעכטליכע ארענטאציעס, און מאכן זיכער אז די וועלט ווייסט פון זיי.

איך רעד פון פון א אנדערע טייל פון די לגב"ט+ קאמיוניטי, טויזענטער מענטשן וואס זענען געי לעסביען בייסעקסשועל און טרענסעקסשועל אבער זיי מארשירן נישט שטאלצערהייט אויף די הויפט גאסן פון זייער שטעט מיט א שטאלצקייט, זיי פלאטערן נישט קיין קאלירפולע פענער פון זייערע קארן און הייזער.

איך רעדט פון אונזערע היימישע ברידער און שוועסטער וואס דאווענען אין אונזערע שולן, שיקן אין אונזערע מוסדות, און לעבן מיט אונז צוזאמען, זיי זענען אונזערע חברים שכנים און משפחה,
בחורים אינגעלייט און עלטערע אידן וואס זענען געי, מיידלעך ווייבלעך און פרויען וואס זענען לעסביען, זכרים וואז זענען אינערליך נקבות, און נקבות וואס זענען אינערליך זכרים, ביי זיי איז די חודש פון יוני גארנישט מער ווי אנדערע חדשים, זיי לעבן ווייטער מיט זייער אינערליכע יסורי הנפש והגוף, פארשטעקט אין די טינקעלע שאפע איינזאם און צעבראכן, פאר זיי פייער איך pride month!

פאר די איידעלע אינגערמאן וואס איז געי און וויל ליבן א מאן, אבער איז חתונה געהאט מיט א פרוי און אפאר קינדער פאר וועם ער איז פאריאגט מיט פרנסה, פאר עם שאקל איך די רעגנבויגן פאן.

פאר די ניינצן יעריגע כלה וואס איז א לעסביען און האט ליב מיידלעך, אבער די טאטע מאמע האבן געטון מיט איר א שידוך מיט א בחור, פאר איר פלאטער איך די רעגנבויגן פאן.

פאר די ישיבה קטנה בחור'ל וואס האט געפילען פאר געוויסע חברים און ער מאכט מיט רוחניות'דיגע יסורים און קען נישט פטור ווערן פון זיי, פאר עם הענג איך אויף די רעגנבויגן פאן.

פאר די ווייבל וואס אינערליך שפירט זי זיך א זכר, און פילט ווי זי לעבט אין א נישט ריכטיגע גוף,
פאר איר קלעב איך ארויף די רעגנבויגן פאן.

פאר די ווייבל וואס איז א לעסביען און האט ליב פרויען און איז נישט עטרעקטעד צי איר מאן אבער זי גייט אין מקווה און מאכט זיך גרייט פאר עם יעדע חודש, פאר איר האלט איך די רעגנבויגן פאן.

ווייל זיי טוען דאס פאר זייער גלויבען און רעליגיע, צו טוען די רצון ה', זיי גייען דורך שווערע פיינפולע נסיונות, אבער זיי בלייבן ערליך, לעבן מיט קדושה, און שטעלן אויף ערליכע שטיבער,

פאר זיי שאקל איך די פאן פון שטאלץ!
די פאן פון מי לה' אלי!

וואס וואלסטו געזאגט אויף אידן רבנים וועליכע וואוינען מיט אונז און דאווענען מיט אונז פירן חסידות אבער ער עסט יום כיפור?

און רייכערט ציגארעטליך אויף שבת?

. ער איז מהנה דעם שבת און לכבוד שבת מיט'ן בראטען און עסען א פיין שטיקל חזיר?

וואס איזמיט דעם רב אדער דיין וואס איז זייער עהליך און א גרויסע תלמיד חכם וואס האט קען זיך נישט איינהאלטען פון מזנה זיין מיט דיין ווייב?

און וואס איז מיט דער עהליכער איד וועליכע נעבעך קען זיך ניט איינהאלטען און הרגט איין איד א טאג ?

און וואס איז מיט דער צדיק אין א תלמיד חכם וועליכע קאן כל התורה כלו בעל פה ער איז א מוהל און איעדען ראש חודש ביי א ברית שחט ער איין בעבי אלס קרבן ראש חודש

פאר וואלסטו אויך געשאקעלט זייער פאן?

פאר דו זאגסט אז עס איז נישט די זעלבע, טראכט א מינוט עס איז פונקט די זעלבע.

ווייל איינער איז א בעל תאווה מיינט נישט אז מען מעג

דער האט א תאווה צו משכב זכר און דער האט א תאווה צו הרגנן א איד אין יום כיפור און איהם אויףעסען

דאס איז די תורה לא ניתנה תורה למלאכי השרת

איינער האסט א תאווה שטארק זיך

איינער האט מנדב געוועהן א מענטעלע פאר א ספר תורה אבער עס איז צו קורץ זאהל ער אפשניידן די תורה אדער לענגער מאכען די מענטעלע

נשלח: פרייטאג יוני 23, 2023 8:02 am
דורך מי אני
קורץ שארף צום פוינט! האט געשריבן:אן אריינגיין אין ויכוחים, מיר זענען פארפארן ("מיאוס" פארפארן...) פון די נושא.
איך וויל נאר מוכיח זיין אז נישט אלעס וואס פארעקלט הייסט א תועבה. והראיה משכב בהמה.
איצט לגוף הויכוח. וועסט מיר מודה זיין אז ביז לעצטענס ממש איז נישט געווען אנערקענט סייווי די "רעכטן" פון בהמות. בפרט בזמן התורה ובזמן חז"ל וכו' האט קיינער נישט ג'חלומ'ט אז משכב בהמה איז אסור צוליב די עוולה פאר די בהמה.
אפילו היינט איז אויך נישט פשוט וואס די געזעץ ערלויבט יא אדער נישט. אבער איין זאך איז ברור אז דער לעגאלער פארבאט פון משכב בהמה איז נישט געקומען פון פעט"א נאר פון די זעלבע וועלכע האבן פארבאטן לגב"ט.
איז מיין שאלה א וואלידע אז איר ליבעראלע זענט גרייט צו פארגיין מיט אנטי לגב"ט געזעצן, ביטע אנולירט אויך די אנטי משכ"ב געזעצן.
נאך א שאלה, אויב איז דער געזעץ צוליב די רעכטן פון די בהמות דאן וויאזוי קענען מיר באצווינגען בעלי חיים צו האבן געשלעכטן אומווילענדיג פאר פו"ר כדי מיר זאלן האבן נאך קעלבלעך און אייער? האלו?? ביסטאך א פשוט'ער מאנס!
און וויפיל מעדיצינישע טרייעלס טוהן מיר אויף בע"ח נישט כדי צו עסן נאר צו מאכן א בעסערע פערפיום אדער מעיק-אפ! אויך 100% לעגאל!

אקיצור: ווען די טאג וועט קומען וואס מיר וועלן באהאנדלען בהמות "ווי עס באדארף צו זיין" וועלן מיר זיי אויך אויפהערן צו באצווינגען...
דאס רופט זיך אין כללי הגיון וטענה א דזשענעטיק פאָלאָסי. והיינו, עס איז נישט קיין נפק״מ פארוואס ״מעיקרא״ מ׳האט געמאכט די געזעצן. איך זאגן דיר יעצט א טענה פון א חילוק אז מ׳זאל אנולירן די אנטי-לגב״ט געזעצן וויבאלד עס איז דא קאנסענט און קיינער ווערט נישט וויי געטוהן דערפון (חוץ די "געפיהלן" פון האָמאָפאָבּס (וואס אויב דארף מען זיך רעכענען מיט זייערע ״געפיהלן״, זענען די אייראפעאישע קריסטליכע רדיפות אנטקעגן אידן במשך הדורות געווען בארעכטיגט וויבאלד יהדות האט ״פארעקעלט״ די געפיהלן פון די קריסטליכע שכנים ויקוצו מפני בני ישראל)), וממילא טוהן די אנטי געזעצן שאדן צו מענטשן. משא״כ די אנטי בּעסטיאליטי געזעצן זענען יא וואליד וויבאלד עס איז דא דערין אומזיסטע צער בע״ח. אויף דעם ענטפערסטו אדער פון דאס צושטעלן צו "הלמאי ס׳איז יא לעגאל ומותר זיך משתמש צו זיין מיט בע״ח כשיש להן צער לצורך און ווען עס איז נישט אומזיסט?", וואס איז א פאלשע עקוויוועלענס וויבאלד עס איז נישט דומה, און ווי איך האב דיר אויפגעוואוזן פון די תורה אליינס וואס מאכט די חילוק. אדער טענה׳סטו אז ״מעיקרא״ האט מען דאך נישט אוועקגעשטעלט די אנטי בּעסטיאליטי געזעצן וועגן דעם. למאי נפק״מ? די טענה אז עס ליגט דערין צער בע״ח, ולכן זאל מען עס נישט אנולירן איז לגמרי וואליד וקאי וקיים. דו ענטפערסט נישט לגוף הטענה: פארוואס און מיט וואספארא רעכט זאל מען מתיר זיין א געזעץ וואס טוהט למעשה פארבאטן צער בע״ח וואס איז גענצליך שלא לצורך (אפילו אז דאס איז נישט געווען די אריגינעלע מטרה און סיבה פונעם געזעץ)?

אגב, עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז הרב דר. נתן סליפקין ברענגט ארויס אז עס איז שייך אז יאגד זאל זיין א טובה פאר בע"ח על הכלל (הגם די טענה האט לכאורה פראבלעמען כמובן, זייענדיג אז די טובה וואס קומט ארויס איז מער אינדירעקט). דאס איז אביסל ענליך צו דאס וואס דר. ניק זאנגוויל האט גע'טענה'ט לגבי דעם אז עס איז א (דירעקטע) טובה פאר בע"ח אז מענטשן האדעווען זיי כדי זיי צו עסן. (די טענות זענען לכאורה נישט שייך ביי בּעסטיאליטי, און אויב יא דאן קען מען אפשר טאקע אויך האבן א טענה דערביי, אבער פשוט ווייל עס איז לטובתם.)

נשלח: פרייטאג יוני 23, 2023 10:41 am

איך וויל עפענען נאך א טשאנעל אין די ויכוח וואס דו האסט אוועקגעשטעלט לדבר פשוט.
בעסטיאליטי איז לאו דווקא צער פאר די בע"ח, קען גאר זיין פארקערט!
עס איז נישט קאנסעטשיל, אבער זייט ווען פאדערן מיר קאנסענט ביי א בע"ח? מיינע ראיות אז מיר עסן זיי וכו' איז מוכיח צו זיין אז קאנסענט איז נישט וויכטיג און נישט פאסיג ביי א בע"ח.

נשלח: פרייטאג יוני 23, 2023 10:52 am
דורך פונדאַמענטאַל
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:
שערי יושר האט געשריבן:אזוי ווי מיר האלטן מיר אינמיטן די חודש פון יוני די חודש פון pride, וויל איך אויסדריקען מיין שטיצע און שעצונג פאר די לגב"ט קאמיוניטי.

איך רעד נישט פון די מענטשן וואס מארשירן מיט פילפארביגע פענער אויף פיפטע עוועניו אין מאנהעטן, און אין אלע שטעט ארום די וועלט, מענטשן וואס זענען שטאלץ מיט זייער געשלעכטליכע ארענטאציעס, און מאכן זיכער אז די וועלט ווייסט פון זיי.

איך רעד פון פון א אנדערע טייל פון די לגב"ט+ קאמיוניטי, טויזענטער מענטשן וואס זענען געי לעסביען בייסעקסשועל און טרענסעקסשועל אבער זיי מארשירן נישט שטאלצערהייט אויף די הויפט גאסן פון זייער שטעט מיט א שטאלצקייט, זיי פלאטערן נישט קיין קאלירפולע פענער פון זייערע קארן און הייזער.

איך רעדט פון אונזערע היימישע ברידער און שוועסטער וואס דאווענען אין אונזערע שולן, שיקן אין אונזערע מוסדות, און לעבן מיט אונז צוזאמען, זיי זענען אונזערע חברים שכנים און משפחה,
בחורים אינגעלייט און עלטערע אידן וואס זענען געי, מיידלעך ווייבלעך און פרויען וואס זענען לעסביען, זכרים וואז זענען אינערליך נקבות, און נקבות וואס זענען אינערליך זכרים, ביי זיי איז די חודש פון יוני גארנישט מער ווי אנדערע חדשים, זיי לעבן ווייטער מיט זייער אינערליכע יסורי הנפש והגוף, פארשטעקט אין די טינקעלע שאפע איינזאם און צעבראכן, פאר זיי פייער איך pride month!

פאר די איידעלע אינגערמאן וואס איז געי און וויל ליבן א מאן, אבער איז חתונה געהאט מיט א פרוי און אפאר קינדער פאר וועם ער איז פאריאגט מיט פרנסה, פאר עם שאקל איך די רעגנבויגן פאן.

פאר די ניינצן יעריגע כלה וואס איז א לעסביען און האט ליב מיידלעך, אבער די טאטע מאמע האבן געטון מיט איר א שידוך מיט א בחור, פאר איר פלאטער איך די רעגנבויגן פאן.

פאר די ישיבה קטנה בחור'ל וואס האט געפילען פאר געוויסע חברים און ער מאכט מיט רוחניות'דיגע יסורים און קען נישט פטור ווערן פון זיי, פאר עם הענג איך אויף די רעגנבויגן פאן.

פאר די ווייבל וואס אינערליך שפירט זי זיך א זכר, און פילט ווי זי לעבט אין א נישט ריכטיגע גוף,
פאר איר קלעב איך ארויף די רעגנבויגן פאן.

פאר די ווייבל וואס איז א לעסביען און האט ליב פרויען און איז נישט עטרעקטעד צי איר מאן אבער זי גייט אין מקווה און מאכט זיך גרייט פאר עם יעדע חודש, פאר איר האלט איך די רעגנבויגן פאן.

ווייל זיי טוען דאס פאר זייער גלויבען און רעליגיע, צו טוען די רצון ה', זיי גייען דורך שווערע פיינפולע נסיונות, אבער זיי בלייבן ערליך, לעבן מיט קדושה, און שטעלן אויף ערליכע שטיבער,

פאר זיי שאקל איך די פאן פון שטאלץ!
די פאן פון מי לה' אלי!

וואס וואלסטו געזאגט אויף אידן רבנים וועליכע וואוינען מיט אונז און דאווענען מיט אונז פירן חסידות אבער ער עסט יום כיפור?

און רייכערט ציגארעטליך אויף שבת?

. ער איז מהנה דעם שבת און לכבוד שבת מיט'ן בראטען און עסען א פיין שטיקל חזיר?

וואס איזמיט דעם רב אדער דיין וואס איז זייער עהליך און א גרויסע תלמיד חכם וואס האט קען זיך נישט איינהאלטען פון מזנה זיין מיט דיין ווייב?

און וואס איז מיט דער עהליכער איד וועליכע נעבעך קען זיך ניט איינהאלטען און הרגט איין איד א טאג ?

און וואס איז מיט דער צדיק אין א תלמיד חכם וועליכע קאן כל התורה כלו בעל פה ער איז א מוהל און איעדען ראש חודש ביי א ברית שחט ער איין בעבי אלס קרבן ראש חודש

פאר וואלסטו אויך געשאקעלט זייער פאן?

פאר דו זאגסט אז עס איז נישט די זעלבע, טראכט א מינוט עס איז פונקט די זעלבע.

ווייל איינער איז א בעל תאווה מיינט נישט אז מען מעג

דער האט א תאווה צו משכב זכר און דער האט א תאווה צו הרגנן א איד אין יום כיפור און איהם אויףעסען

דאס איז די תורה לא ניתנה תורה למלאכי השרת

איינער האסט א תאווה שטארק זיך

איינער האט מנדב געוועהן א מענטעלע פאר א ספר תורה אבער עס איז צו קורץ זאהל ער אפשניידן די תורה אדער לענגער מאכען די מענטעלע
די כוונה דא איז איבער מענטשען וואס מיטשען זיך מיט די סארט 'מענטשליכע' נטיות און האלטן זיך צוריק פון acting out.
און יא! איך פלאטער פענדליך פאר דער איד וואס האט א גאר שטארקע דראנג צו עסן - און האלט זיך צוריק פון עסן יו''כ!
פאר דער רייכערן אדיקט וואס האלט זיך צוריק א גאנצע שבת!
פאר דער חזיר ליבהאבער וואס האלט זיך צוריק פון א זאפטיגען שטיק.
פאר דער רב און דיין וואס מיטשעט זיך מיט א שווערע ס אדיקשען, זיין גוף ברענט - טראץ די הייליגער שלייער וואס ער האט ארויפגעווארפן אויף זיך, און האלט זיך צוריק.

אויף דעם זאגן חז''ל:
ר' אלעזר בן עזריה אומר מנין שלא יאמר אדם "אי אפשי ללבוש שעטנז. אי אפשי לאכול בשר חזיר. אי אפשי לבוא על הערוה" אבל "אפשי ומה אעשה ואבי שבשמים גזר עלי כך"? תלמוד לומר "ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי"-- נמצא פורש מן העבירה ומקבל עליו עול מלכות שמים (ספרא על ויקרא כ כו).

הרג'ענען איז נישט קיין נאטורליכע געפיל וואס איז א חלק פון די ideal מענטשליכע בריאה. תאוות זענען א חלק פון די צוזאמשטעל פונעם בריאה וואס ריפט זיך 'מענטש', און גאט האט ספעציעל דיזיינט דער מענטש אויף די אופן. א תאווה אויף רציחה איז נישט אין זעלבן כלל.

נשלח: פרייטאג יוני 23, 2023 11:03 am
דורך פאלאצ'ינטא
לייג אלעס אין א זייט פאר א מינוט

וואס איז פשט אין פסוק ואת זכר לא תשכב משכבי אשה די אלע תירוצים פון יסורים וכדומה איז נישט אמת

צום בעלזער רב דער שר שלום איז געקומען אמאהל א איד ווייענען

רבי מיין זוהן איז משוגע געווארען. ער עסט חזיר און ער טאנצט מיט שיקסעס

האט איהם דער שר שלום גע ענטפערט...

ניין ניין רב איד ער איז נישט משוגע אויב ער וואלט געגעסען שיקסעס און געטאנצט מיט חזירים וואלט ער געוועהן משוגע דיין זוהן איז א שיגץ

Re: איך שטיי מיט די היימישע לגב"ט געמיינדע

נשלח: פרייטאג יוני 23, 2023 6:48 pm
דורך בעלינגהעם
אה, מהאט שוין ארויפגעלייגט די מעשה אויפן שר שלום?

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 2:39 pm
דורך מי אני
מ׳טרעפט אין משלי (יג יט) וואו די פסוק נוצט ״תועבה״ אין די קאנטעקסט וואו די כסיל באטראכט עס גאר אלס ״תועבה״ אוועקצושטיין פון רע און אימאראלישקייט. תאוה נהיה תערב לנפש ותועבת כסילים סור מרע.

נשלח: דינסטאג יולי 11, 2023 11:53 pm
דורך סקעפטיקער

נשלח: פרייטאג יולי 14, 2023 1:42 pm
דורך מי אני
מי אני האט געשריבן:
שערי יושר האט געשריבן:קען זיין, איך טראכט א השערה, אז מען האט געזעהן א עס קומט ארויס קראנקע קינדער פון incest, האט מען עס אנגענומען אלס א שטראף פון גאט אדער די געטער, ממילא האט מען עס אנגעהויבן באטראכטען אלס אוממאראליש.

@מי אני ס'ליגט עפעס אמת דערין?
איך ווייס נישט.

דער רמב"ן זאגט בויקרא (חי ו):
ודע כי המשגל דבר מרוחק ונמאס בתורה זולתי לקיום המין ואשר לא יולד ממנו הוא אסור וכן אשר איננו טוב בקיום ולא יצלח בו תאסור אותו התורה זה טעם אל כל שאר בשרו (כאן) כי את שארו הערה (להלן כ יט) ירחיק הדבר מפני השאר
ס'איז מיר געווען אינטרעסאנט צו זעהן ווי דר. גיתית הולצמן ברענגט צו פונעם נרבוני אין זיין פרקי משה:
נרבוני.jpg

נשלח: פרייטאג יולי 14, 2023 4:18 pm
דורך תרמב
מנהל האט געשריבן:מ'זאל נישט שרייבן לגב"ט (וכדומה) מיט ענגלישע אותיות. געוויסע מעמבערס האבן פראבלעמען מיט פילטערס וואס בלאקירן דעם אשכול.
אז מ'רעדט שוין, איך האב אמאל געשריבן אן ארטיקל אין לשון קודש וועגן אריזאנע אויף אייוועלט, די קעפל איז געווען הביקור שלי באריזונה, ס'האט מיר גענומען צייט צו כאפן פארוואס פילטערס בלאקן עס, ביז איך האב געכאפט אז "אריזונה" איז א טריפה'נע שטאט, איך האב עס געטוישט צו "אריזאנע" און ס'איז געווארן מסודר...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 7:52 pm
דורך מי אני
דא זאגט דר. ריטשערד דאָקינס אז ס׳איז מעגליך אז עוואלושאן האט סעלעקטעד פאר אפאר אינדיווידואלן בתוך א גרופע אז זיי זאלן זיין האָמאָסעקשועל, כדי זיי זאלן העלפן אפגעבן מיט די גרופע׳ס קינדער, ווי איידער זייערע אייגענע; א קין סעלעקשאן. אדער איז דאס צושטאנד געקומען ווייל אזוי האבן די אלפא זכרים אין די גרופע געקענט איבערלאזן די נקיבות בשעת׳ן שאפן עסן, אונטער די שיץ פון די האָמאָסעקשועלס, וועלכע גייען נישט שוכב זיין זייערע נקיבות. און דאס געבט א הסבר פאר דייקא האָמאָסעקשועליטי (ווי איידער עיסעקשועליטי), וויבאלד בדרך כלל זענען זיי גענוג בּייסעקשועל אז זיי קענען יא בועל זיין די נקיבות, און אזוי האט עס צוגעגעבן צו זייער ריפּראַדאָקטיוו פיטנעס.

ולגבי די געדאנק פון פארוואס אינסעסט איז מאראלישע אומריכטיג, שרייבט הרב דר. מלך שפירא לגבי דעם אז השבטים נשאו אחיותיהם:
The Maharal explains that the situation of the brothers marrying their sisters was an exceptional case, since if they did not marry them the only available marriage partners would have been pagan women. As the Maharal notes, the parallel is to the sons of Adam who were permitted to marry their sisters since there was no one else for them to marry. This permission to marry their sisters was known to Jacob through ruah ha-kodesh, and the Maharal adds that one should not think that this contradicts the Torah, “for the one who gave the Torah forbade [it] and the one who gave the Torah [also] permitted [it].” In other words, God is the source of the law so he can choose to alter it if he chooses

This approach can also explain the story of the akedah which troubles so many. If the reason not to murder is because God says so, then God can, if He wishes, permit murder in certain cases. I don’t want to get into the issue of Natural Law and the Euthyphro problem. Suffice it to say that most people would assume that the prohibition against incest is indeed part of Natural Law and not simply because God forbids it. Yet it must be noted that Sanhedrin 58b records a view that the Noahide code does not forbid marriage between brothers and sisters. According to Sanhedrin 58b, and this is followed by pretty much all commentators and halakhists, a non-Jew is permitted to marry his daughter. See also Mishneh Torah, Hilkhot Melakhim 9:5. That at least some of the prohibitions on incest are not part of Natural Law would also seem to be a necessary conclusion of the Sifrei, which states that the Children of Israel were driven to tears when Moses told them that they could no longer marry their sisters (from their fathers)
וישמע משה את העם בוכה למשפחותיו . . . שהיו ישראל מצטערים בשעה שאמר להם משה לפרוש מן העריות מלמד שהיה אדם נושא את אחותו ואחות אביו ואחות אמו ובשעה שאמר להם משה לפרוש מן העריות היו מצטערים

Re:

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2024 3:20 am
דורך berlbalaguleh
תרמב האט געשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:18 pm
מנהל האט געשריבן:מ'זאל נישט שרייבן לגב"ט (וכדומה) מיט ענגלישע אותיות. געוויסע מעמבערס האבן פראבלעמען מיט פילטערס וואס בלאקירן דעם אשכול.
אז מ'רעדט שוין, איך האב אמאל געשריבן אן ארטיקל אין לשון קודש וועגן אריזאנע אויף אייוועלט, די קעפל איז געווען הביקור שלי באריזונה, ס'האט מיר גענומען צייט צו כאפן פארוואס פילטערס בלאקן עס, ביז איך האב געכאפט אז "אריזונה" איז א טריפה'נע שטאט, איך האב עס געטוישט צו "אריזאנע" און ס'איז געווארן מסודר...
דו וואלסט געדארפט (אליין) פארשטיין אז העיליגע אידן זאגן נישט ארויס דאס ווארט פון מויל. ס'איז נאך כמעט אזוי שלעכט ווי ציונות, רחמנא ליצלן מהאי דעתא.