בלאט 5 פון 6

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 10:53 pm
דורך ים רויבער
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן: א ווארט אין שו"ע איז נישט סתם "עטליכע געדרוקטע ווערטער", און די פאקט אז דער בית יוסף האט עס געפונען פאר וויכטיג אריינצולייגן אין שו"ע טראגט א גרויסן געוויכט.
די שולחן ערוך טראגט טאקע א גרויסן געוויכט אבער למעשה האט עס כלל ישראל נישט אנגענומען, ופוק חזי מאי עמא דבר.
רוב כלל ישראל היט ליידער אויך נישט קיין שבת.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 4:03 pm
דורך איןברירה
יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן:דער אידל פון דעם אינטערוויו ארבייט אין איינע פון די ספרים געשעפטן אין בארא פארק?
איך קען זיין משפחה און איך ווייס אז ער קומט פון א שווערע עבר. זייט איך האב געזעהן דער אינטערוויו דריי איך זיך ארום מיט א שטארקע צומישטקייט. ער איז א טראפל אוטיסטיק אבער ער איז באמת א געלונגנע מענטש. עס טוט וויי צו זעהן ווי ער מוטשעט זיך מיט זיין אייגענע שווערעקייטן.

ווען ער האט ווען א נאנטע מענטש וואס ער וואלט געקענט פרעגן אן עצה וואלט ער מן הסתם נישט ארויס געקומען ברבים רעדן פון זיין שוועריקייטן. איך מיין אז ער האט מיט דעם ערגער געמאכט זיין לעבן און די לעבן פון זיין נאנטע. מאידך גיסא האט ער געגעבן א שטארקע אויפוועקונג פאר כלל ישראל.

אויך זעהט מיר אביסל אויס אז ער האט אביסל ליב די אטענטשין (תשומת לב הקהל) וואס ער האט קלערט ער וועט באקומען פון אזא אינטערוויו.

איך מיין אז איך דארף אויפהערן צו טראכטן פון די גאנצע וועלט און אביסל מער טוהן וואס איך דארף טוהן יעצט. והוא רחום יכפר..

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 6:31 pm
דורך ברוך שפינוזה
ים רויבער האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן: א ווארט אין שו"ע איז נישט סתם "עטליכע געדרוקטע ווערטער", און די פאקט אז דער בית יוסף האט עס געפונען פאר וויכטיג אריינצולייגן אין שו"ע טראגט א גרויסן געוויכט.
די שולחן ערוך טראגט טאקע א גרויסן געוויכט אבער למעשה האט עס כלל ישראל נישט אנגענומען, ופוק חזי מאי עמא דבר.
רוב כלל ישראל היט ליידער אויך נישט קיין שבת.
ווי אויך דאווענען זיי ליידער נישט פאר'ן סוף זמן תפילה

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 10:58 pm
דורך קהל'ס נער
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
ים רויבער האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן: א ווארט אין שו"ע איז נישט סתם "עטליכע געדרוקטע ווערטער", און די פאקט אז דער בית יוסף האט עס געפונען פאר וויכטיג אריינצולייגן אין שו"ע טראגט א גרויסן געוויכט.
די שולחן ערוך טראגט טאקע א גרויסן געוויכט אבער למעשה האט עס כלל ישראל נישט אנגענומען, ופוק חזי מאי עמא דבר.
רוב כלל ישראל היט ליידער אויך נישט קיין שבת.
ווי אויך דאווענען זיי ליידער נישט פאר'ן סוף זמן תפילה
און און אויכט פאסטן זיי נישט ערב יום כיפור וואס איז א דאוריתא

נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:38 pm
דורך ים רויבער
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
ים רויבער האט געשריבן:רוב כלל ישראל היט ליידער אויך נישט קיין שבת.
ווי אויך דאווענען זיי ליידער נישט פאר'ן סוף זמן תפלה
רוב ארטאדאקסישע אידן האלטן זמן תפלה. עס זענען דא א מיעוט וואס פארפאסט בשוגג, און א מיעוט פון זיי וואס פארפאסן במזיד.
עס איז נאכנישט מתיר פארפאסן זמן תפלה אדער הוז"ל.

(א חוץ פון וואס מדאורייתא אויב בעט מען א קליינע תפלה ווי צב"ש והערב נא האט מען שוין יוצא געווען די חיוב תפלה, ואכמ"ל).

נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2023 8:38 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
ים רויבער האט געשריבן:(א חוץ פון וואס מדאורייתא אויב בעט מען א קליינע תפלה ווי צב"ש והערב נא האט מען שוין יוצא געווען די חיוב תפלה, ואכמ"ל).
קומט נישט אריין, ווייל לכתחלה איז תפלה און אוודאי סוף זמן תפלה א דרבנן.
די קוועסטשאן איז, קוקט מען וואס רוב כלל ישראל טוט?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 1:01 am
דורך ים רויבער
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן:
ים רויבער האט געשריבן:(א חוץ פון וואס מדאורייתא אויב בעט מען א קליינע תפלה ווי צב"ש והערב נא האט מען שוין יוצא געווען די חיוב תפלה, ואכמ"ל).
קומט נישט אריין, ווייל לכתחלה איז תפלה און אוודאי סוף זמן תפלה א דרבנן.
די קוועסטשאן איז, קוקט מען וואס רוב כלל ישראל טוט?
מיין פוינט איז געווען אז א מיעוט ארטאדאקסישע אידען טוען עפעס מיינט נאך נישט אז עס איז מותר, און עס איז נישט קיין פתח מתיר צו זיין איסורים.
נאך א פוינט וואס איך האב ארויסגעברענגט אז אין הנידון דומה לראיה.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 1:49 am
דורך שעפטאל
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן:
ים רויבער האט געשריבן:(א חוץ פון וואס מדאורייתא אויב בעט מען א קליינע תפלה ווי צב"ש והערב נא האט מען שוין יוצא געווען די חיוב תפלה, ואכמ"ל).
קומט נישט אריין, ווייל לכתחלה איז תפלה און אוודאי סוף זמן תפלה א דרבנן.
די קוועסטשאן איז, קוקט מען וואס רוב כלל ישראל טוט?
היות מ'רעדט דא פון די חיוב תפלה.

מיינט איר אוואדע צו שרייבן: לכתחילה איז די חיוב תפלה דרבנן.

(ווייל מ'איז מקיים דעם מצוה דאורייתא יעדע מאל מ'דאווענט, מ'איז נאר נישט מחוייב קיין 3 מאל א טאג צו דאווענען מדאורייתא)

נשלח: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 5:15 pm
דורך שמן למאור

נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2023 7:22 pm
דורך חיי עולם
ים רויבער האט געשריבן:
צקון לחש האט געשריבן:די עצם צופראסקעטע חינוך אז הוצאת ז"ל איז חמור מכל עבירות שבתורה (!!!) טוט שטארק גרינג מאכן די עבירה פון טשעפען א קינד אין די אויגן פון אזא איינער.
איר קריגט זיך אויפן שולחן ערוך?
וע''ש בבית שמואל לאו דווקא

מן הסתם שוין אויסגעשמעוסט דא די גאנצע ענין איינער קען לינקענען?

עס איז דא וואס האלטן אויב האט מען שוין מקיים געווען פו''ר איז עס נישט קיין איסור

ועוד ועוד

נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:17 am
דורך שמעקעדיג
חיי עולם האט געשריבן: עס איז דא וואס האלטן אויב האט מען שוין מקיים געווען פו''ר איז עס נישט קיין איסור
מקור ביטע?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 7:53 am
דורך צקון לחש
שמעקעדיג האט געשריבן:
חיי עולם האט געשריבן: עס איז דא וואס האלטן אויב האט מען שוין מקיים געווען פו''ר איז עס נישט קיין איסור
מקור ביטע?
צדיקים האבן געזאגט אז דער וואס פרעגט וואס איז די מקור פון א מנהג ישראל איז צריך בדיקה אחריו

נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 9:36 am
דורך תוכו כברו
שמעקעדיג האט געשריבן:
חיי עולם האט געשריבן: עס איז דא וואס האלטן אויב האט מען שוין מקיים געווען פו''ר איז עס נישט קיין איסור
מקור ביטע?
ס'איז דא א ריטב"א וואס פסק'נט אז א זכר וואס האט שוין מקיים געווען פר"ו און ער קען נישט קאנטראלירן זיינע תאוות מעג טרינקען א כוס של עיקרין און זיך מסרס זיין!

דאכט זיך מיר אז דער שואל ומשיב ר' יוסף שאול נאטאסזאן איז שטארק מחולק דערמיט, ווייל סירוס איז א לא תעשה, און הוצאת זרע לבטלה איז נאר א איסור דרבנן.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 5:17 pm
דורך ים רויבער
צקון לחש האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
חיי עולם האט געשריבן: עס איז דא וואס האלטן אויב האט מען שוין מקיים געווען פו''ר איז עס נישט קיין איסור
מקור ביטע?
צדיקים האבן געזאגט אז דער וואס פרעגט וואס איז די מקור פון א מנהג ישראל איז צריך בדיקה אחריו
נישט ווען זיי האבן געזוכט צו טראללן אויף יודישקייט...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 2:40 am
דורך שמעקעדיג
צקון לחש האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
חיי עולם האט געשריבן: עס איז דא וואס האלטן אויב האט מען שוין מקיים געווען פו''ר איז עס נישט קיין איסור

מקור ביטע?

צדיקים האבן געזאגט אז דער וואס פרעגט וואס איז די מקור פון א מנהג ישראל איז צריך בדיקה אחריו

ווי האט יענער געזאגט, מיין אחריו איז גרייט, קענסט אנהייבן די בדיקה...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 10:24 am
דורך סיסטעם
.

Re: אפענהארציגע אינטערוויו מיט א מאלעסטאר

נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2024 2:18 pm
דורך כלבאשבוע
ארעסטירט פון פריש

Re: אפענהארציגע אינטערוויו מיט א מאלעסטאר

נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2024 2:33 pm
דורך צועקים וזועקים
איך קען עס נישט זעהן. איז עס א פרישע מעשה אדער בלויז נייע קלאגעס?

Re: אפענהארציגע אינטערוויו מיט א מאלעסטאר

נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2024 2:51 pm
דורך היימלינד
די מעשה און קארצען איז אז נאך די ווידאו איז ארויס זענען געווען געוויסע משפחות פון די וויקטימס להשמיד איהם צו איינזעצען אויף אלטע מעשיות, זיי פילען אז אין א וועג האט ער זיך justified און זיי האבן נישט געוואלט הערן פון קיין שום דיעל

Re: אפענהארציגע אינטערוויו מיט א מאלעסטאר

נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2024 3:01 pm
דורך צועקים וזועקים
געוואלד! דאס הארץ טוט וויי, ער איז געווען מיין טיטשער פאר 2 יאר, איך האב גאר גוטע און פאזעטיווע זכרונות פון איהם.

Re: אפענהארציגע אינטערוויו מיט א מאלעסטאר

נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2024 3:19 pm
דורך [NAMELESS]
היימלינד האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 2:51 pm די מעשה און קארצען איז אז נאך די ווידאו איז ארויס זענען געווען געוויסע משפחות פון די וויקטימס להשמיד איהם צו איינזעצען אויף אלטע מעשיות, זיי פילען אז אין א וועג האט ער זיך justified און זיי האבן נישט געוואלט הערן פון קיין שום דיעל
דאס איז שוין נעקסט לעוועל, ער איז שוין בדרך הטבע נישט קיין סכנה בפרט ער איז ארויפגעקומען צו די וועלט מיט זיין צורה און ווי ער קומט און גייט ווייסט מען אויף וואס ער איז אומשטאנד און ער ווייסט אז מען ווייסט ווער ער איז און מען קוקט עם נאך מיט חשדות.

Re: אפענהארציגע אינטערוויו מיט א מאלעסטאר

נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2024 3:21 pm
דורך היימלינד
צועקים וזועקים האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 3:01 pm געוואלד! דאס הארץ טוט וויי, ער איז געווען מיין טיטשער פאר 2 יאר, איך האב גאר גוטע און פאזעטיווע זכרונות פון איהם.
טיטשער אדער מלמד/מלמד פרטי?

Re: אפענהארציגע אינטערוויו מיט א מאלעסטאר

נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2024 3:23 pm
דורך צועקים וזועקים
היימלינד האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 3:21 pm

ענגליש טיטשער.