די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
פארשפארט
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

שליחה דורך עמרם »

ווי אין מאנסי איז די בית המדרש ווי הרה"ק ר' יעקב יוסף מ'ראחמיסטריווקא שליט"א פירט?
מענדל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 113
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 19, 2023 1:00 am
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

שליחה דורך מענדל »

עמרם האט געשריבן:ווי אין מאנסי איז די בית המדרש ווי הרה"ק ר' יעקב יוסף מ'ראחמיסטריווקא שליט"א פירט?
די אלטע בית מדרש
מענדל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 113
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 19, 2023 1:00 am
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

שליחה דורך מענדל »

צפת האט געשריבן:אפאר קרישקעלעך:

הרה"ק ר' יהושע איז געווען גרייט צו גיין קיין וויליאמסבורג. דארט איז פארהאן א רחמיסטריווקע שטיבל, אבער קיינע פון די קינדער זענען נאכנישט דארט. ווען האדמו"ר מסקווירא האט געהערט פונעם פלאן, האט ער געהאקט אין טיש און געזאגט, בשום אין אופן, ער מוז וואוינען נאנט און ער מוז ווערן רבי אין מאנסי.
וואס שטערט פאר האדמו"ר מסקווירא אז ער גייט קיין וויליאמסבורג ?
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך בעל דרשן »

צפת האט געשריבן:הרה"ק ר' יעקב יוסף מראחמיסטריווקע מאנסי שליט"א איז היינט צוריקגעקומען פון לאנדאן. עס איז געווען פאר אים א גרויסן קבלת-פנים אין בית-המדרש. קיין רבי'שע בענקל האט ער נאכנישט געוואלט האבן, אבער דער גאנצער ציבור איז אריבערגעגאנגען וואונטשן שלום-עליכם, בתוכן רבני העיר און חשוב'ע מענטשן פון שטאט. קוויטלעך נעמט ער למחצה, אין לאנדאן האט ער גענומען געהעריג קוויטלעך פון עטליכע אנשים חשובים, פון אנדערע האט ער נישט געוואלט נעמען. דאהי, אויב איינער גיבט אים א קוויטל, נעמט ער דאס און לייגט עס אריין אין טאש.

קוויטל געלט נעמט ער אויך נאר למחצה?....

שבת וועט לכאורה זיין א גרויסער שבת, הגם ס'וועט אפיציעל נישט זיין פאר די גאס, מען גייט דאס נישט מעלדן. יתכן אז ס'וועלן זיין וואס וועלן נישט וויסן דערפון. אבער וויבאלד ס'וועט זיין צוויי ראחמיסטריווקע רבי'ס אין שטאט, וועט זיין שמח, מען וועט גיין אהין און אהער...

מיין געפיל: עווענטואל וועט זיין צוויי ראחמיסטריווקע רבי'ס אין שטאט, ביידע וועלן מצליח זיין און ביידע וועלן זיך רעספעקטירן. ר' יעקב יוסף וועט נישט וועלן נעמען אלעס גלייך און ס'וועט גיין צוביסלעך.

מיין געפיל : גייט זיין איין רחמיסטריווקא רבי אין מאנסי, רבי יעקב יוסף וועט זיין א שיינע אויבן אן איד ביי זיין שווער ער פאריפט זיך בכלל נישט רבי

לויט ווי איך קען ר' יעקב יוסף, קען זייער מעגליך זיין אז פרייטאג צו נאכטס, וועט ער פלוצלינג אנקומען צום טיש פון זיין פעטער און זיצן דארט ווי א חסיד. אויב דאס וועט געשען, בין איך נייגעריג צי ר' יהושע וועט אים מכבד זיין ווי א רבי אדער ווי א חשוב'ער אייניקל.

ר' יעקב יוסף איז היינט געווען ביים פעטער די רחמיסטריווקא רבי פון מאנסי געדאווענט שחרית אין בית המדרש

ימים ידברו.
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך בעל דרשן »

צפת האט געשריבן:אפאר קרישקעלעך:

הרה"ק ר' יהושע איז געווען גרייט צו גיין קיין וויליאמסבורג. דארט איז פארהאן א רחמיסטריווקע שטיבל, אבער קיינע פון די קינדער זענען נאכנישט דארט. ווען האדמו"ר מסקווירא האט געהערט פונעם פלאן, האט ער געהאקט אין טיש און געזאגט, בשום אין אופן, ער מוז וואוינען נאנט און ער מוז ווערן רבי אין מאנסי.

זיין טאכטער הרבנית הינדא איז די רעכטע האנט פון איר טאטן ממילא איז געווען פארשטענדליך אז ער גייט בלייבן אין די גלילות

הרה"ק ר' יעקב יוסף איז צוריקגעקומען פון לאנדאן, אין בית-המדרש ראחמיסטריווקע אין מאנסי האט מען געדאווענט מעריב און בשעת מעשה צוגעגרייט א לחיים. ווי נאר מען האט געענדיגט מעריב, און דער ציבור באמערקט אז ר' יעקב יוסף איז נישטא. ער האט אפגעפיצט.

נו, וואס מיינט איר? - די שוויגער האט אויפגעהויבן א טעלפאן אויף אים, און זי האט גענומען שרייען אז ער מוז שוין צוריקקומען... בקיצור, ער האט זיך אויסגענומען דריי תנאים. 1. אז מען שטעלט אים נישט קיין רבי'שע בענקל, 2. אז מען רופט אים נישט 'רבי', 3. אז עס וועט נישט זיין דארט קיין שום דרשות.

דער ציבור האט מסכים געווען און ער איז געקומען. דער עולם איז אריבערגעגאנגען געבן לחיים, לשמחת לב חסידיו.

נקודה למחשבה:
געווענליך, א מענטש אדער א קבוצה פון מענטשן, ווילן מאכן מחלוקת, נעמען זיי אין באטראכט אז זיי קענען ליידן עטוואס קאנצעקווענצן דערפאר, און טיילמאל גייט מען איין דערפאר, אפילו אויף די פרייז פון קאנצעקווענצן. סקווירא האט אונז געלערנט א נייעם דרך. מען גייט מאכן מחלוקת, אבער די שטינק לאזט מען אויף יענעם, זיי ליידן גארנישט דערפון ביי זיך אין שטאט - די קאנצעקווענצן ליידן אנדערע.

אז מען איז קלוג, איז מען קלוג.
מענדל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 113
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 19, 2023 1:00 am
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

שליחה דורך מענדל »

בעל דרשן האט געשריבן:
צפת האט געשריבן:אפאר קרישקעלעך:

הרה"ק ר' יהושע איז געווען גרייט צו גיין קיין וויליאמסבורג. דארט איז פארהאן א רחמיסטריווקע שטיבל, אבער קיינע פון די קינדער זענען נאכנישט דארט. ווען האדמו"ר מסקווירא האט געהערט פונעם פלאן, האט ער געהאקט אין טיש און געזאגט, בשום אין אופן, ער מוז וואוינען נאנט און ער מוז ווערן רבי אין מאנסי.

זיין טאכטער הרבנית הינדא איז די רעכטע האנט פון איר טאטן ממילא איז געווען פארשטענדליך אז ער גייט בלייבן אין די גלילות

הרה"ק ר' יעקב יוסף איז צוריקגעקומען פון לאנדאן, אין בית-המדרש ראחמיסטריווקע אין מאנסי האט מען געדאווענט מעריב און בשעת מעשה צוגעגרייט א לחיים. ווי נאר מען האט געענדיגט מעריב, און דער ציבור באמערקט אז ר' יעקב יוסף איז נישטא. ער האט אפגעפיצט.

נו, וואס מיינט איר? - די שוויגער האט אויפגעהויבן א טעלפאן אויף אים, און זי האט גענומען שרייען אז ער מוז שוין צוריקקומען... בקיצור, ער האט זיך אויסגענומען דריי תנאים. 1. אז מען שטעלט אים נישט קיין רבי'שע בענקל, 2. אז מען רופט אים נישט 'רבי', 3. אז עס וועט נישט זיין דארט קיין שום דרשות.

דער ציבור האט מסכים געווען און ער איז געקומען. דער עולם איז אריבערגעגאנגען געבן לחיים, לשמחת לב חסידיו.

נקודה למחשבה:
געווענליך, א מענטש אדער א קבוצה פון מענטשן, ווילן מאכן מחלוקת, נעמען זיי אין באטראכט אז זיי קענען ליידן עטוואס קאנצעקווענצן דערפאר, און טיילמאל גייט מען איין דערפאר, אפילו אויף די פרייז פון קאנצעקווענצן. סקווירא האט אונז געלערנט א נייעם דרך. מען גייט מאכן מחלוקת, אבער די שטינק לאזט מען אויף יענעם, זיי ליידן גארנישט דערפון ביי זיך אין שטאט - די קאנצעקווענצן ליידן אנדערע.

אז מען איז קלוג, איז מען קלוג.
בעל דרשן וואס איז די העיט דא ??
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

שליחה דורך עמרם »

מענדל האט געשריבן:
עמרם האט געשריבן:ווי אין מאנסי איז די בית המדרש ווי הרה"ק ר' יעקב יוסף מ'ראחמיסטריווקא שליט"א פירט?
די אלטע בית מדרש
איך האב געמיינט צי פרעגען ווי אין מאנסי געפינט זיך די (אלטע) בית מדרש?
Samkoton
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 58
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 12:20 am
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

שליחה דורך Samkoton »

עמרם האט געשריבן:
מענדל האט געשריבן:
עמרם האט געשריבן:ווי אין מאנסי איז די בית המדרש ווי הרה"ק ר' יעקב יוסף מ'ראחמיסטריווקא שליט"א פירט?
די אלטע בית מדרש
איך האב געמיינט צי פרעגען ווי אין מאנסי געפינט זיך די (אלטע) בית מדרש?
Warren Ct. off Suzzane
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

שליחה דורך עמרם »

Samkoton האט געשריבן:

ש'כח
און ווי פירט ר' יהושע ?
א נייגעריגע קאטשקע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

שליחה דורך א נייגעריגע קאטשקע »

יהושע'ס ווייב פירט די מייקל סקול אין סקווירא
אין ווי אויך דארף דער סקווירא רבי איר האבן נאנט ווייל זיין וווייב איז קראנק
האט נישט קיין אנדערע טאכטער צו די האנט
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

שליחה דורך היכי דמי »

א נייגעריגע קאטשקע האט געשריבן:יהושע'ס ווייב פירט די מייקל סקול אין סקווירא
אין ווי אויך דארף דער סקווירא רבי איר האבן נאנט ווייל זיין וווייב איז קראנק
האט נישט קיין אנדערע טאכטער צו די האנט
וואס איז מייקל סקול?
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

שליחה דורך עמרם »

היכי דמי האט געשריבן:
א נייגעריגע קאטשקע האט געשריבן:יהושע'ס ווייב פירט די מייקל סקול אין סקווירא
אין ווי אויך דארף דער סקווירא רבי איר האבן נאנט ווייל זיין וווייב איז קראנק
האט נישט קיין אנדערע טאכטער צו די האנט
וואס איז מייקל סקול?
צ"ל מיידל סקול
EMES VAYATZIV
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 13, 2020 5:55 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך EMES VAYATZIV »

צפת האט געשריבן:אפאר קרישקעלעך:
הרה"ק ר' יהושע איז געווען גרייט צו גיין קיין וויליאמסבורג. דארט איז פארהאן א רחמיסטריווקע שטיבל, אבער קיינע פון די קינדער זענען נאכנישט דארט. ווען האדמו"ר מסקווירא האט געהערט פונעם פלאן, האט ער געהאקט אין טיש און געזאגט, בשום אין אופן, ער מוז וואוינען נאנט און ער מוז ווערן רבי אין מאנסי.
הרה"ק ר' יעקב יוסף איז צוריקגעקומען פון לאנדאן, אין בית-המדרש ראחמיסטריווקע אין מאנסי האט מען געדאווענט מעריב און בשעת מעשה צוגעגרייט א לחיים. ווי נאר מען האט געענדיגט מעריב, און דער ציבור באמערקט אז ר' יעקב יוסף איז נישטא. ער האט אפגעפיצט.
נו, וואס מיינט איר? - די שוויגער האט אויפגעהויבן א טעלפאן אויף אים, און זי האט גענומען שרייען אז ער מוז שוין צוריקקומען... בקיצור, ער האט זיך אויסגענומען דריי תנאים. 1. אז מען שטעלט אים נישט קיין רבי'שע בענקל, 2. אז מען רופט אים נישט 'רבי', 3. אז עס וועט נישט זיין דארט קיין שום דרשות.
דער ציבור האט מסכים געווען און ער איז געקומען. דער עולם איז אריבערגעגאנגען געבן לחיים, לשמחת לב חסידיו.
נקודה למחשבה:
געווענליך, א מענטש אדער א קבוצה פון מענטשן, ווילן מאכן מחלוקת, נעמען זיי אין באטראכט אז זיי קענען ליידן עטוואס קאנצעקווענצן דערפאר, און טיילמאל גייט מען איין דערפאר, אפילו אויף די פרייז פון קאנצעקווענצן. סקווירא האט אונז געלערנט א נייעם דרך. מען גייט מאכן מחלוקת, אבער די שטינק לאזט מען אויף יענעם, זיי ליידן גארנישט דערפון ביי זיך אין שטאט - די קאנצעקווענצן ליידן אנדערע.

אז מען איז קלוג, איז מען קלוג.
מען דארף נישט זיין קיין גרויסע חכם, צו זעהן וואס צפת אגענדא איז דא, מבין ריסי עיניו ניכרת, פאר וועם ער ארבעט און וואס איז זיין ציל...

איין קליינע קושיא, ווען כ"ק מרן אדמו"ר מראחמסטריווקא זצוקללה"ה איז געקומען גיסן די אבן הפינה פארן בנין הכולל מיט די ווייבער שול, און מקוה, ווי ר'יושע העשיל איז געווען ראש הכולל, פארוועם האט מען דאס געגאסן?

ווען העסקן החשוב, הרה"ח ר' עמרם ווייס שליט"א איז געגאנגען מיט מסירות נפש בויען א בנין מיט שווייס און בלוט אן הערליכן בנין אויף האפעל לעין פאר וועם האט ער עס געבויעט? פאר ר' יושע העשיל שליט"א

ווען חסידי ראחמסטריווקא האבן געגארט און געברענט צו עפענען נאך א שטיבל ווער האט עס געבלאקט? (ווער האט געגעבן רשות ביז נאך 306 נאר??)

די טרוקענע און קלארע פאקט איס אז דאס בית מדרש /כולל אויף האפעל לעין, בויעט מען שוין יארן לאנג פאר ר' יושע העשיל שליט"א...

אז משפחת הרה"צ אברהם דוב שליט"א האט א פראבלעם דערמיט, זאלן זיי יעדען לאזן מנוחה, זיי קענען בעטן זייער מאמע זאל אנשרייען די איידעם, אבער איין זאך ווערט יעצט קלאר אז הרה"צ ר' יעקב יוסף וועט זיך נישט לאזן אינגאנצן זיין זייער שטעקן... זיי וועלן מוזן אפיר זוכען אנדערע מיטלען פאר ביזדערווייל וויאזוי צו האלטן די שררה...
קדושה וטהרה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2023 3:24 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך קדושה וטהרה »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום קדושה וטהרה, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
קדושה וטהרה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2023 3:24 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך קדושה וטהרה »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קדושה וטהרה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קדושה וטהרה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2023 3:24 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך קדושה וטהרה »

צפת האט געשריבן:אפאר קרישקעלעך:

הרה"ק ר' יהושע איז געווען גרייט צו גיין קיין וויליאמסבורג. דארט איז פארהאן א רחמיסטריווקע שטיבל, אבער קיינע פון די קינדער זענען נאכנישט דארט. ווען האדמו"ר מסקווירא האט געהערט פונעם פלאן, האט ער געהאקט אין טיש און געזאגט, בשום אין אופן, ער מוז וואוינען נאנט און ער מוז ווערן רבי אין מאנסי.

הרה"ק ר' יעקב יוסף איז צוריקגעקומען פון לאנדאן, אין בית-המדרש ראחמיסטריווקע אין מאנסי האט מען געדאווענט מעריב און בשעת מעשה צוגעגרייט א לחיים. ווי נאר מען האט געענדיגט מעריב, און דער ציבור באמערקט אז ר' יעקב יוסף איז נישטא. ער האט אפגעפיצט.

נו, וואס מיינט איר? - די שוויגער האט אויפגעהויבן א טעלפאן אויף אים, און זי האט גענומען שרייען אז ער מוז שוין צוריקקומען... בקיצור, ער האט זיך אויסגענומען דריי תנאים. 1. אז מען שטעלט אים נישט קיין רבי'שע בענקל, 2. אז מען רופט אים נישט 'רבי', 3. אז עס וועט נישט זיין דארט קיין שום דרשות.

דער ציבור האט מסכים געווען און ער איז געקומען. דער עולם איז אריבערגעגאנגען געבן לחיים, לשמחת לב חסידיו.

נקודה למחשבה:
געווענליך, א מענטש אדער א קבוצה פון מענטשן, ווילן מאכן מחלוקת, נעמען זיי אין באטראכט אז זיי קענען ליידן עטוואס קאנצעקווענצן דערפאר, און טיילמאל גייט מען איין דערפאר, אפילו אויף די פרייז פון קאנצעקווענצן. סקווירא האט אונז געלערנט א נייעם דרך. מען גייט מאכן מחלוקת, אבער די שטינק לאזט מען אויף יענעם, זיי ליידן גארנישט דערפון ביי זיך אין שטאט - די קאנצעקווענצן ליידן אנדערע.

אז מען איז קלוג, איז מען קלוג.
דיינע 'שקר'לעך נישט 'קרישקעלעך'

יעדע ווייסט אז ר' עמרם ווייס האט שוין יארן געבויעט די בית מדרש, און די גאנצע שיקן קיין ווילאמסבורג ווי עס איז היפש אויסגעשפילט, איז געווען א פראוו פון געוויסע...

דא האט איר א צעטיל וואס איז ארומגעפארן בין אנ"ש ראחמסטריווקא בערך מיט אן האלבע יאר צוריק איבער די ווייטאג פון ראחמסטריווקא אינגערלייט איבער די משפחה וואס פרובירט צו מחרחר ריב זיין... גאר אן אנדערע בילד..

שמעו ותחי נפשכם..
-------------------------|
-----------------
בס"ד
כבוד ידידי מכובדי וכו' וכו' שי'
שלו' וברכה, האסט מיר דעם שבת נאכען דאווענען געפרעגט מיין מיינוג, איבער די מחאה צעטיל, וואס איז ארויסגעקומען פון די נייע וועד און שטיבעל, איבער די בקשה פון הרה"צ ר' דוד משה שליט"א מיט הרה"צ ר' בערל שליט"א, וואס זענען געווען ביים רב שליט"א איבער שמועסען די בקשה פון עטליכע אידען אויף צו עפענען נאך א שטיבעל און די נייע בנין פון ר' עמרם'ס כולל, יא עס איז געווען שבת פ' יתרו, און איך האב נישט גענטפירט, און פיל אינגעלייטלעך האבען זייער געקאכט אויף די חוצפה עד לב השמים... און איך מיין איך האב יא וואס צו זאגען און די ענין,

לאמיר יעצט און א ניכטערע מינוט, איבער טראכטען וואס גייט דא פאר? און יעצט נעם איך די פעדער, און איך שרייב נאר פאר דיר, עס איז מיר גרינגער צו שרייבען ווי צו רעדען, איך האב ליב צן טראכטען קאלט, נישט ווען עס איז הייס, איך האף יעדער האט זיך שוין בארוהגיט, מען האט דאך שוין געמאכט אפי' א מחאה,

זה החלי בס"ד, די שטיעבל זיבעצען ווארען קט איז ב"ה אויסגעוואקסען א שיינע שטיבעל, פון צענדליגער אידען ידידים וחסידים ומעריצים לבית ראחמיסטריווקא, ברובם אזעליכע אידען וואס זענען דבוק און כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א,
אבער מען מוז מודה זיין, אז די שטיבעל שטייט שוין פון תשמ"ב ותשמ"ג בערך, וואס דאן איז דאס געווען מער א געגענט שטיבעל, און אידען וואס האבען געהאט א שייכות צום רב שליט"א,

אני הקטן, האט חתונה געהאט אנהייב פון די ס' יארען, וואס דאן האט זיך אנגעהויבען די צווייטע דור פון חסידי ראחמיסטריווקא, און פיל האבען חתונה געהאט אויף מאנסי, און זיך אנגעהויבען דרייען און שטיבעל, מער אינגעלייטלעך, און די עלטערע עולם א טייל האט אוועק געמופט, א טייל האט זיך מער נישט געפינען דאס פלאץ, און א טייל זענען נעבאך הלך לעולמם, און צוביסלעך מער און מער איז געווארען די שטיבעל ריין פון די געגענט, ריין פון די רב'ס שליט"א מענטשען, נאר מער ווייניגער חסידים פון רבין שליט"א און דער ציבור איז שיין געוואקסען לעם רב ב"ה וואס האבען זיך מער ווייניגער געפינען זייער גיט א גאנץ יאר,
און איין ווארט וועגען די רב שליט"א, זייענדיג א ראחמיסטריווקא קינד מיט אלע מעלות לבית ראחמיסטריווקא, וויפול עס האט אים געשטערט די בנין נערים מילד גערעדט, האט פארמאכט זיין איידעלע מויל און געשלינגען די עזות פון די אינגלייטליך וואס יעדער שני וחמישי האבען אים איבער געלאזט אויף הפקר ממש, צו ווער רעדט פון שבת שקלים אדער ימים טובים ווי א' סליחות, שבועות, ראש השנה, יום הקדוש, הושענא רבה, שמחת תורה, שבת חנוכה, וכו' וכו', איז די שול געווארען א מקום ווי ער אליינ'ס זעלבסט האט געזוכט א צענטער,
יא זיינע אייגענע געטרייע קינדער וכ"ש די איידימער, זענען ליידער אויכעט נישט געווען צו די האנט, האבענדיג א הייליגען זיידען, [אולי ווען עס וועט געווען און שטיבעל, נאר די אלטע דור מתפללים, די ערשטע מתפללים ביים רב שליט"א, פון די געגענט, אפשר וואלטען זיי זיך בעסער געמוזט צושטעלען, אבער היות די מתפללים ברובו זענען געווען חסידי מרן אד"ש האבען זיי זיך בכלל נישט מער געפילט און זייער היים, דערפאר האבען זיין פארשטאנען אז די זיידע איז פריער, א דוחק תירוץ, אבער אולי] און ממש יעדער האט איבער געלאזט די רב שליט"א, מיט די פאר אלטע מענטשען, יעדע ערב יו"ט, אז די רב שליט"א זאל דאגה'נען און ממש אראף פון זינען, ווי אזוי וועט זיין דא מנין דעם יו"ט?, און ווייטער די אנדערע אפציע איז געווען, פארמאכען די שול, איז געווען א פראבלעם, אלט'ץ אחריות פאר די עטליכע עלטערע אידען, ווי הרב חיים שלמה שטיינבערג ע"ה יבלחט"א ר' מאיר שילער שי' ר' שבתי מילער שי' ר' יו"ט שיק שי' וכו' וואס האבען געהאט דא זייער קביעות מקום לתפלה, און נישט געוואלט אוועקפארען יו"ט,
נישט איינמאל, האט שוין געהייסען ערב יו"ט אז מען וועט מוזען פארמאכען די שול, און בחסדי ית"ש איז געווארען צען אידען, כמעט נישט קיין איינער, פון די יעצטיגע מענטשען וואס פארפירען אזוי שטארק... פאר כבוד הרב, וכו' וכו',
וועט איר פרעגען וואס איז דא געשעהן?. זיי האבען אנגעהויבען צו לערנין חובות הלבבות? ניין, אז די אידען זארגען זיך אויפאמאל אזוי שטארק פאר די רב'ס כבוד? און דערהייבען נישט מער די עזות צום רב שליט"א און ווער זענען די עזי פנים נישט מער ווי נישט קיין צווייטער, ווי הרה"צ רבי דוד משה שליט"א מיט זיין ברידער הרה"צ רבי בערל שליט"א, וואס זיי האבען מחליט געווען מען מוז מצער זיין א איינציגע פארבליבענער פעטער?
[און א וועג איז גיט, אז ענדליך ב"ה האט מען שוין יא זיך אויפגעוועקט און מען האט אינזינען א איד א ת"ח א בנש"ק א עניו,] אבער לבי אומר לי, דאס נישט אמת, מ'מיינט נישט קיינער די כבוד פון די רב שליט"א, וואס יא? און דערפאר קום איך מיט די שורות צו דיר, הגם איך ווייס נאך נישט וואס איך וויל פערזענדליך עס זאל יא זיין, אבער דאס זאל זיין ביי אונז א מחלוקה, אויף גארנישט, איז זיכער נישט קיין מהלך, און לאמיר דיר מסביר זיין מיין כוונה,
יעדער ווייסט, אז ליידער ליידער די רבי זאל זיין געזינט זאל אונז פירען א קעגין משיח צדקינו, איז ליידער נישט געזינט, און ער איז מחולל פשעינו, מוטל על ערש דוי, און ווי קען דאס זיין אז אזא שיינע חסידות וואס דורות איז אלעס אזוי בשלום ובשלוה, יעדער פארגינט יעדען, און יעדער האלט זיך אזוי שיין בשלום,
איז דא אבער א שטן, וואס זיכט און וויל מאכען א פירוד לבבות, איז אים געלונגען פאר עטליכע שישקעס וואס מיינען נישט לשם שמים, און זיכען א וועג אינטער צו גרובען די הנהגה, פון הרה"צ רבי דוד משה שליט"א און די אנדערע חשיבע קינדער פון רבינו שליט"א, און זיי וועבען שוין פון לאנג א פלאן צו פארכאפען די שיפף, וואס טוען די אידען? זיי זענען געווען בראש מיט מערכות על גבי מערכות, די ערשטע איז געווען אקעגין הרה"צ רבי בערל שליט"א און די הנהגה פון די חדר אין בארא פארק, שפעטער האבען זיי געפירט א מערכה מיט רבי בערל שליט"א בנוגע די רבנות און לעיקוואד, וואס איז ב"ה הודו לד', מיאוס דורכגעפאלען,

ווען עס האט זיך געהאנדעלט די רבנות און שטאט לינדען, האבען האט די זעלבע מענטשען באקימען אויף אמאל א רחמנות אויף הרה"צ ר' יעקב יוסף שליט"א בן רבינו שליט"א אז מען מוז אים שנעל קויפען א הויז אין לינדען, און פראבירט מצער זייו די ציבור וואס האט געקלערט צו האבען הרה"צ רבי זושא שליט"א אלט'ס מורה דרך און רב, וואס דאס איז אויכעט ב"ה דורכגעפאלען, און הרה"צ רבי זושא שליט"א שטייט ב"ה בראש די קהילה און לינדען, און טאקע בשלום ובשלוה,
און די זעלבע מענטשען, האבען נאך פיל פלענער פאר מאנסי, מיט גאנטץ בית ראחמיסטריווקא, זיי זאגען יעצט כבוד הרב שליט"א,
אבער שטילערהייט האבען זיי א פלאן אזוי, אז די רבי שליט"א האט דאך א זוהן הרה"צ רבי מרדכי זצ"ל און למה נגרע? ער האט דאך א געראטענע זוהן הרה"צ רבי יעקב יוסף שליט"א, וואס איז באמת ראוי לאותו איצטלא, א אינגערמאן א מלא וגדיש בתורה ומדות א צדיק אמת, א איידעם ביים רב שליט"א, און אלע בחורים און אינגעלייט קלעבען צו אים,
און וואס הייסט ער מוז זיין די מנהיג אין מאנסי, איי די רב שליט"א לעבט דאך? און ער איז דאך א קינד פון די רב שליט"א ס"ה איינס פון זיבעצען שטיק, [וואס קיינער פון די רב'ס שליט"א קינדער וועט נישט אפטרעטען פאר זיינעט וועגען נישט בעניני ממונות און נישט בירושה וכו'] און בחייו פון א שווער צו זיין א רבי באתרי דמר איז דאך נישט נארמאל בכלל,

יא איך מוז ארויסברענגען א מעשה ששמעתי, עס איז געווען א טיפוש אחד, וואס האט מציע געווען פאר זיין חדר אינגעל די רב שליט"א, אז ער זאל שוין ממנה זיין איידעם רבי יעקב יוסף שליט"א אויף א געוויסע התמנות, אז בבוא היום, זאל ער ווערען תיכף רבי, איר הערט א העזה פון א מחוצף?, דער עזות פנים זעלבסט, לויפט אוועק יעדען שני וחמישי, ער ווייקט זיך ביים רבי'ן שליט"א, זארגט זייער וויינוג איבער די מנין און איבער כבוד הרב שליט"א, וואס בלייבט דא איבער אליינ'ס ווי א הינט, אן קיין צען אידען,

אבער ער פארזיכערט זיך מיט א רבי אויף אחר מאה ועשרים פון די רבי שליט"א, און ווער דארף דאס אנגערייטען און פארזיכערען, נישט א צווייטער ווי די רב שליט"א ,
און אט די חברה שרייבען פאשקווילען, אז זיי נעמען זיך אן פאר די כבוד פון די רב שליט"א עס איז נישטא ווער זאל לאכען...מען דארף אפשר קריעה רייסען,,,
ממילא איז אזוי, אמת די כבוד פון די רב שליט"א איז א זארג פאר מיר, נישט פון היינט ווען רבי דוד משה איז געווען בעטען רשות אויף עפענען נאך א שטיבעל, און גאנטץ א אנדערע געגענט צו גיין בערך פינעף און צוואנציג מיניט, נאר נאך אזוי פריע ווען הרב חיים שלמה שטיינבערג ע"ה האט געבעטן די רבי שליט"א אז עס איז דא ביזיונות יעדע יו"ט און יעדע שיינע שבת, ווען קינד און קייט פארט קיין בארא פארק,
און די רבי שליט"א האט געהייסען הרה"ח ר' יושע חיים משב"ק שי' זאל רופען קיין מאנסי, און באפעהלט בפקודת הקודש עס זאל בלייבען א ציבור מיט כבוד הראוי אלע ימים טובים,
און דער ציבור האט בעזות מצח מעיז פנים געווען, אויף די פערזענדליכע בקשה פון רבין שליט"א, און זיך נישט געזארגט פאר כבוד הרב דעמאלטס, און זארגען ווייטער יעצט אויכעט נישט,
נ
אר וואס די קליינע קינדער מיינען יא, אז הרב יעקב יוסף שליט"א, וועט דא און מאנסי אין ווארען קט, ווערען א רבי, וואס וויפול איך קען אים, איז די גאנצע זאך א ברכה לבטלה, אז ער זאל זיין עפעס בחייו פון זיין שווער שליט"א, ווייל ער איז א איד וואס איז מלא יראת שמים ודרך ארץ, און א וודאי וועט ער נישט האבען א חלק און א אפענע עזות אקעגין זיינע שווער שליט"א און זיינע חושיבע פעטער'ס הרבנים הצדיקים איש אחד לפי מהללו שליט"א,
ולגופא של ענין, צו מען זאל יא עפענין א שטיבעל ביי ר' עמרם'ס כולל, אדער נישט, איז מיר נישט צופיל נוגע, אויב עס איז דא א ביקוש, און די רב שליט"א געט רשות, אדרבה ואדרבה זאל זיין יגדיל תורה ויאדיר, און אויב די רב שליט"א געט נישט רשות, זאל חלילה נישט זיין א זאך וואס איז אקעגין די רב שליט"א, ווייל דער איד האט שוין גענוג צרות געליטען, ער מעג שוין האבען מנוחה ושמחה הרחבת הדעת אויף די עלטער, און מער נישט ליידען פון די אלע בעלי מחלוקת וואס זארגען זיך נישט לכבודו קיין איין מינוט נאר רייצען אן א עלטערע איד כאולי איינער וויל אים אינטער גראבען און ווען די אלע מיינען בכלל נישט כבודו ווי געשמיסט אויבען בארוכה,

ווייטער אויב, הרה"צ רבי יושע שליט"א בארעכנט זיך ער וויל זיך ציען ארויס פון שיכון סקווירא, [וואס איז אויכעט הילכתא למשיחא, ער האט אויכעט ב"ה א גרויסען שווער, מיט א שטוב מיט קינדער וד"ל] און וויל זיך עפענען א ראחמיסטריווקא הויף אין מאנסי, האט ער הונדרעט פראצענט רעכט, אזוי ווי יעדער קינד פון די רבי שליט"א, און איך האב א סוד, אויב איינער וויל נישט, קיינער צווינגט נישט קיינעם, אבער קיין טענה איז נישט שייך, ראחמיסטריווקא בלאנגט פאר יעדען גלייך,
אזוי איז געווען אין דער אלטער היים נאך אין שטאט ראחמיסטריווקא, ווי יעדער האט געפירט א הנהגה, און איין קליינע שטאט, און שפעטער און ירושלים עיר הקודש, האט יעדער געמעגט הייסען ראחמיסטריווקא,
און אזוי איז די הלכה אין שטאט מאנסי, וואס יעדער ראחמיסטריווקא קינד, מעג הייסען אדמו"ר מראחמיסטריווקא, ווי איר פארשטייט אויכעט אזוי, איז די הלכה אז ס'מעג זיין און לעיקוואד און אויכעט און אוקעוויין,
פארשטייט אויכעט יעדער, און לינדען אז הרה"צ יעקב יוסף שליט"א מעג זיך עפענען א שול אין לינדען, און ווער עס וויל נהנה זיין פון זיין תורה וקדושה זאל געזינטערהייט גיין, לשביעות רצון כל אחד,
די זעלבע איז די הלכה און מאנסי, און עס מיינט גארנישט כובש זיין, עס מיינט ער וויל האבען זיין אייגענע ווינקעל פאר ווער עס וויל, און די טענה ער פארלויפט די וועג, פון הרה"צ רבי יעקב יוסף בר"ם שליט"א, דער רעדט סתם נישט צו די זאך, ער וועט ממילא נישט זיין בחיי חמיו לאורך ימים,
אדרבה אויב איר ווילט, אדער איינער וויל, אז ער זאל עפעס זיין, טרעפט פאר אים שוין א נוטראלע ווינקעל, [און אויב זיין רעביצין וועט אמאל מסכים זיין,] און די אלע וואס כבוד הרב איז בגרונם, זאלן זיך ווייטער פאקען יעדע יו"ט די פעק, און פארען צו אים געזינטרהייט, אבער איין זאך לאזט ביטע איבער א מנין בכבוד פאר די רב שליט"א ,
און להלכה למעשה, פונקט ווי הרה"צ רבי נחמן יוסף בר"ז שליט"א מעג עפענין א אייגענע שטיבעל, [מיט וועליכע שטאט נאמען ער וויל פארשטייט זיך מיט א היכר לויט די פסק בי"ד אין באבוב,] און הרה"צ מבארניב שליט"א מעג עפנען א ביהמ"ד, מעג אויכעט הרה"צ רבי יושע שליט"א עפנען א שול, און ער דארף נישט קיינעמ'ס רשות ובכללם זיין ברידער'ס זון הרה"צ רבי יעקב יוסף שליט"א [וואס איז בדרך אגאב גערן מסכים] און ווער עס וויל נישט גיין און זיין בית מדרש אדער ער וויל אים נישט געבען א קוויטעל פאר זיי וואסערע סיבה, זאל נישט גיין, און ער איז פטור.... און ווער עס וויל יא גיין, מעג און זאל יא גיין,
סיכום דברי, די אלע שרייערס זענען סתם מחרחרי ריב, וואס מיינען בכלל נישט די כבוד פון די רב שליט"א, און זיי האבען נישט מצליח געווען, אנצוזייען א מחלוקה, נישט אין לעיקוואד, נישט און בארא פארק, און נישט אין לינדען, און זיי וועלען דא אויכעט נישט מצליח זיין צו מאכען א מחלוקה, און די אלע אינגעלייט, וואס ווילען נישט גיין צו הרה"צ רבי יהושע שליט"א זענען הונדרעט פראצענט פטור, זיי דארפען נישט, קיינער פאדערט נישט אוון צווינגט קיינעם נישט,
און ביז דערווייל, זאל זיין א גאנצע רפואה פאר כ"ק מרן רבינו שליט"א, און שלום ושלוה זאל ווייטער זיין במחנינו, און די מבקשי מחלוקת, זאלן זיכען אנדערע פלעצער פאר זייער הנאה, און לאזען די רב שליט"א בראש הקהלה עד ביאת ינון בב"א,
דאס שרייבט דיין ידיד, וואס די האסט געפרעגט די שאלה דעם שבת קודש העבר לטובה, און וואס איך קלער שרייב איך, והוא רחום יכפר עון.
דיין ידיד...
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

שליחה דורך שפילער »

אקעי דריי מאל איז חזקה סא דו ביסט זעכער גערעכט...
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פארפאלן וויזשניץ איז די איינציגסטער וואס האט עס געמאכט!
יעדער האט געמיינט אז נאך וויזשניץ וועט זיך יעדער אפלערנען ווי שיין עס איז אז אלעס איז %100 בשלום זעהט זיך אויס אז כבוד און תאוה נעמט טאקע איבער דאס מענטשהייט גיב א קוק סקולען און יעצט ראחמיסטריווקא
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

עמעזאן האט געשריבן:פארפאלן וויזשניץ איז די איינציגסטער וואס האט עס געמאכט!
יעדער האט געמיינט אז נאך וויזשניץ וועט זיך יעדער אפלערנען ווי שיין עס איז אז אלעס איז %100 בשלום זעהט זיך אויס אז כבוד און תאוה נעמט טאקע איבער דאס מענטשהייט גיב א קוק סקולען און יעצט ראחמיסטריווקא
די חכמה איז אז מען גרייט זיך צו פאר דעם. ר'מאטעלע האט זיך גיט צוגעגרייט פאר דעם אוועקגעשיקט די קינדער באצייטענס זיי זאלן זיך בויען יעדער האט געוויסט און פארשטאנען וואס גייט זיין נאך זיין הינדערט און צוואנציג

משא"כ סקולן און ראכמיסטריווקא האט מען נישט געהעריג גערעדט דערפון קיקט עס אזוי אויס.

און די זעלבע און נאכמער גייט זיך אויסשפילן אין סיקווירא ...
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

שליחה דורך צפת »

טענות אהער און אהין.

לאמיר ווידער אמאל קלארשטעלן דעם פאקט:
95% פון ראחמיסטריווקע מאנסי (אויב נישט מער), זענען שטארק פאר ר' יוסף.

און לאז דיר אפ מיט משפחת ר' אברהם דוב, עס האט גארנישט מיט זיי. עס איז פארהאן א רחמיסטריווקער ציבור אין מאנסי, וואס זיי זענען די וואס זוכן אויפצונעמען א רבי'ן און זיי ווילן ר' יעקב יוסף, הוא ולא אחר. נו, ווייסטו וואס? - לאמיר שוין זאגן אז זיי האבן נגיעות וועגן ר' אברהם דוב (וואס איז נישט אמת כלפי רוב הציבור חסידי ראחמיסטריווקע אין מאנסי, און דער אויבנדערמאנטער פאשקעוויל באשטעטיגט דאס), איז דאך א פאקט אז זיי - כמעט דעם גאנצן ציבור, וויל ר' יעקב יוסף, דאס איז די רצון פון רוב חסידי ראחמיסטריווקע אין מאנסי. קענסט נישט לייקענען השמש בצהרים.

איך וועל דיר אפילו זאגן נאך שענער. רוב ציבור וויל זיך קלאמערן ארום ר' יעקב יוסף, אפילו אין דער מצב ווי אזוי עס קוקט יעצט אויס זיין רבי'סטעווע. זיי ווילן גיין מיט דעם, ענדערש ווי מיט ר' יהושע אלס פולשטענדיגער רבי. קיינער מאכט נישט אוועק ר' יהושע, יעדער איינער איז אים מחשיב, אבער ער קעגן ר' יעקב יוסף איז פאלג מיר א גאנג. דער עולם וויל ענדערש ר' יעקב יוסף - אפגעזען פאר וועלכע סיבה דו ווילסט עס נאר אנהענגען (ס'איז נישט ריכטיג די בלבולים אז ס'איז דא חשבונות מיטן רב, אבער אפילו אז יא, איז דאס דער רצון פונעם ציבור).

...
פאר בעל-דרשן וכמה מחסידי סקווירא וואס פראבירן אויפצוקלערן אז רוב זענען מיט ר' יהושע און ווילן דווקא אים, וועל איך ענטפערן מיט איין ווארט:
דו טענה'סט דאך אויך אז מען האט קיינמאל נישט גע'רודפ'ט האדמו"ר מראחמיסטריווקע זצוק"ל, וואוינעדיג אין סקווירא. ריכטיג? - אזא געוויכט האבן דיינע פאקטן.
אין קורצן: פונקט אזוי אמת ווי דער פאקט אז מען האט מחשיב געווען דעם ראחמיסטריווקער אין סקווירא און אים נישט געטשעפעט, פונקט אזוי איז אמת אז דאס רוב איז מיט ר' יהושע.

נ.ב. איך קען נישט פארשטיין, ווי אזוי סקווירא חסידים קענען אריינקומען און טיילן דעות פאר חסידי ראחמיסטריווקע, ווער עס זאל זיין זייער רבי. כ'מיין דאס דארפן דאך די חסידים אויפנעמען, און רוב ווילן זיך קלאמערן ארום ר' יעקב יוסף. ווי אזוי קומט א צווייטע חסידות און טיילט איין וואס צו טון? - כ'קען עס נישט פארשטיין.

...
היינט ביי שחרית רעד איך מיט א סקווירא איד, זאגט ער מיר נישט מער נישט ווייניגער: "יעדע נאטראלער בארא-פארקער איד, וואס האט נישט קיין קשר מיט א ספעציפישער חסידות, האלט אסאך מער פון סקווירא רבי ווי פון ראחמיסטריווקער רבי זצוק"ל".

קאמענטארן זענען איבעריג...

מען ברעינוואשט מענטשן פון קינדווייז אן, אז פילע מענטשן אין סקווירא האלטן באמת, אז א נאטראלער מענטש קוקט מער ארויף אויף האדמו"ר מסקווירא שליט"א.

און איר זאלט נישט קיין טעות האבן, איך בין מחשיב סקווירא רבי, איך האלט פון אים, אבער וואס איז די געדאנק פון שווענקען מוחות און פארקויפן לאקשן?
קדושה וטהרה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2023 3:24 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך קדושה וטהרה »

דיינע פאקטן, לאמיר קלארשטעלן...

פאקט א') מען האט געבויעט א בנין אין מאנסי פאר ר' יושע העשיל זאל דינען פאר כולל בית מדרש פאר אים בבוא הימים, צוזאמגעשטעלט דורך נדבת חסידי ראחמסטריווקא.

פאקט ב') הרה"ק מראחמסטריווקא זצוקללה"ה איז געקומען גיסן די אבן הפינה, און געווען א סוד פאר גאנץ בראד אז דאס איז פאר ר' יושע העשיל.

פאקט ג') חצר הקודש ראחמסטריווקא, די ברודערס האדמורי"ם שליט"א, שטיצען די ברודער ר' יושע זאל קומען קיין מאנסי.

פאקט ד') מען האט זיך שוין געשלאגן א שיינע פאר חודשים צוריק בתוך עמי איבער די פראוו פון התמנות פון ר' יעקב יוסף. ווי מען זעהט אין די בריווען וואס עס איז ארומגעפארן..

סוי א פערזענליכע אינערליכע מלחמה, לייגסט עס אראפ מיט דיין אזוי גערופענע פאקטען 'געהאקט אויפן טיש' וכו' ..

אלזא, ווער שווענקט מוחות...?

כ'מוז דיר געבן א קאמפלימענט: איר ארבעט מיט א מורא'דיגע סטראטעגיע וויאזוי צו שווענקען מוחות פון עולם...

דו מישסט כסדר אריין ווי דו קענסט נאר ווי כאילו דאס איז א סקווירא מערכה, און קיינער האט נישט גע'חלומ'ט צו נעמען יושע, מען האט קיינמאל נישט געבויעט קיין בנין פאר אים, פלוצלינג אוט אוו די בלוי קומט זיך עפעס א שטיף קינד אריין געשטופט דורך אן אונטער טיר..

כ'מוז דיר זאגן עס גייט דיר גוט, עס גיסט זיך נייע פאבריצירטע פאקטען, רדיפות,

און יא, א ליגענט וואס מען חזר'ט איבער גענוג פעסט און שטארק גלייבט מען.. יא יא טעל מי עבאוט מוחות וואשען..
קדושה וטהרה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2023 3:24 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך קדושה וטהרה »

צפת האט געשריבן:טענות אהער און אהין.

לאמיר ווידער אמאל קלארשטעלן דעם פאקט:
95% פון ראחמיסטריווקע מאנסי (אויב נישט מער), זענען שטארק פאר ר' יוסף.

נ.ב. איך קען נישט פארשטיין, ווי אזוי סקווירא חסידים קענען אריינקומען און טיילן דעות פאר חסידי ראחמיסטריווקע, ווער עס זאל זיין זייער רבי. כ'מיין דאס דארפן דאך די חסידים אויפנעמען, און רוב ווילן זיך קלאמערן ארום ר' יעקב יוסף. ווי אזוי קומט א צווייטע חסידות און טיילט איין וואס צו טון? - כ'קען עס נישט פארשטיין.

און איר זאלט נישט קיין טעות האבן, איך בין מחשיב סקווירא רבי, איך האלט פון אים, אבער וואס איז די געדאנק פון שווענקען מוחות און פארקויפן לאקשן?
וויאזוי טיילן זיי טאקע די דעות? זיי קומען אריין אין בית מדרש און הייסען אויפנעמן רבי'ס?

זיי קומען קיין ווארען קאורט און שטופען דארט אריין ר' יושע העשיל?

זיי מאכן אבן הפינה פאר יושע?

זיי בויען אויף א שול פאר יושע העשיל?

זיי שאפן 5 מיליאן דאלער און בויען א שול פאר אים?

איך פארשטיי טאקע נישט וויאזוי מען נעמט אינערליכע פאליטיק, און מען שטופט עס ארויף אויף א צווייטען, אזוי צו מאכן א סטארעטעגיע אז מען מוז גיין מיט יעקב יוסף, ווייל יושע ווערט דאך געשטופט פון סקווירא, האלט עס ביינעזאם, און לאז יעדעם גיין ווי ער וויל און שלום על ישראל.

דאס איז אן אלטע מערכה, ווי ערווענט אין די פאשקעוויל, דעמאלטס האט מען פרובירט אזא מערכה צו אפירברענגען י"י, עס האט נישט געארבעט באנייעט מען די מערכה ווי כאילו א צווייטער חסידות מישט זיך אריין,אפשר אויב איר רופט אן א"ד'ס קינדער א צווייטע חסידות... דעמאלטס איז טאקע א וואונדער פארוואס זיי מישן זיך דא אריין...
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

שליחה דורך צפת »

קיינער האט נישט געזאגט אז ר' יהושע טאר נישט זיין קיין רבי, ער איז דאך א זוהן, ער האט פולע רעכטן דערויף.

דער מציאות איז בלויז, אז דער ציבור אין מאנסי וויל א צווייטן. וואס קען מען טון? - ער מוז יעצט ווערן רבי אויף א ציבור וואס וויל אים נישט?

ער מעג טאקע גיין קיין האפעל און ער גייט טאקע. פונקט ווי זיין ברודער ר' יעקב יוסף איז געגאנגען קיין לינדן און געעפנט א בית-המדרש.

ווי זאגט יענער? - דער רבי האט שוין גע'חלומ'ט, יעצט דארפן די חסידים חלומ'ען.
פארשפארט