בלאט 5 פון 11

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 8:43 pm
דורך פונדאַמענטאַל
אלפא האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 11:08 am א גוטע שאלה געהערט היינט - פאר יעדעם זיך צו פרעגן -, וואס וואלט געווען אויב כאמאס באהאלט זיך צווישן ציווילע אין מדנ"י, וואלטן די זעלבע באמבאדירונגען פארגעקומען מיט די שיינע ווארענונג בעפאר, אדער וואלט עס אויסגעזען אביסל מער פארזיכטיג?
אויב איז די תשובה די צווייטע, וואס איז די סיבה געפאר? זענען אידישע לעבנס חשוב'ער ביי מדנ"י ווי פאלעסטינער לעבנס?
די תשובה איז דער צווייטער. און עס איז נישט צוליב די חשובות פון אידן ווס גויים. די זעלבע וואלטן געטון סיי וועלכע לאנד ווען זייער פיינט באהאלט זיך צווישן די אייגענע. וואלט די אמעריקאנער מיליטער באמבאדירט אויפן זעלבן פארנעם ווען סאדאם חוסעין באהאלט זיך אין אן אמעריקאנער שטאט? וואלטן דראונס אריינגעשיקט געווארן אינמיטן נ.י. צו הרג'ענען אן אייסיס פירער פארענדיג מיט זיין קאר אויפן בי.קיו.אי.?
און די סיבה איז ווייל יעדע לאנד דארף באשיצען זיינע אייגענע בירגער, און דארף דאס האלטן אלס הויפט פראיאריטעט, די בירגער אינעם פיינטליכן לאנד וועלן מעגליך ליידן צוליב די מעשים פון זייערע פירער אדער גרופעס וועלכע זענען אקטיוו אין זייערע געגנטער, אבער דאס קען נישט זיין קיין שטער צו עלימינירן א געפאר.
זיכער וואלט די מיליטער געווען מער פארזיכטיג אויב חמאס וואלט זיך באהאלטן צווישן אידן, ווארום די גאנצע סיבה פארוואס זיי טוען באבאדירן איז דאך בלויז צו באשיצען אידן.

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 9:10 pm
דורך בעל אחריות
אלפא האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 11:08 am א גוטע שאלה געהערט היינט - פאר יעדעם זיך צו פרעגן -, וואס וואלט געווען אויב כאמאס באהאלט זיך צווישן ציווילע אין מדנ"י, וואלטן די זעלבע באמבאדירונגען פארגעקומען מיט די שיינע ווארענונג בעפאר, אדער וואלט עס אויסגעזען אביסל מער פארזיכטיג?
אויב איז די תשובה די צווייטע, וואס איז די סיבה געפאר? זענען אידישע לעבנס חשוב'ער ביי מדנ"י ווי פאלעסטינער לעבנס?
יא,

ווען די ענדיגסט פרעגן די קשיא פון מדינת ישראל גיי ארום און פרעג די קשיא פון אלע שבעים אומות און נאכן פרעג עס פון אלע דיינע חבירים אין ביהמ"ד און פון דיר אליין זאג מיר אויב איינער האט געענטפערט "ניין" אויפריכטיגערהייט?

פונדאעמענטל "האקט" בטוב טעם

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 11:43 pm
דורך חדשים
ועשית ככל אשר יורוך.

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 12:13 am
דורך שפילער


אן אראבער ברענגט אראפ זיינע טענות אויף א יומעריסטישע וועג

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 12:47 am
דורך שפילער

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 1:06 pm
דורך טמיר
זיסע תגובה אויף יוטוב אויף די אישו פון א סיעספיייר וואס מאנכע פארלאנגען

There was a ceasefire up until Oct 6th tho? Wonder how that ended...

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 7:44 pm
דורך berlbalaguleh
שפילער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 12:13 am

אן אראבער ברענגט אראפ זיינע טענות אויף א יומעריסטישע וועג
ייש"כ שפילער: איך האב נישט אויפגעהערט זיך צו ווארפן פאר געלעכטער.

דאס איז דאך די בעסטע חאמאס פראפאגאנדע פאר די (סרח'דיגע) נטורי חרתא. (מלשון חרא).

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 8:03 pm
דורך berlbalaguleh
שפילער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 12:47 am
שפילער: ייש:כ: דער צודרייטער בהמה הנקרא טשענק אויגור מיט זיין "יונגע טערקן" איז אמאל געווען יונג. היינט איז ער אלט און גראב. נאר דער זעלבער בהמה. און שונא ישראל.

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 3:35 am
דורך חובב ציון
שפילער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 12:13 am

אן אראבער ברענגט אראפ זיינע טענות אויף א יומעריסטישע וועג
עס איז א שרעק צו זעהן די קאמענטס ווי די עולם דארט איז אזוי איבערגענומען פין די עמאציאנעלע סקיט די שנאת ישראל אוי טאטע עס רייסט

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 9:38 am
דורך אלע צוזאמען
berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 8:03 pm
שפילער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 12:47 am
שפילער: ייש:כ: דער צודרייטער בהמה הנקרא טשענק אויגור מיט זיין "יונגע טערקן" איז אמאל געווען יונג. היינט איז ער אלט און גראב. נאר דער זעלבער בהמה. און שונא ישראל.
שונא "מדינת ישראל”.
איך האב נאך נישט געזעהן ווי ער איז אן אנטיסעמיט, קען זיין ער איז, אבער....
וואס יא ער איז א וויסטער לינקער, אטעמאטיש האט ער פיינט מדינת ישראל.

ס’אבער א שאד אויף די צייט צו רעדן מיט אים, ער איז א געלערנטע דעבאטירער, מיט אסאך עקספיריענס, מ’קומט קיינמאל נישט אן מיט אים, ער וועט אלץ ארומדרייען מיט די צינג, און אטאקירן פערזענליך, סא...

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 11:59 am
דורך שפילער
חובב ציון האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 3:35 am
שפילער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 12:13 am

אן אראבער ברענגט אראפ זיינע טענות אויף א יומעריסטישע וועג
עס איז א שרעק צו זעהן די קאמענטס ווי די עולם דארט איז אזוי איבערגענומען פין די עמאציאנעלע סקיט די שנאת ישראל אוי טאטע עס רייסט
סאיז א פחד ווי ער כאפט די שאל נאך בעפארן אריינגיין אין הויז און געט א שמיייכל ... וואסערע גופט ליגט אין דעם (און שקר)

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 1:37 pm
דורך berlbalaguleh
אלע צוזאמען האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 9:38 am
berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 8:03 pm
שפילער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 12:47 am
שפילער: ייש:כ: דער צודרייטער בהמה הנקרא טשענק אויגור מיט זיין "יונגע טערקן" איז אמאל געווען יונג. היינט איז ער אלט און גראב. נאר דער זעלבער בהמה. און שונא ישראל.
שונא "מדינת ישראל”.
איך האב נאך נישט געזעהן ווי ער איז אן אנטיסעמיט, קען זיין ער איז, אבער....
וואס יא ער איז א וויסטער לינקער, אטעמאטיש האט ער פיינט מדינת ישראל.

ס’אבער א שאד אויף די צייט צו רעדן מיט אים, ער איז א געלערנטע דעבאטירער, מיט אסאך עקספיריענס, מ’קומט קיינמאל נישט אן מיט אים, ער וועט אלץ ארומדרייען מיט די צינג, און אטאקירן פערזענליך, סא...
אלע צוזאמען: ס'איז אבער אן אינטרעסאנטער "צופאל" אז אלע לינקע האבן "אויך" פיינט מדינת ישראל.ס'האט זיך נאכנישט געטראפן איין פאליטיש לינקער פארשוין (מלשון פרשנדתא) וואס זאלל אויסדרוקן סימפאטיע אדער בארעכטיגן די נקמה אקציעס פון מדינת ישראל...!

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 2:13 pm
דורך ביבער
וואס זענען גוטע טוויטער אקאונטס צו פאללויען וואס ברענגען קראנטע נייעס אויף די מלחמה?

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 10:48 am
דורך אלפא
די אויפגעדעקטע פרצוף!


אינטרעסאנט איז נאר ווי זיי נוצן כמעט זעלבע ווערטער איבער מדנ"י ווי מדנ"י נוצט איבער זיי..
דאס אז מ'דארף עס אונטערברענגען, דאס אז מיר זוכן נישט קיין ציווילע, דאס אז 'זיי' זענען שילדיג אין אלעס און 'מיר' זענען אינגאנצן בארעכטיגט, וכו'.

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 11:53 am
דורך אלע צוזאמען
די רעפארטער גייט זיין פון די ערשטע צו געהארגעט ווערן אונטער א מלוכה געפירט דורך אים און זיין גרופע.

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 1:47 pm
דורך גפן
ווער קען ארויפלייגן אן אינטעלעקטועלע דעבאטע צווישן די צוויי זייטן, מער אויף די היסטאריע ווי איידער די יעצטיגע קאנפליקט.

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 2:20 pm
דורך אלע צוזאמען
berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 1:37 pm
אלע צוזאמען האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 9:38 am
berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 8:03 pm
שפילער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 12:47 am
שפילער: ייש:כ: דער צודרייטער בהמה הנקרא טשענק אויגור מיט זיין "יונגע טערקן" איז אמאל געווען יונג. היינט איז ער אלט און גראב. נאר דער זעלבער בהמה. און שונא ישראל.
שונא "מדינת ישראל”.
איך האב נאך נישט געזעהן ווי ער איז אן אנטיסעמיט, קען זיין ער איז, אבער....
וואס יא ער איז א וויסטער לינקער, אטעמאטיש האט ער פיינט מדינת ישראל.

ס’אבער א שאד אויף די צייט צו רעדן מיט אים, ער איז א געלערנטע דעבאטירער, מיט אסאך עקספיריענס, מ’קומט קיינמאל נישט אן מיט אים, ער וועט אלץ ארומדרייען מיט די צינג, און אטאקירן פערזענליך, סא...
אלע צוזאמען: ס'איז אבער אן אינטרעסאנטער "צופאל" אז אלע לינקע האבן "אויך" פיינט מדינת ישראל.ס'האט זיך נאכנישט געטראפן איין פאליטיש לינקער פארשוין (מלשון פרשנדתא) וואס זאלל אויסדרוקן סימפאטיע אדער בארעכטיגן די נקמה אקציעס פון מדינת ישראל...!
דארפסט געדענקן אז מדינת ישראל איז א רעכטע מדינה, די לינקע זענען כמעט שוין אפילו נישט קיין מינאריטעט, כמעט וואס זיי זענען נישטא.

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 2:44 pm
דורך שפילער
אלפא האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 10:48 am די אויפגעדעקטע פרצוף!


אינטרעסאנט איז נאר ווי זיי נוצן כמעט זעלבע ווערטער איבער מדנ"י ווי מדנ"י נוצט איבער זיי..
דאס אז מ'דארף עס אונטערברענגען, דאס אז מיר זוכן נישט קיין ציווילע, דאס אז 'זיי' זענען שילדיג אין אלעס און 'מיר' זענען אינגאנצן בארעכטיגט, וכו'.
Omg ווען די ריפארטער פרעגט עים וואס האסטו געמיינט מיט occupation האסט געמיינט גאזא ? זאגט ער ניין איך מיין גאנץ פאליסטינע

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 4:06 pm
דורך אלפא
גפן האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 1:47 pm ווער קען ארויפלייגן אן אינטעלעקטועלע דעבאטע צווישן די צוויי זייטן, מער אויף די היסטאריע ווי איידער די יעצטיגע קאנפליקט.
https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=538458#p538458

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 04, 2023 4:39 pm
דורך אלפא

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 1:05 am
דורך חובב ציון


א היימישע ווערסיע פין שנאת הארץ..
מרדכי הערש שפיטצער.

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 1:44 am
דורך דערהויבענע איד
חובב ציון האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 1:05 am

א היימישע ווערסיע פין שנאת הארץ..
מרדכי הערש שפיטצער.

לא זכה נעשה לו סם המוות.

דברי הבל, שנאה, צביאות, עם הארצות וקטנות.

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 10:53 am
דורך אלפא