בלאט 5 פון 6

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2024 1:48 pm
דורך סקעפטיקער
@פתחו לי זאגטס דאך זייער גוט, זיי ממשיך אין די ריכטונג וועסטו זיין אקעי

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2024 2:28 pm
דורך פרוכט זאפט
כ'האב נעכטן באמערקט אז כ'האב נאך איין חודש צו גיין ביז י"ב חודש פון מיין ניק, און כ'האב נאר 17 תגובות, האב איך מיך תיכף צוגעפלייסט און זיך גענומען שרייבן. קודם איז עס געוועהן אביסל שווער, אבער ביז היינט בין איך געהעריג אריין אין די שוואנג, און כ'האלט שוין אינמיטן א פעסטע טענה'ריי וועגן פרייזן פון היימישע קאמפעניס.

האב איך פארשטאנען גודל חכמתם פון די מנהלים צו שטיפן צו שרייבן.

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2024 11:52 pm
דורך אשרי העם
פרוכט זאפט האט געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2024 2:28 pm כ'האב נעכטן באמערקט אז כ'האב נאך איין חודש צו גיין ביז י"ב חודש פון מיין ניק, און כ'האב נאר 17 תגובות, האב איך מיך תיכף צוגעפלייסט און זיך גענומען שרייבן. קודם איז עס געוועהן אביסל שווער, אבער ביז היינט בין איך געהעריג אריין אין די שוואנג, און כ'האלט שוין אינמיטן א פעסטע טענה'ריי וועגן פרייזן פון היימישע קאמפעניס.

האב איך פארשטאנען גודל חכמתם פון די מנהלים צו שטיפן צו שרייבן.
נישט ריכטיג
ווייל דאס ברענגט לופטיגע תגובות
כדוגמת אנדערע פארומס

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 12:07 am
דורך קל לזכור
עס אעז געווארן דא א פלאץ ווי אלע פארומס ווי מען טענהעט זיך ארום אבי אין די וועלט אריין. קאווע שטיבל האט פארלוירן די הויכע קאליבער מחשבהדיגע שריייבעריי.

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 12:25 am
דורך אפטימיסטיש
קל לזכור האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 12:07 am עס אעז געווארן דא א פלאץ ווי אלע פארומס ווי מען טענהעט זיך ארום אבי אין די וועלט אריין. קאווע שטיבל האט פארלוירן די הויכע קאליבער מחשבהדיגע שריייבעריי.
עד שבא קל לזכור והחזיר עטרה ליושנה...

דו טוסט דאך אצינד די זעלבע זאך... גיי זעץ זיך שרייבן הויכע קאליבער געשרייבעריי, וועט זיין וואס צו ליינען...

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2024 6:09 pm
דורך מנהל
אפדעיט דינסטאג, מאי 7, 2024
מיר האבן פארמאכט צענדליגער ניקס וואס זענען שוין 1 חודש און עלטער און האבן נאך קיינמאל גארנישט געשריבן. ואתכם הסליחה.
מיר האבן פארמאכט צענדליגער ניקס וואס זענען שוין 1 יאר און עלטער און זענען נאך אלץ בלוי (דאס הייסט געשריבן ווייניגער ווי 25 תגובות). ואתכם הסליחה.

די וואס ווילן צוריקקומען צו אנטיילנעמען אין די שמועסן, קענען זיך איינשרייבן מיט א נייע ניק.

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2024 12:59 am
דורך berlbalaguleh
זיך איינשרייבן איז נישט קיין קונץ. "שרייבן" און קאמענטירן איז דער תכלית. :(

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 7:50 pm
דורך מנהל
אפדעיט

מיר האבן פארמאכט צענדליגער ניקס וואס זענען שוין 1 חודש און עלטער און האבן נאך קיינמאל גארנישט געשריבן. ואתכם הסליחה.

מיר האבן פארמאכט צענדליגער ניקס וואס זענען שוין 1 יאר און עלטער און זענען נאך אלץ בלוי (דאס הייסט געשריבן ווייניגער ווי 25 תגובות). ואתכם הסליחה.

די וואס ווילן צוריקקומען צו אנטיילנעמען אין די שמועסן, קענען זיך איינשרייבן מיט א נייע ניק.

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

נשלח: זונטאג יוני 16, 2024 7:04 pm
דורך מנהל
אפדעיט

מיר האבן פארמאכט ניקס וואס זענען שוין 1 חודש און עלטער און האבן נאך קיינמאל גארנישט געשריבן. ואתכם הסליחה.

מיר האבן פארמאכט ניקס וואס זענען שוין 6 חדשים און עלטער און האבן נישט געשריבן מער ווי 5 תגובות. ואתכם הסליחה.

מיר האבן פארמאכט ניקס וואס זענען שוין 1 יאר און עלטער און זענען נאך אלץ בלוי (דאס הייסט געשריבן ווייניגער ווי 25 תגובות). ואתכם הסליחה.

די וואס ווילן צוריקקומען צו אנטיילנעמען אין די שמועסן, קענען זיך איינשרייבן מיט א נייע ניק.

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2024 4:46 am
דורך ישר בעיניו
איך ווייס איך גיי מיך פארברענען אבער דאך וויל איך פרעגן.

וואס טוט זיך די מנהל אזוי אויף יעדע שני וחמישי אז האט ער פארמאכט "נאך צענדליקע ניקס", איך מיין ווען איך האב ווען א ביזנעס אדער ארגעניזעשן וואלט איך מיך מער געוואלט אויפטוען מיט פאזיטיווע עררייכונגען.
ודי בזה

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2024 8:49 am
דורך yesiknow
האי עבאיט האסט א ארגענעזעישאן ווי אפאר שנה ראשוניקעס קומען דארט יעדען טאג באט חוץ טרינקען קאווע מילעך צוקער טיען זיי כמעט גארנישט וואלסטו זיי אויך געהאלטען אדער געשיקט לופטערען just food for tought.

איך נעם נישט קיין שטעלונג איבער די עצם אוסשפארען צושפארען .

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2024 9:33 am
דורך מנהל
ישר בעיניו האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 4:46 am איך ווייס איך גיי מיך פארברענען אבער דאך וויל איך פרעגן.

וואס טוט זיך די מנהל אזוי אויף יעדע שני וחמישי אז האט ער פארמאכט "נאך צענדליקע ניקס", איך מיין ווען איך האב ווען א ביזנעס אדער ארגעניזעשן וואלט איך מיך מער געוואלט אויפטוען מיט פאזיטיווע עררייכונגען.
ודי בזה
ס'איז נישט קיין 'דערגרייכונג', נאר א פשוט'ע פאקט, און ווערט געשריבן דא אז מ'זאל וויסן חומר הדבר פון סתם זיין א צוקוקער. פארשטייט זיך אז לעומת זה זענען דא צענדליגער נייע ניקס וואס פארטיסיפעיטן יא און זענען ווייטער דא.

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2024 11:33 am
דורך היימלינד
ישר בעיניו האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 4:46 am איך ווייס איך גיי מיך פארברענען אבער דאך וויל איך פרעגן.

וואס טוט זיך די מנהל אזוי אויף יעדע שני וחמישי אז האט ער פארמאכט "נאך צענדליקע ניקס", איך מיין ווען איך האב ווען א ביזנעס אדער ארגעניזעשן וואלט איך מיך מער געוואלט אויפטוען מיט פאזיטיווע עררייכונגען.
ודי בזה
האסט געליינט די תקנות פארן פרעגען?

אויב דיין קשיא איז אויף די תקנה דאן פרעג דארט נישט דא
עס איז זייער קלאר געשריבען געווארען דארט די סיבות.

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2024 11:45 am
דורך פאריעריגע שניי
ישר בעיניו האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 4:46 am איך ווייס איך גיי מיך פארברענען אבער דאך וויל איך פרעגן.

וואס טוט זיך די מנהל אזוי אויף יעדע שני וחמישי אז האט ער פארמאכט "נאך צענדליקע ניקס", איך מיין ווען איך האב ווען א ביזנעס אדער ארגעניזעשן וואלט איך מיך מער געוואלט אויפטוען מיט פאזיטיווע עררייכונגען.
ודי בזה
ביסט לכוארה גערעכט

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2024 7:37 pm
דורך פרמש
איך מיין אז ס'וואלט געווען א גוטע עצה אזמ'זאל שיקן א ווארענונג פאר מ'פארמאכט

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2024 7:59 pm
דורך yesiknow
היימלינד האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 11:33 am
ישר בעיניו האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 4:46 am איך ווייס איך גיי מיך פארברענען אבער דאך וויל איך פרעגן.

וואס טוט זיך די מנהל אזוי אויף יעדע שני וחמישי אז האט ער פארמאכט "נאך צענדליקע ניקס", איך מיין ווען איך האב ווען א ביזנעס אדער ארגעניזעשן וואלט איך מיך מער געוואלט אויפטוען מיט פאזיטיווע עררייכונגען.
ודי בזה
האסט געליינט די תקנות פארן פרעגען?

אויב דיין קשיא איז אויף די תקנה דאן פרעג דארט נישט דא
עס איז זייער קלאר געשריבען געווארען דארט די סיבות.
אלע דיינע קשיות אין ספקות דארף לכאורה פארענפערט ווערען מיט די צוויי שארפזיניגע ווערטער ודי בזה... ודו"ק

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2024 9:48 am
דורך מנהל
מיר גייען אי"ה אין די קומענדיגע שעות אדער טעג מאכן א פרישע קלין-אפ פאר אלע אומאקטיווע מעמבערס. אזוי ווי מיר קענען נישט יעצט אקטיוויזירן פרישע ניקס, לייג איך ארויס די דערמאנונג פאראויס ווייל די וואס פארלירן מעמבערשיפ וועלן נישט קענען צוריקקומען מיט א נייע ניק.

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2024 3:29 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
מנהל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 9:48 am מיר גייען אי"ה אין די קומענדיגע שעות אדער טעג מאכן א פרישע קלין-אפ פאר אלע אומאקטיווע מעמבערס. אזוי ווי מיר קענען נישט יעצט אקטיוויזירן פרישע ניקס, לייג איך ארויס די דערמאנונג פאראויס ווייל די וואס פארלירן מעמבערשיפ וועלן נישט קענען צוריקקומען מיט א נייע ניק.
וויפיל "אקטיווע" ניקס זענען פאראן כעת אויף ק"ש?
וויפיל אויף מאחורי?
@מנהל??

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2024 3:31 pm
דורך קורקלענד
וואס דעפינירט אקטיוו? אריינלאגירן? שרייבן? וואס איז מיט אזא ניק ווי קופערניקוס? זר זהב? מ'גייט איהם אויסשפארן?

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2024 4:02 pm
דורך מנהל
קורקלענד האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 3:31 pm וואס דעפינירט אקטיוו? אריינלאגירן? שרייבן? וואס איז מיט אזא ניק ווי קופערניקוס? זר זהב? מ'גייט איהם אויסשפארן?
פארוואס נישט ליינען די ערשטע הודעה פון די אשכול, און נאכדעם פרעגן אויב ס'איז נאך עפעס שווער?

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2024 4:22 pm
דורך קורקלענד
מנהל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:02 pm
קורקלענד האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 3:31 pm וואס דעפינירט אקטיוו? אריינלאגירן? שרייבן? וואס איז מיט אזא ניק ווי קופערניקוס? זר זהב? מ'גייט איהם אויסשפארן?
פארוואס נישט ליינען די ערשטע הודעה פון די אשכול, און נאכדעם פרעגן אויב ס'איז נאך עפעס שווער?
פארוואס נישט זאגן די זעלבע זאך אויף אביסל מער א איינגענעם אופן?

בכלל נאכן ליינען דארט איז מיר אויך נישט קלאר צו מ'רעדט פון א יאר אדער איבער די ערשטע יאר.... עניוועיס ס'זעהט אויס ווי ס'קומט איין טאג א מאסן דזשענאסייד סייוויסיי דא. ס'ווערט מער און מער טייט. דאס פלאץ איז שוין פון לאנג דיאגנאזירט, ס'גייט דורך טריטמענטס, נאכדעם וועט קומען האַספּיס און נאכגעפאלגט מיטן טויט.

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2024 4:28 pm
דורך צוקוועטשטע איילבירטן
אבער למעשה ארבעט די מהלך, דער עולם שרייבט אסאך לעבעדיגער

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2024 5:12 pm
דורך berlbalaguleh
קורקלענד האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 3:31 pm וואס דעפינירט אקטיוו? אריינלאגירן? שרייבן? וואס איז מיט אזא ניק ווי קופערניקוס? זר זהב? מ'גייט איהם אויסשפארן?
זר זהב איז "אוועקגעגאנגען". ער איז געווען זייער שטארק אקטיוו ווילאנג ער האט געשריבן דא אויף קאווע שטיבל.