בלאט 1 פון 1

איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2024 5:12 pm
דורך עמרם
איך ווייס נישט וויפיל דער עולם דא אין שטיבל האלט מיט די גזירות החינוך אין נ''י,
אבער די רעגירונג האט געהאט ארויסגעלייגט 7 פעטוועיס וואס אלע מוסדות מוזן אויסקלויבן איינס דערפון,

די מער קנאי'שע חדר איז גלייך ארויסגעקומען אז מ'טאר ח''ו נישט אנעמען קיין איינס, אלעס איז עקירת הדת רח''ל, און מ'דארף שטיין ווייט פון זיי (און פון זייערע געלטער).

די פערלס ארגאניזאציע (וואס איז אנגעפירט דורך אגו''י, אינאיינעם מיט היימישע קרייזן) זענען יא אין פילע שטיצע אז מ'זאל נעמען א פעטוועי.

למעשה האט זיך לעצטענס היפש געקאכט איבער דעם, מיט צענדליגע אסיפות, ווי יעדער פראבירט אויפציווייזן און אריינכאפן ווי מער צו זיך.

מהר''א מ'סאטמאר האט שוין עטליכע וואכן צוריק געלאזט וויסן ברבים זיין דעת תורה אז מ'טאר נישט נעמען קיין שום פעטוועי.

יענע וואך דאנערשטאג האט קהילת סאטמאר מהרי''י געמאלדן אז זיי נעמען יא א פעטוועי.

אזוי אויך איז דאנערשטאג פארגעקומען א גרויסע אסיפה אין מאנסי ווי ס'האבן זיך באטייליגט שליחים פון רוב היימישע מוסדות התורה פון נ''י און די החלטה איז געווען אז מ'זאל נישט נעמען (מיינט נישט אז קיינער פון יענע קהילות גייען נישט)

די שאלה איז אויב למעשה איז נאר קהלת מהרי''י די איינציגסטע חסידישע מוסדות וואס האט גענומען (אדער גייט)
(די קנאים און די ארונים פארקויפן אזוי, די שאלה איז צו מ'קען זיי גלייבן?!?)

ס'קען זיין אז איך מאך טעותים מיט געוויסע פאקטן , אדרבה אויב איינער ווייסט זאל ביטע אלעס אויסקלארן.