בלאט 5 פון 5

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

נשלח: מאנטאג פעברואר 12, 2024 5:50 pm
דורך סבא דבהתא
א יונגע רב איז אמאל זיך געגאנגען שואל עצה זיין מיט הרה”ג ר’ יעקב קאמענעצקי ז”ל אז אין זיין שוהל איז דא א פאליש ווי זיצן אפ אפאר ליידאקעס און פויערן ארום דעם גאנצן דאווענען, צו זאל ער פארשפארן די פאליש? האט אים ר' יעקב געענטפערט אז יעדער בנין מוז האבן א מיסט קאסטן אז נישט וועט די גאנצע בנין זיין אנגעלייגט מיט שמוץ, ממילא לאז אפן דעם פאליש און לאז די חברה אפזיצן דארט...

כלפי מה דברים אמורים, ס'דא ליידער אסאך פאררוקטע בהמות אין כלל ישראל, קומט א מיסט קאלעקטער און נעמט זיי צאם אין איין מקום ,איז דאך דאס גאר א גוטע זאך! די פאר נארמאלע דארטן וועלן ממילא ארויספאלן מיט די צייט. והיינו טעמא דר' יואלי ראטה והיינו טעמא דאנטי וועקסערס

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

נשלח: מאנטאג פעברואר 12, 2024 5:58 pm
דורך LIVE112233
גאר גוט געזאגט.
איז דאס געדריקט ערגעץ, צו קענען ווייזן פאר אנדערע?

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

נשלח: מאנטאג פעברואר 12, 2024 6:01 pm
דורך סבא דבהתא
געווען געשריבן אין די קאלום פון הרה”ג ר' משה טוב שליט”א אין די עמי, כ'געדענק נישט וועלכע וואך אבער שוין אפאר יאר צוריק.

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2024 2:49 pm
דורך כלבאשבוע
שושי שטוב.png

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2024 5:28 pm
דורך berlbalaguleh
סבא דבהתא האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 5:50 pm א יונגע רב איז אמאל זיך געגאנגען שואל עצה זיין מיט הרה”ג ר’ יעקב קאמענעצקי ז”ל אז אין זיין שוהל איז דא א פאליש ווי זיצן אפ אפאר ליידאקעס און פויערן ארום דעם גאנצן דאווענען, צו זאל ער פארשפארן די פאליש? האט אים ר' יעקב געענטפערט אז יעדער בנין מוז האבן א מיסט קאסטן אז נישט וועט די גאנצע בנין זיין אנגעלייגט מיט שמוץ, ממילא לאז אפן דעם פאליש און לאז די חברה אפזיצן דארט...

כלפי מה דברים אמורים, ס'דא ליידער אסאך פאררוקטע בהמות אין כלל ישראל, קומט א מיסט קאלעקטער און נעמט זיי צאם אין איין מקום ,איז דאך דאס גאר א גוטע זאך! די פאר נארמאלע דארטן וועלן ממילא ארויספאלן מיט די צייט. והיינו טעמא דר' יואלי ראטה והיינו טעמא דאנטי וועקסערס
יואלי ראטה איז אן "עקסעפש'ן". ער האט א סאך מעלות און ער רעדט (מער-ווייניגער) מיט קאמאן סענס. נאר ער האט דעם ברסלב'ער קנייטש. דו (און איך) מוזסט נישט מיט אלעס מסכים זיין מיט איהם. נאר זיינע מעלות וועגן איבער די חסרונות.