בלאט 5 פון 8

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 1:45 am
דורך [NAMELESS]
מולד אחור, נעם דיר דיין צייט און לייען אדורך די פינף מאמרים פון sharp thinking וואס איך האב צוגעלינקט אויבן, דו וועסט טוישן דיין גאנצע השקפה אויף די סוגיא.
תן לחכם ויחכם עוד, ועוד.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 1:58 am
דורך נולד מאוחר
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:מולד אחור, נעם דיר דיין צייט און לייען אדורך די פינף מאמרים פון sharp thinking וואס איך האב צוגעלינקט אויבן, דו וועסט טוישן דיין גאנצע השקפה אויף די סוגיא.
תן לחכם ויחכם עוד, ועוד.

כהאב עס געוואלט ליינען אבער היברא איז שווער פאר מיר.
אדרבה געב מיר אין ענגליש.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 2:03 am
דורך נולד מאוחר
סארי כהאב געמיינט די רעדטס צי מיר, למעשה זע איך די רעדטס צי מולד אחור.

וואס הייסט איך וועל טוישן מיין מהלך, איך דע די גלייבסט אויך נישט און די זאכן?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 2:15 am
דורך [NAMELESS]

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 2:31 am
דורך [NAMELESS]
און פארשטייט זיך, א מיליאן דאלער קען אלעמאל צונוץ קומען, בפרט אין אזא שווערע עקאנעמי.

http://www.randi.org/site/index.php/jre ... video.html

http://www.bbc.co.uk/science/horizon/20 ... athy.shtml

m.youtube.com/#/watch?v=BWE1tH93G9U&desktop_uri=%2Fwatch%3Fv%3DBWE1tH93G9U&gl=US

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 10:26 am
דורך נולד מאוחר
רענדי האב שוין מייעץ געווען פאר מרס. ווידער אפאר בלעטער ציריק.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 10:50 am
דורך [NAMELESS]
יא?
אביסל חזרה קען נישט שאדן, פאר א שארלאטאן וואס מאכט פרנסה פון מענטשן'ס שכחה נאטור.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 11:16 am
דורך יידל
דבילה האט געשריבן:אזויווי ס'שטייט און גייט טענה'ט "אייגנארטיג" אז ער איז געווארן דיאגנאזט מיט הייפאדטייראדיזם דורך עטליכע גרויסע ענדאקרינאלאגיסטן, זיי האבן עם אלע געזאגט דאס גייט עם בלייבן אויף אייביג, אבער מרס ווידער האט עם אויסגעהיילט מיט האמאפאטישע סממנים. איך דבילה זאגט אז דא איז איינס פון דער דריי אפציעס:
1. "אייגנארטיג" איז א ליגנער. ער האט דעם מחלה קיינמאל נישט געהאט עכ"פ אויף דעם אופן וואס ער שרייבט - נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.
2. מרס ווידער איז א ליגנער. זי שטעלט אריין אין די האמאפאטישע טיי אביסל סינטרויד און דאס דארף ער ווייטער נעמען טעגליך חוק ולא יעבור. די ליגענט איז דאס וואס זי רעדט עם איין אז די מחלה איז אוועקגעגאנגען - די גניבה איז נישט געפערליך, רעכענט אביסל איבער פאר די מעדעצין אבער נישט עפעס ערגערס ווי דאס.
3. מרס ווידער איז נישט נאר א ליגנער נאר א גזלן וחמסן אויך. זי פארקויפט עם באבקעס אז ער איז אויסגעהיילט און דערנאך איז ער דאך אויסגעמאטערט ווי די רוחות כסדר כל החולים וואס ליידן פון הייפאטייראודיזם און אויף דעם פארקויפט זי עם א מיאנטיק פון אנדערע היילונגס מיטלען און הערט נישט אויף צו באווייזן נסים ונפלאות אויף נייע וועגן. מר אייגנארטיג, נעם אריין אביסל סינטרויד טעגליך און שיק מרס ווידער לופטערן!

נאך צוויי מעגליכקייטן:
4. אייגענטארטיג האט סובעקיוט טייראוידייטיס אדער אן אנדערע מילדע פארעם פון הייפאטייראוידיזם וואס קען יא אוועקגיין פון זיך אליינס.
5. די פלאצעבא אפעקט אויף אייגענארטיג מאכט אים שפירן געזונט און שטארק.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 11:31 am
דורך אייגענארטיג

דאס איז שיטת דבילה!!!!!!!!

אין איך אלטס א אויסגעהיילטער. אין יא! פון האמיעפעטיק. זאג די וועסט געבן אפאר וועגן אבער נישט מודה זיין.

הרב דבילה סאך גרעסערע פון דיר האבן זיך שוין געבראכן און מודה געווען אז זי טוט אויסהיילן.

פאר מיר פערזענליך האט פארציילט איינער וואס האט געפרעגט ר שמואל בנימין קרויס נאכדעם וואס יענער האט געהערט אז ער האלט נישט דערפון האט ער אים געזאגט אז זי קען העלפן

פאר מיר האט ער אויך געזאגט אז זי העלפט

אין איבער אלעם איז די כלל מפורסם אין צריך ראי' מען זעט מענטשן וואס פלאגן זיך צאם יארן אין עפעס פינקט ווען מגייט צו איר הייבט די אלע אנדערע טאקטיקן אין מעדיצינען אן צו ארבעטען.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 11:35 am
דורך אייגענארטיג
דבילה האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:2 קען נישט זיין ער האט דאך געסטאפט נעמען די רעמעדיעס.
3 קען נישט זיין ער פילט ווען ער איז קראנק זי קען עם נישט איינרעדן אז ער אויסגעהיילט.

2. קען זיין
3. הייפאטאורוידיזם פילט נישט קראנק, דער מענטש פילט שוואך און אויסגעשעפט. און דערפאר טאקע איז מרס ווידער נאך אלץ פארנומען מיט עם יעדן מאנטאג און דאנערשטאג אויסהיילן פון א "נייע" קרענק. מרס ווידער האט זיך נישט געקענט אויף א בעסערע וועג פארזיכערן פרנסה לאויוש"ט.

ניין איך בין דערזייט נישט געווען ביי איר אין איך פיל מיך פריש אין געזינט א נאכט שלאף פון 6-7 שעה איז איבערגענוג פאר מיר.

קענסט דיך נאכפרעגן ביי מיינע קאלעגען דא אינעם שטיבל מיט וועם איך ארבעט אגאנצן טאג.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 11:39 am
דורך יידל
אייגענארטיג, האמאפאטיע קען נישט ארבעטן ווייל עס איז נישט מער ווי א גלעזל וואסער (כ'מיין אז איינער האט שוין אויבן געשריבן דעם נקודה). די געזעצן וואס דער רבונו של עולם האט אריינגעלייגט אין זיין בריאה - באקאנט היינט אלס "פיזיקס" - ערמעגליכען נישט פאר האמאפאטיע צו ארבעטן. אויב וועל איך מארגן קומען און זאגן אז איך בין אויסגעהיילט געווארן פון קרענק פלוני דורכן טרונקן א גלאז וואסער צוויי מאל א טאג, גיב איך דיך אלע רעכטן מיר אנצורופן ליגנער און פאפער, ווייל דאס איז וואס איך וועל זיין.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 11:48 am
דורך [NAMELESS]
אייגענארטיג האט געשריבן:
פאר מיר פערזענליך האט פארציילט איינער וואס האט געפרעגט ר שמואל בנימין קרויס נאכדעם וואס יענער האט געהערט אז ער האלט נישט דערפון האט ער אים געזאגט אז זי קען העלפן

ערבך ערבא צריך...

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 11:51 am
דורך אייגענארטיג
יידל האט געשריבן:אייגענארטיג, האמאפאטיע קען נישט ארבעטן ווייל עס איז נישט מער ווי א גלעזל וואסער (כ'מיין אז איינער האט שוין אויבן געשריבן דעם נקודה). די געזעצן וואס דער רבונו של עולם האט אריינגעלייגט אין זיין בריאה - באקאנט היינט אלס "פיזיקס" - ערמעגליכען נישט פאר האמאפאטיע צו ארבעטן. אויב וועל איך מארגן קומען און זאגן אז איך בין אויסגעהיילט געווארן פון קרענק פלוני דורכן טרונקן א גלאז וואסער צוויי מאל א טאג, גיב איך דיך אלע רעכטן מיר אנצורופן ליגנער און פאפער, ווייל דאס איז וואס איך וועל זיין.

דאס אלעס אז עס איז נישט מער ווי א קאפ וואסער דאס ה אא ט דיר איינער געזאגט אין די גלייבסט אים. איך האב גענומען האמיעפעטיקס אין איך זאג אז האלווי זאלן אלע וואסערן זיין אזוי ווינדערליך ווי דער האמיעפעטיק וואסער

אין פארשטייט זיך אז יעדער זאל פונקט טרינקען די מינע ווינדערליכע וואסער וואס זענען גוט פאר זיינע מחלות.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 11:55 am
דורך אייגענארטיג
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
אייגענארטיג האט געשריבן:
פאר מיר פערזענליך האט פארציילט איינער וואס האט געפרעגט ר שמואל בנימין קרויס נאכדעם וואס יענער האט געהערט אז ער האלט נישט דערפון האט ער אים געזאגט אז זי קען העלפן

ערבך ערבא צריך...

אין אלעס אן קיין טעם, נאר ווייל דער ווידיאו וואס די האסט געזען איז געשפילט געווארן דורך א שאו שפילער אין ער האט דיך קאנווינסט.

אבער איך וועל נישט ווערן אפגעקויפט פשוט ווייל איך בין א סעמפעל פון א געהאלפענער דורך האמיעפעטיק.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 12:01 pm
דורך יידל
אייגענארטיג האט געשריבן:דאס אלעס אז עס איז נישט מער ווי א קאפ וואסער דאס ה אא ט דיר איינער געזאגט אין די גלייבסט אים.

ווער איז דער איינער און פארוואס גלייב איך אים? אבי געהאקט, סתם כדי מיך אפצופרעגן. ליין וואס די האמאפאטיקער זאגן וויאזוי זיי פראדוצירן דעם האמאפטיע (וואס דאס האב איך געטון), און דאן לערן אביסעלע יסודות פון פיזיקס (דאס האב איך אויך געטון). נאכדעם קום צוריק.
אדרבא! זאג דו מיר: אויב זענען אפילו די האמאפאטיקער מודה אז עס געפינט זיך ניטאמאל איין מאלעקיול פונעם א.ג. "אקטיווען אינגרידיענט" אין די וואסער, און זיי אליינס דארפן צוקומען צו אזא אבסורדען הסבר ווי אז "וואסער האט א זכרון" כדי מסביר צו זיין וויאזוי עס ארבעט, זאל איך עס נאך גלייבן?!

---
אגב, אייגענטארטיג, דו רעדטסט פון עפעס א שוי שפילער, פארוואס האסטו נישט גענומען די מי צו לייענען אפילו איין לינק פון די לינקס וואס כעלעמער מגיד האט צוגעשטעלט בשפע?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 12:02 pm
דורך [NAMELESS]
אייגנארטיג!!

זאג מיר נישט אז דו קענסט נישט ליינען נישט ענגליש און נישט היברו

דו ווייסט נישט פון placebo affect צו זאגן??

פון collective memory??

פון clinical studies??

פון medical science??

וכו' וגו' וכו'

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 1:35 pm
דורך אייגענארטיג
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:אייגנארטיג!!

זאג מיר נישט אז דו קענסט נישט ליינען נישט ענגליש און נישט היברו

דו ווייסט נישט פון placebo affect צו זאגן??

פון collective memory??

פון clinical studies??

פון medical science??

וכו' וגו' וכו'

אנטשולדיגט מיר אבער איך רעד פין א מציאות אז איך בין אויסגעהיילט געווארן עפעס אלע מעדיקעשאןס האבן נישט געארבעט ביז. ביז ווען איך הכב אנגעהויבן צונעמען האמיעפעטיק.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 1:45 pm
דורך [NAMELESS]
טאמער וואלסטו נישט געטרינקן די צוקערוואסער וואלט די מחלה ווען נישט אוועקגעגאנגן פון זיך אליינס ?

דו קענסט באשטעטיגן פאר זיכער אז די וואסער האט בכלל עפעס אויסגעמאכט אין דיין רפואה ?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 1:51 pm
דורך לעמיל
ר' כעלעם'ר מגיד דו האסט א אינטרעסע אים צו איבערצייגען אז עס העלפט נישט??? עס וועט דיך במילא נישט גיין עס איז א שאד דיין צייט

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 1:53 pm
דורך יידל
איך הייב אן טראכטן אז אפשר איז נישט מאראליש צו איבערצייגן אייגענארטיג אז האמאפאטיע ארבעט נישט, ווייל דאן וועט די פלאצעבא צעפאלן און די שמערצן וועלן זיך צוריק אנהייבן.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 2:15 pm
דורך [NAMELESS]
לעמיל האט געשריבן:ר' כעלעם'ר מגיד דו האסט א אינטרעסע אים צו איבערצייגען אז עס העלפט נישט??? עס וועט דיך במילא נישט גיין עס איז א שאד דיין צייט

איך פראביר גארנישט, נאר אז ער זאל נאכגיין דעם ענין (פונקט ווי אלע אנדערע אזעלעכע גלויבן באזירטע פאקטארן) דעם זעלבן וועג ווי איך און אנדערע קאלטדענקיגע סקעפטיקער האבן עס געפארשט, אהן נגיעות, און מאכן זיך די אייגענע מסקנה, ווי עס זאל נאר נישט זיין.

אבער סתם גלייבן, נישט וועלן ליינען אביסל סייענס אלס פחד אפשר וועט זיך זיין מיינונג טוישן, דאס האט נישט קיין זינען אום 2012

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 2:22 pm
דורך [NAMELESS]
יידל האט געשריבן:איך הייב אן טראכטן אז אפשר איז נישט מאראליש צו איבערצייגן אייגענארטיג אז האמאפאטיע ארבעט נישט, ווייל דאן וועט די פלאצעבא צעפאלן און די שמערצן וועלן זיך צוריק אנהייבן.

שאלה גדולה שאלת

גרויסע עטיקער פלאגן זיך אויף וויאזוי מ'דארף זיך צו באגיין אין אזא פאל, ס'איז דא אפאר נקודות וואס מ'מוז אומבאטראכט נעמען, די שאלה איז א ברייטע, די פיפטע ארטיקל פון גלעד דיימאנט גייט אוועק אויף דעם, אבער כמעט נאר אויפן שפיץ גאפל, כאפ א בליק און תן לחכם ויחכם עוד.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 2:33 pm
דורך דבילה
יידל האט געשריבן:
דבילה האט געשריבן:אזויווי ס'שטייט און גייט טענה'ט "אייגנארטיג" אז ער איז געווארן דיאגנאזט מיט הייפאדטייראדיזם דורך עטליכע גרויסע ענדאקרינאלאגיסטן, זיי האבן עם אלע געזאגט דאס גייט עם בלייבן אויף אייביג, אבער מרס ווידער האט עם אויסגעהיילט מיט האמאפאטישע סממנים. איך דבילה זאגט אז דא איז איינס פון דער דריי אפציעס:
1. "אייגנארטיג" איז א ליגנער. ער האט דעם מחלה קיינמאל נישט געהאט עכ"פ אויף דעם אופן וואס ער שרייבט - נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.
2. מרס ווידער איז א ליגנער. זי שטעלט אריין אין די האמאפאטישע טיי אביסל סינטרויד און דאס דארף ער ווייטער נעמען טעגליך חוק ולא יעבור. די ליגענט איז דאס וואס זי רעדט עם איין אז די מחלה איז אוועקגעגאנגען - די גניבה איז נישט געפערליך, רעכענט אביסל איבער פאר די מעדעצין אבער נישט עפעס ערגערס ווי דאס.
3. מרס ווידער איז נישט נאר א ליגנער נאר א גזלן וחמסן אויך. זי פארקויפט עם באבקעס אז ער איז אויסגעהיילט און דערנאך איז ער דאך אויסגעמאטערט ווי די רוחות כסדר כל החולים וואס ליידן פון הייפאטייראודיזם און אויף דעם פארקויפט זי עם א מיאנטיק פון אנדערע היילונגס מיטלען און הערט נישט אויף צו באווייזן נסים ונפלאות אויף נייע וועגן. מר אייגנארטיג, נעם אריין אביסל סינטרויד טעגליך און שיק מרס ווידער לופטערן!

נאך צוויי מעגליכקייטן:
4. אייגענטארטיג האט סובעקיוט טייראוידייטיס אדער אן אנדערע מילדע פארעם פון הייפאטייראוידיזם וואס קען יא אוועקגיין פון זיך אליינס.
5. די פלאצעבא אפעקט אויף אייגענארטיג מאכט אים שפירן געזונט און שטארק.

4. אייגענארטיג איז דאס מכחיש:

אייגענארטיג האט געשריבן:אפאר דקטורים ווי איך האב באזיכט גרויסע ענדאקנאלאגיסטן האבן זיי אלע געזאגט עס איז א לייוו קאנדישאן הער טו סטעי

5. דאס קען אויך זיין.