בלאט 5 פון 7

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2024 7:18 am
דורך פייג צווייג
זויער טייג האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 9:05 pm דו ביסט א גלגול פון אסטראלאג?

וואס איז אסטראלאג? די ניק קעגן ציונים?

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2024 5:31 pm
דורך ארכיטקט
דער איז זיכער א חכם

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:53 am
דורך היימלינד
דאס איז פון א לעצטיגע חתונה פון נכד קאסוב ויזניץ

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 3:31 pm
דורך צקון לחש
פתחו לי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 9:40 pm אבער זיין גאנצע ערליכקייט איז אויך כמעט ריין טפשות.
טפשות און ערליכקייט זענען גראדע גאר נאנטע קוזינס ע"פ חסידות

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 6:06 pm
דורך פתחו לי
צקון לחש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 3:31 pm
פתחו לי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 9:40 pm אבער זיין גאנצע ערליכקייט איז אויך כמעט ריין טפשות.
טפשות און ערליכקייט זענען גראדע גאר נאנטע קוזינס ע"פ חסידות
ווענד זיך ביי וועמען.
ביי געוויסע איז עס גאהר כרחוק מזרח ממערב.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 10:43 pm
דורך הכנה דרבה
מ'זאגט טאקע נאך פון זיידל קרעטשניפער (כ'האב עס נישט געהערט פון זיין מויל, דארף מען מברר זיין צו ס'איז ריכטיג) אז א געוויסע תקופה האט ער אנגעפאנגען צו ווערן צו קלוג און כמעט צוגעקומען צו אפיקורסת, אבער בחסדי שמים איז ער געוועהן פארוויקלט אין א קאר עקסידענט און ס'האט אביסל שאדן געמאכט זיין מוח און אזוי האט ער בחסדי שמים געקענט בלייבן אן ערליכער איד.

Re:

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:35 pm
דורך אתערותא דלתתא
הכנה דרבה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 10:43 pm מ'זאגט טאקע נאך פון זיידל קרעטשניפער (כ'האב עס נישט געהערט פון זיין מויל, דארף מען מברר זיין צו ס'איז ריכטיג) אז א געוויסע תקופה האט ער אנגעפאנגען צו ווערן צו קלוג און כמעט צוגעקומען צו אפיקורסת, אבער בחסדי שמים איז ער געוועהן פארוויקלט אין א קאר עקסידענט און ס'האט אביסל שאדן געמאכט זיין מוח און אזוי האט ער בחסדי שמים געקענט בלייבן אן ערליכער איד.
ס׳צי א גוט ווארט ס׳קען נישט זיין אז ער האט עס געזאגט

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:39 pm
דורך הכנה דרבה
די ווארט אליין איז גראדע נישט אזא גוטס נאר מער ווי גוט ס'פאסט זיך אויף זיידל'ען, יעצט איז די שאלה צו ווייל ס'פאסט פאר איהם איז א ראיה אז ס'איז אמת, אדער פארקערט, ווייל ס'פאסט אזוי גוט אויף איהם איז מער מסתבר אז מ'האט עס ספעציעל גענייט פאר איהם. די זעלבע חקירה האב איך אויך לגבי מעשיות אויף ר' יהונתן אייבשיץ.

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2024 9:47 pm
דורך אברהם שנית מן השמים
די משוגעת אז אידישקייט איז א טיפשותדיגע גלויבינג און מעדארף זיין א טיפש מו בלייבן עהרליך איז די גרעסטע כפירה

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2024 9:50 pm
דורך היום
פתחו לי האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 6:06 pm
צקון לחש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 3:31 pm
פתחו לי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 9:40 pm אבער זיין גאנצע ערליכקייט איז אויך כמעט ריין טפשות.
טפשות און ערליכקייט זענען גראדע גאר נאנטע קוזינס ע"פ חסידות
ווענד זיך ביי וועמען.
ביי געוויסע איז עס גאהר כרחוק מזרח ממערב.
@צקון לחש, די מיינס צו זאגן טפשות און פרומקייט?
און וואס מיינט דאס ע״פ חסידות?
עפעס א מקור? אדער לכה״פ א הסבר?

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2024 10:00 pm
דורך הכנה דרבה
אברהם שנית מן השמים האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 9:47 pm די משוגעת אז אידישקייט איז א טיפשותדיגע גלויבינג און מעדארף זיין א טיפש מו בלייבן עהרליך איז די גרעסטע כפירה
לאו דווקא

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2024 10:12 pm
דורך ראדני
איך האלט אז פאפא רבי איז א חכם, ניין א חכם מיינט נישט איינער וואס דרייט איבער די וועלט מיט אריזאנע ווייץ, צומת הגידים און שרייט און טוט.
א חכם מיינט א איד מיט א שכל הישר ער דאווענט און לערנט און דינט דער אייבערשטער מיט אן אמת.

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2024 10:17 pm
דורך צקון לחש
היום האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 9:50 pm @צקון לחש, די מיינס צו זאגן טפשות און פרומקייט?
און וואס מיינט דאס ע״פ חסידות?
עפעס א מקור? אדער לכה״פ א הסבר?

"איך בין א נאר און איך גלייב" (בעש"ט)

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2024 10:17 pm
דורך לך לך
ראדני האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 10:12 pm איך האלט אז פאפא רבי איז א חכם, ניין א חכם מיינט נישט איינער וואס דרייט איבער די וועלט מיט אריזאנע ווייץ, צומת הגידים און שרייט און טוט.
א חכם מיינט א איד מיט א שכל הישר ער דאווענט און לערנט און דינט דער אייבערשטער מיט אן אמת.
:roll: :roll:

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2024 10:24 pm
דורך שיינע איד
ראדני האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 10:12 pm איך האלט אז פאפא רבי איז א חכם, ניין א חכם מיינט נישט איינער וואס דרייט איבער די וועלט מיט אריזאנע ווייץ, צומת הגידים און שרייט און טוט.
א חכם מיינט א איד מיט א שכל הישר ער דאווענט און לערנט און דינט דער אייבערשטער מיט אן אמת.
גם אני מצרף לכל הנ״ל 🤣

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2024 10:52 pm
דורך שמעקעדיג
ראדני האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 10:12 pm איך האלט אז פאפא רבי איז א חכם, ניין א חכם מיינט נישט איינער וואס דרייט איבער די וועלט מיט אריזאנע ווייץ, צומת הגידים און שרייט און טוט.
א חכם מיינט א איד מיט א שכל הישר ער דאווענט און לערנט און דינט דער אייבערשטער מיט אן אמת.
הה"ד ראשית חכמה יראת ה'

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2024 10:53 pm
דורך שמעקעדיג
צקון לחש האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 10:17 pm
היום האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 9:50 pm @צקון לחש, די מיינס צו זאגן טפשות און פרומקייט?
און וואס מיינט דאס ע״פ חסידות?
עפעס א מקור? אדער לכה״פ א הסבר?

"איך בין א נאר און איך גלייב" (בעש"ט)

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 70#p556270

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2024 10:56 pm
דורך [NAMELESS]
ראדני האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 10:12 pm איך האלט אז פאפא רבי איז א חכם, ניין א חכם מיינט נישט איינער וואס דרייט איבער די וועלט מיט אריזאנע ווייץ, צומת הגידים און שרייט און טוט.
א חכם מיינט א איד מיט א שכל הישר ער דאווענט און לערנט און דינט דער אייבערשטער מיט אן אמת.
וואס דארף מען מער, אז מהר"א האט מעיד געווען," פאפא רב זאגט א קליגער זאך"

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2024 11:05 pm
דורך היום
.

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2024 11:06 pm
דורך היום
צקון לחש האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 10:17 pm
היום האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 9:50 pm @צקון לחש, די מיינס צו זאגן טפשות און פרומקייט?
און וואס מיינט דאס ע״פ חסידות?
עפעס א מקור? אדער לכה״פ א הסבר?

"איך בין א נאר און איך גלייב" (בעש"ט)
קודם כל זאגסטו נישט נאך די גאנצע מימרא
עס גייט בערך אזוי, אז דער בעש״ט פארן הסתלקות האט געזאגט
״אז אפילו נאך אלע מיינע מדרגות און השגות, בין איך א נער און איך גלייב״
און די כוונה איז ארויס צו ברענגען די חשוב׳ס פון פשוטע אמונה, ווי א מענטש איז מפקיר און געט אויף אלעס וואס ער פארשטייט און איז משיג, און נעמט אהן אויף זיך פשוטע אמונה מיט א תמימות…

פיין?

יעצט זיי מיר מוחל און געב צו פארשטיין וואס די האסט געשריבן וועגן טפשות און ערליכקייט…
עס קלעבט מיר עפעס נישט דיע ווערטער…
און עס נאך אנהענגען אויפן בעש״ט והחסידות?

לדעתי והבנתי איז עס פינקט פארקערט, אוי ווי סאך שכל מען דארף האבן כדי צו זיין אן אמת׳ער ערליכער יוד.

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2024 11:13 pm
דורך היום
ע"ז הדרך זאגט מען נאך פונם אמרי חיים ז"ל
תמים תהיה עם ה' אלוקיך... יא, יא, אבער וואסערע חכם מחוכם דארף מען זיין צו קענען האבן דער תמימות...

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2024 11:37 pm
דורך לאכעדיג
די ווארט זאגט מען נאך פון ראפשיץ רב ז"ל.

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2024 11:45 pm
דורך תניא בניחותא
די בעש”ט זאגט אז נאך אלע השגות (אפשר גאר דווקא נאך אלע השגות) איז ער נאך אלץ ווי א נער וואס גלייבט, דאס איז למעלה מטעם ודעת, לאפוקי סתם א נער וואס פתי יאמין לכל דבר, וואס דאס איז למטה מטעם ודעת.