בלאט 5 פון 5

Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2024 8:34 pm
דורך berlbalaguleh
עמרם האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 3:07 pm ויקרא שמו בישראל: 'אליהו' בן הגאון רבי צבי קושלבסקי שחבק בן בכור בגיל 88
פארוואס נישט הגאון הצדיק ר' אליהו שליט"א.

מ'קען שוין געבן די אלע טיטלען גלייך ביים ברית.

ס'איז פונקט אזוי "קאונטער-אינטואיטיוו" ווי די תלמידים פון הגאון הצדיק מ'ערלוי זצ"ל האבן איהם אויפגערופן צו די תורה מיט אלע טיטלען נאר נישט מיט זיין עכטן נאמען.

Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2024 11:36 pm
דורך קל לזכור
לגבי די קשיא פון די פותח האשכול. דאךצעך אז בועז איז געווען א זקן מופלג ווען רות איז נתעבר געווארן און ער איז געשטארבען יענע נאכט ווי עס איז מבואר אין רות רבה, ער הרט ניטאמאל דערלעבט די הריון, און עס איז ארויסגעוואקסען מלכות בית דוד.

העי, יו נעווער נאוי

Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2024 11:57 pm
דורך א נייגעריגע קאטשקע
וועלכע היימישע רב איז מתיר פונדקאות?

Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2024 12:44 am
דורך יום טוב ליפמאן צונז
פארוואס נישט? וואס איז די איסור?

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2024 8:13 am
דורך מי אני
דער ציץ אליעזר (חי״ט סימן מ) און דער שבט הלוי (ח״ט סימן רסד) אסר׳ן דאס. (ועיין בנשמת אברהם ח״ג.) דער שבט הלוי זאגט אז דאס איז אַן איסור עשה מכח ודבק באשתו וגו׳, וואו דאס קינד באדארף צו נאר נולד ווערן משניהם ולא בעירוב אדם אחר בהלידה ממש ע״ש. (דער ציץ אליעזר נעמט אָן אז טאמער דאס איז שוין געטוהן געווארן, ווערט דאס קינד נתייחס נאכ׳ן צווייטן מאמע וואס טראגט און געבוירט עס ע״ש.)

Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2024 5:17 pm
דורך berlbalaguleh
די זאכן זענען זייער שווערע שאלות. דאס עמיר לאזן פאר די גרויסע פוסקים. אונז דארף מיר זיך מיטפרייען מיט די גרויסע שמחה ביי כלל ישראל. לאו בכל יומא מתרחש.

אויך. דאס געט פאר אונז אלע א בעסערע און טיפערע הבנה איבער די גרויסקייט פון דעם נס וואס דער אייבישטער האט געטון צו אברהם אבינו און שרה אמנו.

Re:

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2024 6:19 pm
דורך ברוך שפינוזה
מי אני האט געשריבן: מאנטאג מערץ 18, 2024 8:13 amדער שבט הלוי זאגט אז דאס איז אַן איסור עשה מכח ודבק באשתו וגו׳
:lol: :lol: :lol:

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2024 7:01 pm
דורך מי אני
ער עלאבּערירט אויף דעם בח"ג סימן קעה (אינעם קאנטעקסט פונעם באקאנטן מחלוקת בין האגרות משה והדברי יואל אודות הזרעה מלאכותית):
שבט הלוי.jpg
דארט איז עס ע"י א מאן מחוצה פונעם מערידזש, און דא ע"י א פרוי מחוצה להמערידזש.

וואס מ'קען זאגן איז אז לפי האגרות משה (אבה"ע ח"א סימן עא וח"ב סימן יא) וועלכער האלט אז עס איז נאר דא א בעיית אישות בזה נאר ווען עס איז דא א ביאה, איז ה"ה הכא אז די עשה איז נאר א פראבלעם ווען עס איז פארהאן א ביאה מחוץ להמערידזש היוצר הַוְלַד. אבער לויט דער שבט הלוי און דער דברי יואל (אבה"ע סימן קז), ווי אויך דער ציץ אליעזר (ח"ג סימן כז), וועלכע האלטן אז עס איז נישט נאר די ביאה וואס שאפט א בעיית אישות נאר די הכנסת זרע בפועל אויך, איז לכאורה די עשה דערין אויף להיפוך גילטיג אויך וואו עס איז נישט דא א ביאה. (הגם מ'קען ווייטער מחלק זיין אז אפילו בביאה איז דאך נישטא קיין עשה/איסור בבן נח, מזה הפסוק, ווען ער טשיט מיט אַן אנדערע פרוי פנויה מחוץ להמערידזש. משא"כ פארקערט ווען עס איז צוויי מענער מיט א פארהייראטע פרוי.)

גברא רבה אמר מילתא לא תחיכו עליה.

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2024 8:12 pm
דורך ברוך שפינוזה
אז דו האסט געזאגט מ'זאל נישט לאכן וועל איך פאלגן...

נאר איין הערה האב איך, לויט דעם שבט הלוי פשעטל קומט אויס אז אויב די אייער קומען פון אן אומפארהייראטע פרוי איז עס מותר ווייל ס'נישט אשת חברו.

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2024 8:26 pm
דורך מי אני
זיין פראבלעם פון אַן עשה איז ווייל ער איז משלב דעם דרש הגמרא פונעם עשה פון "ודבק באשתו" מיט'ן פשט (לרש"י) פון "והיו לבשר אחד" אז הַוְלַד נוצר ע"י שניהם ועי"ז נעשים לבשר אחד. אליביה, אויב ווערט ע"י מעשיהן דאס וְלַד נוצר ממש ע"י א צווייטער מחוצה להמערידזש של שניהם, איז עס דאך נישט "והיו לבשר אחד" וואס דאס איז די געדאנק פונעם "ודבק באשתו". אין אנדערע ווערטער, די פראבלעם דא איז נישט אז "ס'איז יא א צווייטער" (וואס דאן קען מען מחלק זיין איבער די סטאטוס פונעם צווייטן), ווי איידער אז ס'איז "נישט זיי צוויי אליינס".

נאר ווי כ'האב געזאגט (בהמסגריים), לא מצינו בבן נח, המוזהר מזה הפסוק, וואס איז נשוי אז ער איז מוזהר אויף נישט טשיטן און שלאפן מיט א פנויה שאינה אשתו (וכן הפנויה אתו אינה מוזהרת) - אט דעם "נישט זיי צוויי אליינס". ולפי השבט הלוי וואלט דאך דאס געדארפט זיין א פראבלעם כנ"ל. אבל יש לחלק אז למעשה ווען ער איז יא מיט זיין ווייב איז די "והיו לבשר אחד", לגבי זייער וְלַד, נאך אלס קאי וקיים געהעריג. משא"כ ווען אט די פנויה וואלט דאס אויך געשטערט, וואלט עס טאקע יא געווען א פראבלעם. אין אנדערע ווערטער, די "נישט זיי צוויי אליינס" וועלכעס איז די עשה אויף די "ודבק באשתו", איז די חלק הַוְלַד א תנאי דערין להאיסור עשה.

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2024 8:31 pm
דורך ברוך שפינוזה
למעשה די עכטע מקור פאר'ן איסור איז זיין פערזענליכע געפיל, ווי ער רופט עס "מעשה נבלה הזאת", פון דארט און ווייטער איז אבי געקוועטשט אין די וועלט אריין. פארשטיי איך נישט צו וואס פעלט אויס די גאנצע פשעטל ווייל מה נפשך, אויב איז עס א מעשה נבלה דארף מען דאך נישט קיין פסוק דערויף, ווידער אויב איז עס נישט מעשה נבלה איז עס דאך כשר וישר למהדרין און מ'דארף נישט זוכן קיין דיוקים מיט א פארגרעסערונגס גלאז.

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2024 8:40 pm
דורך מי אני
יא יא. אין זיין אינטערוויו אין וועקער 14 דערמאנט טאקע ר' יששכר כץ דאס אז פוסקים גייען טאקע פסק'ענען לויט זייערע סאבּיעקטיווע תכונות הנפש. און ער דערמאנט דאס טאקע לגבי די מחלוקת האגרות משה והדברי יואל אודות הזרעה מלאכותית. ער זאגט צו זיינע תלמידים אז מ'קען גראד דערקענען ווער איז דער אוסר און ווער איז דער מתיר, אפילו פאר'ן ארויסגעבן די נעמען פון ווער האט געשריבן וועלכע תשובה.

די געדאנק איז די אונטערליגענדע תכונות הנפש וואס טרייבט צו זוכן פּרעסעדענטס לאיסור אדער פּרעסעדענטס לאיסור. כמובן איז ענליך לגבי סעקולארע געזעץ, וואו קאנסערוואטיווע דזשאָסטיסעס זוכן מער "רעכטע" פּרעסעדענטס וכו', און ליבעראלע/פּראגרעסיווע זוכן מער "לינקע" פּרעסעדענטס און אינאוועישאנס עפ״י הגעזעץ. און אט וועגן דעם שלאגט מען זיך פאליטיש וועמען אויפצונעמען צום סוּפּריִם געריכט וכדומה.

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2024 8:44 pm
דורך ברוך שפינוזה
יאפ. ביי לעגאלע וויכוחים איז טאקע די זעלבע דשאוק, די חילוק איז נאר אז דארט מעג מען לאכן. :P

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2024 8:52 pm
דורך מי אני
דארט קענסטו לאכן אויף די סיבה דערונטער. און דאס קענסטו לכאורה טוהן דא אויך - נישט אויף דעם האב איך פארגעהאלטן. עס איז אז אויף די סברא און ארגומענט גופא איז סתם לאכן, סיי דא און סיי דארט, נישט קיין טענה. עס איז אַן עפּיעל צו רידיקיול פאָלאָסי, אָן זיך באציהען לגוף הטענה. וכמובן, איז טענה'ן אז ער האט א מאטיוו פארוואס ער טענה'ט אזוי, אָן אפפרעגן גוף הטענה, אויך א פאָלאָסי פון אַן עפּיעל צו מאטיוו און בּאָלוועריזם.

וכמובן קען מען אויך טענה׳ן אז דיין צוגאנג צו הלכה, ואפילו דאס׳ן דאס אוועקמאכן אינגאנצן וכו׳, איז אויך נובע פון דיין תכונות הנפש.

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2024 9:01 pm
דורך ברוך שפינוזה
ס'מיר שווער מסביר צו זיין וואס איז פאני. מיין מאמע פלעגט מיך פארציילן אז ווען איך בין געוועהן א קליין קינד האב איך אמאל אויפגעגעסן א גאנצע קאנטעינער שאקאלאד ספרעד און זיך פארשמירט מיין גאנצע פנים דערמיט, דערנאך ווען זי האט מיך געזעהן מיט'ן פארשאקאלאדטן פנים און זי האט מיך געפרעגט צו איך האב גענומען פון די שאקאלאד ספרעד האב איך עס קאטעגאריש אפגעלייקנט, און ווען זי האט מיך געוויזן אז ס'פעלט פונעם קאנטעינער האב איך איר געזאגט אז אליהו הנביא האט עס גענומען, עד כאן המעשה. זי פלעגט זיך האלטן ביי די זייטן ווען זי פלעגט עס פארציילן.

Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2024 12:06 am
דורך נ נח
אויף אוצר החכמה איז דא זיינע לומדישע ספרים
א לינק צו איינע פין זיינע ביכער https://www.walmart.com/ip/Rav-Zvi-Kush ... /647705510

Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2024 12:30 am
דורך nespresso
חתן בחור האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 1:49 am
מנשסתר האט געשריבן: מאנטאג מערץ 11, 2024 2:34 pm ביי אזא עלטער ןןאלטען די דאקטוירים נישט דעמאכט איי ווי עף
און טאקע אזוי ברענגט בן עיר פון אנ'אינטערוויו

כ׳האב געהערט זאגן אז ס׳איז טאקע נישט געוועהן קיין IVF, ס׳איז גאר געוועהן א Surrogacy. (פנדקאות).
פלעין אויב די ווייסט נישט, מען קען נישט מאכן Surrogacy אן IVF.

Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2024 8:24 pm
דורך berlbalaguleh
שוין: איך גלייב דיר. דו ביסט (דאך) דער עקספערט.

Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 3:45 pm
דורך [NAMELESS]
אויף פורים זענען שוין דא קינדער וואס פארשטעלען זיך ווי דער אלטער ראש ישיבה האלטענדיג זיין בעיבי....