שוידערליכע טראגעדיע אין וומסב"ג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך בן ישי »

איז דא א רעקארדירונג פון די טאטעס הספד?
דוד בן ישי עבדך משיחך
[NAMELESS]

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך [NAMELESS] »

בן ישי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 2:02 am איז דא א רעקארדירונג פון די טאטעס הספד?
עס געפינט זיך דא אין שטיבל איך מיין ביי די אנדערע אשכול
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך כרם זית »

צומישט און צוחישט האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:15 am איינער קען ביטע צוצייכענען די מראה מקום פונעם חת"ס?

יו"ד שכ"ו.

קוק דורך די גאנצע תשובה. דאס וואס מען זאגט אזוי בפשטות אז מען טאר נישט מתאבל זיין איז גארנישט אזוי פשוט, ובפרט ווען עס איז דא יקרא דחיי.

אויך דער בשמים ראש סימן שמ"ה איז מתיר אפילו לכתחילה זיך צו הרג'נען אויב מען האט א שווערע לעבן, ויש משערים שכך עשה ר' שאול ברלין עצמו.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך בן ישי »

חיים הלוי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 2:05 am
בן ישי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 2:02 am איז דא א רעקארדירונג פון די טאטעס הספד?
עס געפינט זיך דא אין שטיבל איך מיין ביי די אנדערע אשכול
געטראפן. שכח
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך berlbalaguleh »

כרם זית האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 2:12 am
צומישט און צוחישט האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:15 am איינער קען ביטע צוצייכענען די מראה מקום פונעם חת"ס?

יו"ד שכו.

קוק דורך די גאנצע תשובה. דאס וואס מען זאגט אזוי בפשטות אז מען טאר נישט מתאבל זיין איז גארנישט אזוי פשוט, ובפרט ווען עס איז דא יקרא דחיי.

אויך דער בשמים ראש סימן שמה איז מתיר אפילו לכתחילה זיך צו הרגנען אויב מען האט א שווערע לעבן, ויש משערים שכך עשה ר' שאול ברלין עצמו.
כרם זית: ייש"כ. איך האב עס געזעהן אין שו"ת חת"ם סופר הלכות אבילות. כ'מיין ס'איז די לעצטע תשובה.
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך שאלתיאל »

איז דא נאך א פרומע פלאטפארמע (צייטונגען, וועבסייט, סאושעל מידיע אקאונטס..) וואס רעדט פון דעם? כ'מיין אז קאווע שטיבל איז די איינציגסטע
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
[NAMELESS]

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך [NAMELESS] »

שאלתיאל האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 8:02 am איז דא נאך א פרומע פלאטפארמע (צייטונגען, וועבסייט, סאושעל מידיע אקאונטס..) וואס רעדט פון דעם? כ'מיין אז קאווע שטיבל איז די איינציגסטע
וואס באדערט דיר פונקליך? אין אייוועלט רעדט מען פעסט ארום איבער די פרשה נאר ארום און ארום פארשטייט זיך כדרכם, גראדע נעכטן האט איינער געשטעלט די הספד פון די טאטע עס איז געמעקט געווארן.
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך צקון לחש »

כרם זית האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 2:12 am אויך דער בשמים ראש סימן שמ"ה איז מתיר

אפריל פולס? :lol:
(כלומר, איך בין אויך מתיר)
טיילונג איצט!
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך עמרם »

חיים הלוי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:59 am
לאכעדיג האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:40 am מען מעג שוין שרייבן די נאמען אויף ק"ש??...
נעה אוודאי נישט די גאנצע גאס שמועס דערפון אפילו אין אייוועלט טוט זיך לעבעדיגע אין א אשכול אבער קיינער ווייסט נישט קיין נאמען...
פיין שטייט א נאמען
דא האסטו וואס שטייט אויף אייוועלט
ברוך פריעדמאן האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 12:40 pm בד״ה:

הבחור החשוב מאיר גאלד ז״ל, וויליאמסבורג

בן יבלחט״א רבי אברהם יוסף שליט״א

לויה 12:45 יראים טשאפעל - לבית החיים החדש בקרית יואל
אפטימיסטיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 230
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך אפטימיסטיש »

בן ישי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 2:02 am איז דא א רעקארדירונג פון די טאטעס הספד?
http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=556847#p556847
אפטימיסטיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 230
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך אפטימיסטיש »

כרם זית האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 2:12 am
צומישט און צוחישט האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:15 am איינער קען ביטע צוצייכענען די מראה מקום פונעם חת"ס?
אויך דער בשמים ראש סימן שמ"ה איז מתיר אפילו לכתחילה זיך צו הרג'נען אויב מען האט א שווערע לעבן, ויש משערים שכך עשה ר' שאול ברלין עצמו.
איבער'ן אויטענטישקייט פונע'ם ספר בשמים ראש (גענומען פון וויקיפידיע)
הספר "בשמים ראש" נותר שנוי במחלוקת עד היום: הוא לא התקבל על הכלל ונותר חשוד בעיני רבים, ומאידך לא נפסל באופן גורף. אף על פי שהיו רבים שפסלו את כולו בטענת זיוף[3] או שראו את חלק מהתשובות שבו כמזויפות[4] והיו אף שהתנגדו לו בחריפות,[5] עשרות פוסקי הלכה ציטטו ממנו דברים כראיות במשא ומתן הלכתי.[6] והיו מהם שהכשירו אותו מפורשות.[7] אף על פי שהפוסקים מודעים היטב לבעייתיות של הספר, הנטייה המקובלת היא להתייחס לדברים "מצד האמור, ולא מצד מי שאמרם" (כניסוחו של הרב ש"י זוין), כלומר להתייחס לתוכנם בלבד בלי להעניק להם תוקף של דברי הרא"ש; וזאת מתוך הערכה של החריפות והבקיאות המתגלות בחומר ההלכתי שבספר.

אצל ההיסטוריונים וחוקרי הספרות התקבלה בדרך כלל הדעה שהספר הוא זיוף, אם כי יש דעות שונות בשאלה אם בעיקרו הספר מבוסס על חומר קדום ושאול ברלין הכניס בו רק שינויים מעטים, או שהספר כולו זויף על ידיו.
אקטיווע שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 11:22 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך אקטיווע שרייבער »

כרם זית האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 2:12 am
צומישט און צוחישט האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:15 am איינער קען ביטע צוצייכענען די מראה מקום פונעם חת"ס?

יו"ד שכ"ו.

קוק דורך די גאנצע תשובה. דאס וואס מען זאגט אזוי בפשטות אז מען טאר נישט מתאבל זיין איז גארנישט אזוי פשוט, ובפרט ווען עס איז דא יקרא דחיי.

אויך דער בשמים ראש סימן שמ"ה איז מתיר אפילו לכתחילה זיך צו הרג'נען אויב מען האט א שווערע לעבן, ויש משערים שכך עשה ר' שאול ברלין עצמו.
ביזט היינט געבוירן??

די ספר בשמים ראש איז פיל מיט בלאף און שטותם..
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך כרם זית »

דער חתם סופר דערמאנט דער "בשמים ראש", האב איך געמיינט עס וועט זיין אינטערעסאנט צו אונטערשטרייכן אז יש משערים אז רבי שאול ברלין האט זיך אליין גענומען די לעבן. אין יענע תשובה אליין שרייבט דער חתם סופר "ובזה נתכזב כתבי הרא"ש".

אלזא ניין, כבין נישט נעכטן געבוירן געווארן.

אגב, בלאף מילא אבער פארוואס שטותים?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כרם זית, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך אוהב ספרים »

דער חתם סופר רופט עס אויכעט כזבי הרא"ש אין או"ח.
בינה ודעת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 11:56 pm
האט שוין געלייקט: 84 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך בינה ודעת »

פייג צווייג האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:38 am בילד פון די לעצטע מאל וואס די יונגל מאיר דוב גאלד ע'ה האט געזעהן זיין באליבטע פאטער ר' יוסף גאלד, פאר 4 יאר צוריק ביי קאוויד ווען ער איז געווען 9 יאר אלט, ווען די טאטע איז אריבערגעפארן א פארק אין וויליאמסבורג און מאיר דוב האט אים באמערקט, און ער איז מיט איין שמחה איז צוגעלאפן מיט א ריזיגע שמייכל און ארויפגעטאנצן אויפן געיט און געשריגן מיט איין שמחה "טאטי!", ביז מ'איז אים שנעל געקומען אוועקשלעפן....

ר' גרשון מענדל טויב פון לב לילד דערציילט, אז די בחור'ל מאיר דוב האט געאוטריעטשט אפאר וואכן צוריק אז ער האלט עס מער נישט אויס און ער וויל זעהן זיין טאטע, צו ער קעןאים העלפן, און אויך צו ער קען קומען צו די לב לילד שבת וואס איז פארגעקומען פאריגן שבת פר' צו, אבער ליידער האבן זיינע נענטסטע וואס "האבן זיך געזארגט פאר זיין וואוילזיין" זיך געשטעלט אין די לענג און ברייט אז דאס זאל נישט פאסירן, און ער זאל זיך נישט קענען טרעפן מיטן טאטן. (ר' גרשון מענדל זאגט אז ער האט געהאט ביי די לב לילד שבת נאך 12 יונגלעך וועלכע מ'לאזט זיי נישט זעהן אדער רעדן צו זייער טאטע).

א שכן פון די מאמע (אין 99 ווילסאן סט.) דערציילט, אז די מאמע האט לעצטענס זיך 'אפגערעדט' פאר איר, אז זי ווייסט נישט וואס צו טון, ווייל די קינדער פארפירן לעצטענס געפערליך אז זיי ווילן גיין צו די טאטע, און זי קען זיי נישט שטיל מאכן... (די בחור'ל מאיר דוב איז שוין שטיל... פאר אייביג........ די שאלה איז נאר צו כלל ישראל וועט חלילה אויך בלייבן שטיל?! און צו די זעלבע טרויריגע ענדע וועט זיך איבערשפילן ח"ו מיט זיינע צוויי שוועסטער'ס און מיט נאך צענדליגער אזעלכע קינדער היל"ת?)

ר' וואלף זילבערשטיין מיט נאך חברי החברה קדישא זענען אריין צו די פעטוועי רבי און באשטעטיגט די גראפישע סצענע וואס זיי האבן ליידער מיטגעהאלטן און געזעהן מיט די אויגן.

וירא הקהל וישפוט, מ'מוז אפשטעלן די רציחות איינמאל פאר אלעמאל, ס'זאל חלילה נישט זיך נאכאמאל איבערשפילן די זעלבע..!
שרעקליך שרעקליך וואספארא מעשה רשעות דא גייט אלץ פאר ביי אונז אין שטאט, און אלעס גייט אן כאילו לא היה. אן קיין שום קול מחאה. אבער טאמער איינער וועט זיך ווייגען מסרב צו זיין צו געבן א גט וויל מ'לאזט איהם נישט צו צו זיינע קינדער, וועט זיין קול קורא'ס און כתבי סירוב אין אלע גאסן.

אוי לנו שכך עלתה בימינו !!

איין זאך פארשטיי איך אבער נישט. וויזיטעשעינ'ס איז דאך א זאך וואס מ'מוז ליגאל געבן, ווי קען זיין אזויפיל פעלער ווי מ'לאזט נישט צו א טאטן פאר אזויפיל יאהר? מ'קען נישט עפעס טוהן על פי חוק צו צווינגען וויזיטעישען?
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך היימלינד »

בינה ודעת האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:10 pm

ליגאל ווייס איך נישט אבער איך קען עטליכע יעדען וואס קענען נישט זעהן זייערע קינדער בכלל - נישט נאר וויזיטעטיאן, און זייער לעבען איז מיזרעבעל כפשוטו.
מען קען זיי זעהן זיצען אין א קאר אדער שטיין באהאלטען אינטער א טראק אבי צו קענען זעהן זייער אייגען קינד קומען אדער גיין פון חדר, און כאפט מען זיי פארטוישען א ווארט איז אחת דתו.
לגבי שמחות פארשטייט זיך אז די צער איז אסאך מער ואין לשער ואין לתאר.
קל לזכור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 27
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2024 12:46 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך קל לזכור »

נו ווער איז יא שולדיג? נו ווער?

אלע מענטשן גאר העפליך,
געקומען מיט גרויסע קאך לעפלעך,
קאכן און מישן,
אויף בענק און אויף טישן.
מענדי, סענדי, קענדי,
פון היינט מאל אהן, ווען דו,
הערסט א מעשה פארנעם דו,
זיי שטיל כאטש עס ברענט דו,
וועסטו אויף דער וועלט, און אויף יענע וועלט, אויך קריגן א קענדי.

משירי נעים זמירות ישראל ר' מיכאל ז"ל.
בינה ודעת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 11:56 pm
האט שוין געלייקט: 84 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך בינה ודעת »

היימלינד האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:14 pm
בינה ודעת האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:10 pm
איין זאך פארשטיי איך אבער נישט. וויזיטעשעינ'ס איז דאך א זאך וואס מ'מוז ליגאל געבן, ווי קען זיין אזויפיל פעלער ווי מ'לאזט נישט צו א טאטן פאר אזויפיל יאהר? מ'קען נישט עפעס טוהן על פי חוק צו צווינגען וויזיטעישען?
ליגאל ווייס איך נישט אבער איך קען עטליכע יעדען וואס קענען נישט זעהן זייערע קינדער בכלל - נישט נאר וויזיטעטיאן, און זייער לעבען איז מיזרעבעל כפשוטו.
מען קען זיי זעהן זיצען אין א קאר אדער שטיין באהאלטען אינטער א טראק אבי צו קענען זעהן זייער אייגען קינד קומען אדער גיין פון חדר, און כאפט מען זיי פארטוישען א ווארט איז אחת דתו.
לגבי שמחות פארשטייט זיך אז די צער איז אסאך מער ואין לשער ואין לתאר.
רחמנא ליצלן!

אבער דאס איז וואס איך פארשטיי נישט, לויט וויאזוי איך ווייס איז דער געצעץ אז מען מוז געבן וויזיטעישנ'ס פאר ביידע. נו וואס גייט דא פאר? סתם מלאזט זיך ווי מעקעלעך פון די רשעים? אויב יא, דאן מוז מען דא אנהייבן צו טוהן דראסטישע לעגאלע שריט צוצוברעכן די זרועות רשע איינמאל פאר אלעמאל.
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך היימלינד »

בינה ודעת האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:26 pm
רחמנא ליצלן!

אבער דאס איז וואס איך פארשטיי נישט, לויט וויאזוי איך ווייס איז דער געצעץ אז מען מוז געבן וויזיטעישנ'ס פאר ביידע. נו וואס גייט דא פאר? סתם מלאזט זיך ווי מעקעלעך פון די רשעים? אויב יא, דאן מוז מען דא אנהייבן צו טוהן דראסטישע לעגאלע שריט צוצוברעכן די זרועות רשע איינמאל פאר אלעמאל.
איך האב נישט דורך געטוען די געזעצען - ב"ה נישט נוגע פערזענליך
די פרויען סופארט גרופס הידועים לשמצה האבען אלעס דורך געטוען לאורכה ולרוחבה און האבען אלע דאקיומענטען גרייט, ס"ה דארף מען אריין פילען די נעמען...

עפעס ליגאליטעט מיז עס האבען, לכאורה עפעס אזא restraining order אז די מאן/טאטע איז מסוכן וכו'
מיין שאלה איז נאר, אפילו אויב איז ער מסוכן [וואס אין רוב פעלער איז שקר אבער די פרוי איז אלעמאל גערעכט...]:
פארוואס קען ער נישט איהם זעהן אין חדר אדער אנדערע פאבליק פלעצער?
פארוואס קען ער נישט קומען צו א שמחה ?
פארוואס טאר די מלמד מנהל נישט רעדען צו וועדען די קינד?
פארוואס קען ער נישט זיין א טייל פון זיין חינוך כאטש פון דערווייטענס?
פארוואס ??!!
האניג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:10 pm
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך האניג »

ווי יונתן שווארץ זאגט, די מוסדות'ן האבן דא די גרעסטע כח צו מאכן א טויש למוטב

ס'איז דא נאך א נקודה, די געזעצן זענען זייער שטארק לטובת די מוסדות. א מנהל אדער מלמד קען רעדן צו א קינד וואס ער וויל אפילו די עלטערן ווילן נישט. (ע"ע לגבט וכדו') אז דו שיקסט די קינד אין א חדר אדער סקול, געבסטו איבער דיין קינד צו זייערע הענט און זיי קענען פרעגן דאס קינד אויב ער וויל באמת רעדן צו זיין טאטע וכדו'.

די מאמע האט נישט קיין רעכט צו זאגן אז די מוסדות טאר נישט לאזן דעם טאטע'ן קומען צום קינד ווי לאנג ער איז אין חדר. אויב איז דא א ריסטרענינג ארדער איז אנדערש, אבער די מוסדות קען נאך אלס העלפן די טאטע, און פרעגן דעם קינד וואס ער וויל באמת, און דערמיט גיין אין קארט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך קורקלענד »

ווילן מיר טאקע אראפשטעלן אזא יסוד אז אונזערע קינדער באלאנגן פאר די מוסדות מער ווי די עלטערן?
האניג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:10 pm
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך האניג »

אוודאי ווילן מיר נישט, מיר זענען שטארק דערקעגן. אבער אויב די געזעץ איז סייווי דא, פארוואס נישט אויסנוצן ווי ס'ברויך צו זיין
חב''ד הויזן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 403
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

Re: שוידערליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווען א בר מצוה בחור האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן ווייל...

שליחה דורך חב''ד הויזן »

קורקלענד האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 4:33 pm ווילן מיר טאקע אראפשטעלן אזא יסוד אז אונזערע קינדער באלאנגן פאר די מוסדות מער ווי די עלטערן?
וואס הייסט? ס'איז דא צוויי עלטערן נישט איינס.

און בכלליות ווען ס'איז דא א סיכסוך צווישן די טאטע און די מאמע דארף די מוסד זיך צושטעלן צום טאטן וואס ער איז מחיוב ללמדו תורה. די גאנצע חיוב און אחריות צו שיקן דאס קינד אין חדר ליגט אויפן טאטן.
פארשפארט