איך מיין ס'האט אויך צן טוהן מיט די שכל און לאו דווקא מיט מזל
סאיז דא אזעלכע (בעיקר ביי אחינו בני ליטא) וואס זענען געזעצען שעות אויף בעשויס און זיי האבן זיך ג'גט נאך צוויי חודשים און מצד השני פעלט נישט אזעלכע וואס זענען געזעצען א שעה צו צוויי און זעע האבן די שענסטע שלום בית
מילך טראק האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 24, 2024 10:43 pm
צוויי האט געשריבן: ↑
גראדע קען איך זייער גוט זעהן ווער פון מיינע שוואגער'ס האבן עכטע גאנץ גוטע שלום בית, און ווער ס'איז אזוי איי איי איי,
איך בין גאנץ א גוטע מבין צו שמעקן די זאכן,
מיינסט צו זאגן דו ביסט א גוטער מבין צו זעהן ווער עס פראבירט צו ווייזן ער האט שלום בית און ווער עס פראבירט ניטאמאל...
גראדע מיינע שוואגערס און געשוויסטער פרובירן אלע צו ווייזן אז זיי האבן שלום בית (אפשר איינער נישט), אבער איך האב ב"ה א חוש צו זעהן ווער ס'האט טאקע שלום בית, און ס'ארבעט אויף זיין שלום בית, אדער כאטש ווער ס'פרובירט עכט צו ארבעטן אויף זיין שלום בית
פוילישע פעפער האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 25, 2024 8:23 am
איך מיין ס'האט אויך צן טוהן מיט די שכל און לאו דווקא מיט מזל
סאיז דא אזעלכע (בעיקר ביי אחינו בני ליטא) וואס זענען געזעצען שעות אויף בעשויס און זיי האבן זיך ג'גט נאך צוויי חודשים און מצד השני פעלט נישט אזעלכע וואס זענען געזעצען א שעה צו צוויי און זעע האבן די שענסטע שלום בית
סא די קלוגע פוילישע קענען אין א האלבע שעה אויפכאפן וואס דע נארישע בני ליטע האבן פארזעהן נאך חדשים דעיטען ?
צ/ק
יא איך בין אויך א וויקטים פונעם קורצן בעשוי. מיין מעשה איז טיפיקעל, א קורצע בעשוי פון א שעה, מאסיווער פרעשור פון מיינע עלטערן און עלטערע געשוויסטער נאכן גאר שטארק קווענקלען, מיט נאך אביסל לחץ פון מיין רבי שליט"א כ" ק אדמור מ..... שליט"א און... מזל טוב דער שידוך איז געשען.
אבער.. דער מעשה האט ב"ה א העפי ענדינג, נאכן ביטער אריינפאלן מיט א זעלטענע שלעכטע פרוי שאכהמ"ל בזה, האב איך זיך גע'גט נאך גאר א קורצע צייט. ביים צוויטן מאל בין איך שוין געווען א היבש פאר יאר עלטער און קלוגער, און איך האב עס געטן די "גוי'אישע" וועג, איך בין ארויס א קנאפע 15-20 מאל מיט מיין ווייב איבער א משך פון מער ווי זעקס חדשים, און איך האב גאר גאר גוט קענען געלערנט מיין ווייב פארן חתונה האבן מיט איר.
אין א פאר חדשים ארום וועל איך אי"ה סעלברעיטן מיין 12טע אניווערסערי. איך ווינטש פאר אלע חסידים זאלן זיין אזוי גליקליך און צופרידן חתונה געהאט ווי איך בין ב"ה.
און פאר די אלע וואס זאגן אז דעיטן איז נישט בעסער, מען קען באהאלטן, די ליטווישע גט'ן זיך מער אא"וו, זאג איך ענק שקר וכזב! בדידי הווה עובדא, מיטן דעיטן קען מען אלעס זען! איך האב געקענט מיין צווייטער ווייב ישר והפך פארן חתונה האבן מיט איר און געוואוסט פונקטליך מיט וועם איך גיי ספענדען מיין לעבן מיט, נאר דורך דעיטס. מיט מיין ערשטע ווייב האב איך גארנישט געוואוסט פארדעם וואספארא מכשפה זי איז, און כ'האב ניטאמאל געהאט א וועג אויסצוגעפונען! די אינפארמאציע איז פארשטייט זיך געווען טאפ נאטש, די בעסטע מיידל אין בלא בלא סקול. ביים בעשוי האט מען געשמייכלט און גערעדט שטותים א שעה וזהו זה. דורך גיין אויף דעיטס מיט מיין צווייטע ווייב האב איך אלעס געוואוסט פונקטליך פארדעם. ממש אלעס פון א ביז ת.
Louise Perry טענה'ט דא אז די ריכטיגע וועג פון חתונה האבן (פאר די אינטערנעט איז געקומען) איז דורך א סעמי-אראנדזשירטע שידוך, און אז מ'דארף נישט האבן צופיל אין קאמאן כדי צו זיין סוקסעספולי חתונה געהאט...
אברמי פון בארא פארק האט געשריבן: ↑
איך בין אויך א וויקטים פונעם קורצן בעשוי. מיין מעשה איז טיפיקעל, א קורצע בעשוי פון א שעה, מאסיווער פרעשור פון מיינע עלטערן און עלטערע געשוויסטער נאכן גאר שטארק קווענקלען, מיט נאך אביסל לחץ פון מיין רבי שליט"א כ" ק אדמור מ..... שליט"א און... מזל טוב דער שידוך איז געשען.
אבער.. דער מעשה האט ב"ה א העפי ענדינג, נאכן ביטער אריינפאלן מיט א זעלטענע שלעכטע פרוי שאכהמ"ל בזה, האב איך זיך גע'גט נאך גאר א קורצע צייט. ביים צוויטן מאל בין איך שוין געווען א היבש פאר יאר עלטער און קלוגער, און איך האב עס געטן די "גוי'אישע" וועג, איך בין ארויס א קנאפע 15-20 מאל מיט מיין ווייב איבער א משך פון מער ווי זעקס חדשים, און איך האב גאר גאר גוט קענען געלערנט מיין ווייב פארן חתונה האבן מיט איר.
אין א פאר חדשים ארום וועל איך אי"ה סעלברעיטן מיין 12טע אניווערסערי. איך ווינטש פאר אלע חסידים זאלן זיין אזוי גליקליך און צופרידן חתונה געהאט ווי איך בין ב"ה.
דער מלבי"ם אין פרשת כי תצא איז שוין מסביר פארוואס די שכל איז מחייב אונזער סיסטעם און די סיבה פארוואס עס איז דא מער גיטין דורך אונזער סיסטעם, וז"ל:
והיה אם לא תמצא חן בעיניו כי מצא בה ערות דבר. כבר כתבתי שלשון 'מציאה' יורה שנתגלה הדבר לעיני האדם בבת אחת, לכן יש להתבונן אחר שכבר לקחה לאשה ובא עליה אין ספק שראה אותה מקודם ומצאה חן בעיניו וע"כ לקחה, ואם יכוון הכתוב לומר שאבדה החן היה כותב בלשון המורה ע"ז.
לכן מכאן תשובה להמתלוצצים מאבותינו שהיה דרכם בקחתם נשים לבניהם, חקרו רק על המשפחה ועל הנהגת אביה ואמה ועל מדות הנערה, ורק קודם הנשואין היה החתן רואה את פני הנערה, אבל נביטה צור מחצבתנו, אברהם אבינו ע"ה כשרצה לקחת אשה לבנו יחידו אשר אהבו העיקר היה אצלו רק משפחת הנערה וארצה, וחפץ שתהיה ממשפחתו ומבית אביו שידע צניעותם. ויותר מזה, שסמך בזה על עבדו זקן ביתו ולא שלח את בנו עמו. וכתיב שם ויביאה יצחק האהלה שרה אמו, ואח"כ ויקח את רבקה ותהי לו לאשה, ואח"כ ויאהבה.
וכן היה מנהג בנ"י בשבתם על אדמתם. ואהבתם היתה כנטיעת עץ אשר הוא מגרגיר קטן, וע"י מים יתדבק בארץ, ובכל יום יגדל ויתעבה יותר, כן היתה אהבתם, שבתחלה היתה רק זיק האהבה שתול על תלמי לבו, וע"י כשרון המעשה נתוסף בו כל יום אהבה. ונמצא שעיקר האהבה היתה נגלית רק אחר הנשואין.
וז"ש והיה אם לא תמצא וגו', שע"י שמצא בה ערות דבר, שהוא דבר גנאי ומאוס, או מומין שבסתר או איזה פריצות - לא תמצא חן הנחוץ לה שתמצאנה, וגם השכל יחייב שטוב היה מנהג אבותינו, שאחרי שקודם הנשואין לא ידע האיש בבירור מזג האשה, וכן האשה; לכן בהכרח היה אצלם ההסכם, שנכון גם אם יהיה ע"ד הממוצע.
אבל כפי מנהג החדש, יתלמדו הבנים מקודם איך לתפוס בלבבם זא"ז, שיראו זל"ז אהבה אשר אין על עפר יסודה, ורק במשלים ובמחזות על במת ישחק. ולכן כשיתוודע להם אח"כ שהטעו זא"ז, תתקרר אהבה מעט מעט, עד שיתכן שתהיה לאין ואפס. ואשר שאז היה הגרושין מצוי יותר, יש טעם אחר בזה, כי אז אחרי שראו שלא יחיו באהבה, עוד חשו יותר מזה לתכונת הבנים שיולדו, שלא יהיו בני שנואה, וד"ל.
וויאזוי האט די ״שידוכים סיסטעם״ דיר געראטעוועט? און פארוואס איז עס בעסער ווי די ליטפישע מהלך...??
ישר כח!!
אוודאי געוויס
די שידוכים סיסטעם האט מיר געראטעוועט, פשוט ווייל עס האט מיר געגעבן מיין ווייב אויף א גאלדענע טאץ,
און אויסגעקראסט די גאנצע לענגערע דעיטן אדער ווער רעדט נאך פון אנהייבן מיט מיידלעך
וואס אין יענע צייט בין איך בין בכלל נישט געווען עמאשענלי רייף דערצו.
למעשה, איז טאקע שווער צו וויסן אויב רוב ׳סיסטעם׳ מערידזשעס איז מצליח אדער נישט... לויט די מגיבים דא אין דעם אשכול זעט מען אז ס׳איז יש ויש, ס׳דא וואס זענען זייער צופרידען און ס׳דא וואס זענען זייער ״נישט״ צופרידן.
_ _
ס׳דא איינע פון די באקאנטע בעל ה׳קאנפידענט׳ קורסעס, וואס טרענירט זיין סעיל׳ס טיעם צו פרעגן דעם אינגערמאן וואס טענה׳ט אז ער האט שלום בית (דעריבער דארף ער נישט די קורס), אויב זיין ווייב האלט אויך אזוי...
און איך בין טאקע מסופק צו אלע וואס זאגן אז זיי זענען צופרידן צו ס׳איז טאקע אזוי, אדער זיי ווייסן פשוט נישט פון עפעס בעסער.
ס'האט מיר דערציילט א גוטע חבר מיינער וואס איז שוין נעבעך נמאס געווארן פון אידישקייט,
ער האט זיך געטראפן ביי א פארטי מיט נקיבות, און זיי האבן זיך זייער געפרייט צו אים, און געוואלט האגן, קישן וכו'
ער האט ממש נישט געקענט,
ער האט זיך געריסן מיט זיך ביז ער האט געפויעלט ביי זיך אז ער איז מער נישט קיין בחור פון ישיבה...
היינט איז ער זייער צופרידן מיט זיי אין בעט...
משא"כ בעשוי,
דו האסט דיינע עלטערן אינדרויסן, ס'נישט פאר צו לאנג, קיינער זעהט זיי נישט וכו'
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2024 10:46 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
קל לזכור האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 02, 2024 8:43 am
די מלבים אין פרשת כי תצא איז שוין מסביר פארוואס די שכל אחז מחייב אונזער סיסטעם און די סיבה פארוואס עס איז דא מער גיטין דורך אונזער סיסטעם, וז"ל: