בלאט 5 פון 10
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 7:33 pm
דורך [NAMELESS]
קוק נאך די תשובה, ער האט נישט באמת קיין ראיה צו זיין חומרא, עיי"ש.
לערן דורך די סוגיא פון מקור וועסטו זעהן אז "הושטה" בדבר ארוך איז מעיקרא דדינא אויך אן איבערגעטריבנע חומרא, והבו דלא לוסיף עלה.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 7:54 pm
דורך פרייוויליג
לויט די משמעות ההיתר אויפצוהייבן צוזאמען א זאך, איז לכאורה ווייל עס איז 'בשעת הדחק' און עס איז נישט דא קיין אנדערע ברירה. אזוי ווי דער היתר פון רמ"פ צו זיצן נעבן א פרוי אויפן פליגער. אלעס ווענד זיך אינעם מוח. די גאנצע הלכות הרחקה איז צו דערווייטערן דעם מוח פון א מענטש שלא יבא לידי הרהור. דערפאר ווען עס איז בשעת הדחק און מען איז פארנומען אויפצוהייבן א קערידזש א.א.וו. קען עס נישט הייסן חיבה.
איז די שאלה אויב ווען עמיצער טרעפט זיך אין א פאל "ווי ער האט נישט קיין ברירה" אדער אראפווארפן דעם קינד אויפן פלאר, אדער די תפילין, ווען מען געפינט זיך אין א פאל אז מען איז מורא'דיג אנגעוויזן אויפן ווייב, עס איז נישט דא קיין ברירה, צו דאס הייסט "בשעת הדחק", אדער מען טאר נישט בכל אופן?
אויב טאר מען נישט מוז עס האבן שכל'דיגער באדייט, ווייל דער תורה איז נישט געגעבן געווארן פאר בהמות. גאנץ דיני הרחקה איז פארשטענדליך, אלזא דאס דארף אויך א פשר.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 8:01 pm
דורך ציבעלע-קיגל
קאווע טרינקער האט געשריבן:איז דא א חיוב צו זאגן סליחות?
זאגען? ניין... בעטען? יא. דאס איז א חלק פון תשובה טוהן. אבער מען דארף באמת בעטען פאר א סליחה. אויב זאגט סתם... בעסער זאג נישט
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 8:49 pm
דורך [NAMELESS]
פרייוויליג האט געשריבן:לויט די משמעות ההיתר אויפצוהייבן צוזאמען א זאך, איז לכאורה ווייל עס איז 'בשעת הדחק' און עס איז נישט דא קיין אנדערע ברירה. אזוי ווי דער היתר פון רמ"פ צו זיצן נעבן א פרוי אויפן פליגער. אלעס ווענד זיך אינעם מוח. די גאנצע הלכות הרחקה איז צו דערווייטערן דעם מוח פון א מענטש שלא יבא לידי הרהור. דערפאר ווען עס איז בשעת הדחק און מען איז פארנומען אויפצוהייבן א קערידזש א.א.וו. קען עס נישט הייסן חיבה.
איז די שאלה אויב ווען עמיצער טרעפט זיך אין א פאל "ווי ער האט נישט קיין ברירה" אדער אראפווארפן דעם קינד אויפן פלאר, אדער די תפילין, ווען מען געפינט זיך אין א פאל אז מען איז מורא'דיג אנגעוויזן אויפן ווייב, עס איז נישט דא קיין ברירה, צו דאס הייסט "בשעת הדחק", אדער מען טאר נישט בכל אופן?
אויב טאר מען נישט מוז עס האבן שכל'דיגער באדייט, ווייל דער תורה איז נישט געגעבן געווארן פאר בהמות. גאנץ דיני הרחקה איז פארשטענדליך, אלזא דאס דארף אויך א פשר.
איר האט עס זייער שלעכט ארויס, קוקט אויס איר זענט נישט יעצט איבערגעגאנגן די סוגיא פון "הושטה" אנגעהויבן פון די ראשונים (בבקשת מחילה).
די נקודה איז אז הושטה, לויט די ראשונים וואס אסר'ן, און ווי מיר פסק'נן אין שו"ע, איז א גדר צו נגיעה, מתוך שיושיט יבוא לידי נגיעה ווי די סדר איז ווען מ'גיבט זיך איבער קליינע חפצים מיד ליד. דבר ארוך איז שוין א חומרא ע"ג חומרא פונעם מרדכי. שלעפן צוזאמען א טיש שלא בדרך הושטה מיד ליד איז נישטא קיין שום מקור להחמיר, ס'איז נישט אנדערש ווי אנכאפן מאן און ווייב די זעלבע טיש בלי טלטול.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:08 pm
דורך פרייוויליג
שכוח פאר דיין מיה אראפ צו שרייבן א ענטפער, אבער הקושיא עדיין במקומה עומדת.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 12:26 am
דורך [NAMELESS]
מיין נקודה איז אז ס'איז נישט א 'היתר' 'בשעת הדחק', ס'איז בכלל קיין איסור נישטא.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 12:53 am
דורך גנדי
הרחקות איז נישט וועגן הירהור.
שלא יבוא לידי איסור כרת.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 9:11 am
דורך פרייוויליג
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:מיין נקודה איז אז ס'איז נישט א 'היתר' 'בשעת הדחק', ס'איז בכלל קיין איסור נישטא.
פון וואו נעמעסטו דאס?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 9:13 am
דורך פרייוויליג
גנדי האט געשריבן:הרחקות איז נישט וועגן הירהור.
שלא יבוא לידי איסור כרת.
אודאי אז עס איז דא הרהור וועט מען צו קומען לידי עבירה, אבל הכל תלוי במחשבה. ווען א נזיר ווייסט אז ער וועט זיך קענען איינהאלטן וואלט ער געמעגט אריינגיין אין א וויינגארטן, אבער צוליב מי יאמר זכיתי ליבי טאר מען נישט אריינגיין. די איסור איז נישט דאס אריינגיין, עס איז די מורא אז דו קענסט עס טרויבן.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 11:36 am
דורך [NAMELESS]
פרייוויליג האט געשריבן:כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:מיין נקודה איז אז ס'איז נישט א 'היתר' 'בשעת הדחק', ס'איז בכלל קיין איסור נישטא.
פון וואו נעמעסטו דאס?
איך נעם עס נישט פון ערגעץ. פארקערט, איך זאג אז ס'איז נישטא פון וואנעט צו נעמען אזא איסור.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 12:26 am
דורך [NAMELESS]
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:איז דא א חיוב צו זאגן סליחות?
זאגען? ניין... בעטען? יא. דאס איז א חלק פון תשובה טוהן. אבער מען דארף באמת בעטען פאר א סליחה. אויב זאגט סתם... בעסער זאג נישט
אפשר גאר א חיוב נישט צו זאגן.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 11:22 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
עס איז יא א ענין סתם צו זאגן. נישט יעדער האלט ביי א מדריגה פון בעטן. אמאל איז דא א יוד וואס האט נאך נישט חרטה אויף זיינע עבירות און ס'בעט זיך נאך נישט באמת ווייל ער איז קאלט. פתחו לי פתח כחודו של מחט ואני אפתח לכם וכו', ממילא אז מ'קומט אין שול סתם זאגן, דאס איז די פתח כחודו של מחט. שפעטער העלפט דער אייבישטער און מ'קומט צו צו תשובה שלימה און מ'האט חרטה אויף די שלעכטע מעשים. דעמאלטס קען מען עכט בעטן.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 1:27 pm
דורך [NAMELESS]
וואס טייטשט שחר קמתי?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 1:43 pm
דורך שלום על ישראל
ריכטיג האט געשריבן:וואס טייטשט שחר קמתי?
מיינסט אוודאי צו פרעגן עפעס טיפערס, ווייל עברה טייטש איז "כ'האב מיך געפעדערט פארן מארגן" = איך בין אויפגעשטאנען פאר צופרי.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 1:47 pm
דורך [NAMELESS]
איך מיין טאקע עברי טייטש, איז וואזשע טוט מען ווען דאס איז שקר?
(כוונתי בזה לקעניג פון אמעריקע וואס טענה'ט אז מ'זאל סתם זאגן)
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 2:25 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
ריכטיג האט געשריבן:איך מיין טאקע עברי טייטש, איז וואזשע טוט מען ווען דאס איז שקר?
(כוונתי בזה לקעניג פון אמעריקע וואס טענה'ט אז מ'זאל סתם זאגן)
מיינסט אז די אייבישטער זיכט דיר צו כאפען מיט עפעס א ליגענטל? איז ער די גאווערמענט אדער איי אר עס? אז א יוד קומט אין סמעדרעש זאגען סליחות איז דאס חשוב ביים אייבישטער. אז ער האלט שוין ביים מדריגה פון בעטען מה טוב ומה נאים. אין אויב נישט איז עס נישט ווייניגער ווי א פסח של מחט.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 2:28 pm
דורך שלום על ישראל
ריכטיג האט געשריבן:איך מיין טאקע עברי טייטש, איז וואזשע טוט מען ווען דאס איז שקר?
(כוונתי בזה לקעניג פון אמעריקע וואס טענה'ט אז מ'זאל סתם זאגן)
על הכלל כולו יצא
Re: קורצע הלכהדיגע שאלות
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 5:47 pm
דורך יהושע חיים
איך האב אמאל געהערט א פשט אז עס שטייט נישט שחר קמתי היום נאר שחר קמתי פירש לפני כמה שנים ביום שחל ער"פ בשבת אז קמתי שחר ודו"ק
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
Re: קורצע הלכהדיגע שאלות
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 6:14 pm
דורך ירא שמים
שחר מיינט מען דעם עלות , כבין אויפגעשטאנען ביים עלות , אז מאיז אויפגעשטאנען נאכדעם זאל מען אינזינען האבן אז סמיינט מל׳ ומשחרי ימצאונני עי׳ משלי ח.יז. ובמפרשים שם , אולי קען עס אויך מיינען אינדערפרי איינער ווייסט אפשר א מראה מקום וואו אינדערפרי ווערט אזוי אנגערופן ?
האלצענע מזוזה האלטער
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 9:19 pm
דורך אביסעל שכל
איז דא א מקור דפקא צו נוצן א האלטער פאר די מזוזה וואס איז געמאכט פון האלץ? אויב יא וואס איז די מקור?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 9:37 pm
דורך קאווע טרינקער
אביסעל שכל האט געשריבן:איז דא א מקור דפקא צו נוצן א האלטער פאר די מזוזה וואס איז געמאכט פון האלץ? אויב יא וואס איז די מקור?
יא, ווייל כי אדם עץ השדה
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 9:45 pm
דורך [NAMELESS]
אדער ווייל בורא פרי העץ - האסט א לאך אין טייטץ.
איך מיין עס פאדערט נישט קיין באזונדערע אשכול פאר אזא שאלה.
Re: קורצע הלכהדיגע שאלות
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 1:11 am
דורך יהושע חיים
אז עס זאל זיין באדעקט ביי פלעצער וואס עס קען זיין כנגד ערוה (ווען מען טרעינט א קינד וכו') אבער דוקא פון האלץ לא שמעתי
Sent from my LG-P659 using Tapatalk