[phpBB Debug] PHP Warning: in file [ROOT]/includes/bbcode.php on line 130: preg_replace(): Compilation failed: subpattern name expected at offset 46
[phpBB Debug] PHP Warning: in file [ROOT]/includes/functions.php on line 4149: Cannot modify header information - headers already sent by (output started at [ROOT]/includes/functions.php:3027)
[phpBB Debug] PHP Warning: in file [ROOT]/includes/functions.php on line 4149: Cannot modify header information - headers already sent by (output started at [ROOT]/includes/functions.php:3027)
[phpBB Debug] PHP Warning: in file [ROOT]/includes/functions.php on line 4149: Cannot modify header information - headers already sent by (output started at [ROOT]/includes/functions.php:3027)
[phpBB Debug] PHP Warning: in file [ROOT]/includes/functions.php on line 4149: Cannot modify header information - headers already sent by (output started at [ROOT]/includes/functions.php:3027)
קאווע שטיבל • רבינו יואל טייטלבוים זצ"ל מ'סאטמאר - בלאט 5
בלאט 5 פון 10

Re: רבינו יואל טייטלבוים זצ"ל מ'סאטמאר

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 1:03 pm
דורך טאמבל סאס
ניבא ולא ידע מה ניבא

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

Re: רבינו יואל טייטלבוים זצ"ל מ'סאטמאר

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 3:33 pm
דורך ביליג
לפי שיטותם וועם דאס נישט העלפן ווייל ר' אהרן וועט ליגן אין דעם אוהל
(ער איז דאך די קליפה אליין...)

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 3:36 pm
דורך שמעון וואלף
כאפסט נישט, מ'רעדט דא אז ס'זאל זיין א מחיצה צווישן מר"א און יצחק

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 3:44 pm
דורך [NAMELESS]
לייגטס ארויף אן אוהל אויף יצחק'ן און פטור אן עסק

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 7:25 pm
דורך דולה ומשקה
טאמבל סאס האט געשריבן:ניבא ולא ידע מה ניבא

Sent from my SM-G903F using Tapatalk


וה"ה ובכללם ר' יוסל אשכנזי, ר' לייביש ו' סענדר, וי"א אף גם הרבנית חייקא

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 8:27 pm
דורך שמעון וואלף
דולה, די נעמסט עס זייער ערענסט, מ'קען מיינען אז מ'רעדט דא פון בעלעד

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 2:58 am
דורך מר. קלונימוס

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 9:58 pm
דורך מר. קלונימוס
ביי א חופה אין קראון הייטס שנת תש''ח זיין ערשטע חופה אין אמעריקע.
a985707cc99399e3de25d371fcbe4e36.jpg

נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 10:29 pm
דורך געוואלדיג
יעצט איז מפורסם געווארן א זיגל פון ימיו בעיר ארשיווא דווקא מיט לשון העמים

Re: רבינו יואל טייטלבוים זצ"ל מ'סאטמאר

נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 3:28 pm
דורך מפוזרי
איז עס א חידוש אז ער זאל האבן א זיגל בלשון העמים?

נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 3:33 pm
דורך ירח בן יומו
מפוזרי האט געשריבן:איז עס א חידוש אז ער זאל האבן א זיגל בלשון העמים?

בכלל נישט קיין חידוש, די גאנצע לשון העמים פראבלעם איז א סאטמערע משוגעת, דעמלאט איז ער נאך געוען רב ארשיווע.

Re: רבינו יואל טייטלבוים זצ"ל מ'סאטמאר

נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 4:03 pm
דורך מפוזרי
ער איז דאך געווען אפיציעלער רב, האט ער געמוזט האבן אזא זיגל אפילו אין סאַטמאַר.

נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 9:12 pm
דורך berlbalaguleh
מפוזרי האט געשריבן:איז עס א חידוש אז ער זאל האבן א זיגל בלשון העמים?

ס'דא א בילד מיט רביה"ק מסאטמאר'ס אונטערשריפט אויף גוי'איש אין פאספארט. האט שוין הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו דאס פארענטפערט אז זיין מאמע האט איהם אויסגעלערנט צו אונטערשרייבן דעם נאמען.אבער מער האט ער נישט געקענט. כדי להוציא מליבן, אז ער האט ח"ו געקענט שרייבן און ליינען לשון העמים...!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 1:04 pm
דורך געוואלדיג
אינעם ספר שיחתן של עבדי אבות פון ר' אלחנן היילפערין זצ"ל, ווערן געברענגט די צוויי פאלגענדע אינטרעסאנטע מעשיות

הרב מסאקמר זצ"ל ביקר את הרה"ק (ר' אברהם שלום) מסטראפקוב זצ"ל וביקש ממנו ברכה לבנים זכרים, הרב מסטראפקוב ז"ל אמר לו הלא כבודו בעצמו רבי ופועל ישועות, והשיבו הרב מסאקמר מקובלני מבית אבא שלכבודכם מסרו מן השמים המפתח לפקידת עקרות, הרב מסטראפקוב כדרכו בקודש דרש ממנו סכום רב בערך עשרת אלפים דולר, הרב מסאקמר אמר לו שאין לו סכום כזה, השיבו הרב מסטאפקוב הלא יש לכם חסידים עשירים, אמר לו הרב מסאקמר הכי החסידים יתנו בעבורי סכום כזה, השיבו הרב מסטראפקוב אם חסידים רוצים באמת שלהרבי שלהם ישאר בן ממלא מקומו כדאי להם לשלם, וכנראה שלא איסתייע מילתא והנסתרות לה' אלוקינו


בעת הרה"ק מהריט"ב מסאקמר היה כבר בנואיארק, באה הרבנית ע"ה לפני הרה"ק מהרמ"מ מסטראפקוב (בן הרה"ק ר' אברהם שלום) זצ"ל בבקשה לבנים, והיה רגיל לומר אל תדמוני לאבא ז"ל שהוא היה כוחו גם על בנים ואני אין כוחי רק על נקיבות, ואמר אז להרבנית מסאקמר ע"ה שתפעול אצל בעלה הרב מסאקמר ז"ל לעזוב ההנהגה האדמורי"ת לשנה ותוושע, אבל כנראה שלא איסתייע מילתא והנסתרות לה' אלוקינו

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 1:26 pm
דורך [NAMELESS]
ווער האט צוגעענדיקט דער הנסתרות לה' אלוקינו, ר' אלחנן אדער די שרייבער?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 1:40 pm
דורך געוואלדיג
הנסתרות לה' אלוקינו, איך ווייס נישט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 1:44 pm
דורך מודיעין
די צווייטע מעשה איז גאר אינטערעסאנט. איז ר' אלחנן דארט געווען בשעת מעשה? אדער עס געהערט פון א עד ראי'? און בכלל ברענגט ער א מקור צו די מעשה?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 1:48 pm
דורך געוואלדיג
כמעט אלע מעשיות זענען אן מקורות חוץ פון ר' אלחנן אליין.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 2:25 pm
דורך berlbalaguleh
בן אדם האט געשריבן:ווער האט צוגעענדיקט דער הנסתרות לה' אלוקינו, ר' אלחנן אדער די שרייבער?

בן אדם: וואס א נפקא מינה...? איך פארשטיי נישט... :| :o

נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2016 1:16 pm
דורך געוואלדיג
נאך פונעם קונטרס תמר יפרח

ומעולם מנע עצמו מלהוציא סירוב על שום איש, והיה מרגלא בפומיא דרבינו זי"ע שיפה כוחו של סירוב רק לאיים אבל לא להוציאו מן הכח אל הפועל כי אז סר כוחו מעליו לאשר הלה יודע שלא נשאר עוד מה לעשות לו


דאס דארף מען הענגען אין אלע בי"ד ובראשם התאחדות

נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:48 pm
דורך [NAMELESS]
געהערט פאריגע וואך צוויי שיינע עפיזאדן בנוגע דאס גאונות פונ'ם רבי'ן זי"ע, ומשום אל תמנע טוב וכו'.

א. רבי פנחס הירשפרינג ז"ל האט נאכ'ן קריג געוואלט זען צו ס'איז דא עפעס פארליבענער גאונים, האט ער ארומגעשיקט א שאלה צו אפאר גדולים, ובתוכם צום רבי'ן, און ווען די אלע תשובות זענען צוריקגעקומען האט ער געזאגט אז די סאטמאר רב קוקט עם אויס צו זיין ווי אן אמאליגער גאון.

ב. ווען די רבי איז געווען אין לאנדאן נאכ'ן קריג האט מען אים מכבד געווען אויפצוטרעטן מיט א דרשה. נאכ'ן דרשה האט הגאון רבי משה שניידערס געזאגט אז אזאנס פאסט זיך פאר א גדול פון זעקס הונדערט יאר צוריק.

נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2016 5:36 pm
דורך קאווע טרינקער
א. צו וועמען נאך האט ער געשיקט די שאלה? ר' יונה פילאפף אדער טשעבינע רב? ס'מאכט א גרויסע חילוק.

ב. איז יענע דרשה בדפוס?

נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2016 5:44 pm
דורך [NAMELESS]
דאס איז וואס כ'האב געהערט. דער וואס ווייסט מער דעטאלן איז מכובד... אזוי אויך קען מען דן זיין איבער די כח הבנה פון הרב הירשפרינג מיט הרב שניידער ז"ל.