בלאט 5 פון 26

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 5:05 pm
דורך נפתלי
מ'קען זיך נישט מאכן, דאס איז א נאטור מיט וואס מ'ווערט געבוירן

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 5:06 pm
דורך יידל
נפתלי האט געשריבן:מ'קען זיך נישט מאכן, דאס איז א נאטור מיט וואס מ'ווערט געבוירן

איר זענט היימיש?

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 5:06 pm
דורך ראשעקאל
אה, איך אז טאקע די האסט א היימישע נאטור.....

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 5:09 pm
דורך נפתלי
יידל האט געשריבן:
נפתלי האט געשריבן:מ'קען זיך נישט מאכן, דאס איז א נאטור מיט וואס מ'ווערט געבוירן

איר זענט היימיש?

דהיינו?

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 5:09 pm
דורך יידל
צו זענט איר געבוירן געווארן מיט א נאטור פון היימיש?

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 5:43 pm
דורך איך אויך
שלום עליכם פארן זקן החבורה ערעב נאפטאלע.

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2012 2:42 pm
דורך נפתלי
יידל האט געשריבן:צו זענט איר געבוירן געווארן מיט א נאטור פון היימיש?

דאס ברויסטו פרעגן מיינע ארומיגע

עליכם ועל בניכם "איך אויך"

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2012 2:53 pm
דורך שמעקעדיג
איך אויך האט געשריבן:שלום עליכם פארן זקן החבורה ערעב נאפטאלע.


אגרי.

מיט אזא לאנגע בארד קומט שוין מיט א "רבי" בעפארן נאמען.

איז ר' נפתלי, אינעם אשכול פון די לאנגע בערד דארפט איר אפילו נישט אריינגיין, ווייל איר האט דאס שוין, און אויף דער עלטער וועט איר דאך זיכער נישט זיין קיין "תוהה על הראשונות", איז פתח דבריך יאיר, אין אלע אנדערע אינטרעסאנטע אשכולות.

ויהא ביאתך להרמת קרן השטיבל ולומדיה.

נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 12:33 pm
דורך לעמיל
שלום עליכם אלע חשובע אידען וואס זענען געווארען חברים דא
זעצט אייך אראף מאכט א קאפי אין הייבט אן שרייבען

נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 1:09 pm
דורך שלמה המלך
עליכם שלום.... הגם קיינער האט זיך נישש וויסענדיג פון מיין אנקום אונעם קאווע שטיבל און אפילו איך בין דאך א מלך! האט קיינער פארט נישט געפילט פאר וויכטיג מיר אפציגעבן דעם פאסיגן ברוך הבא, אבער פון בלאזען, און זיין באטראפעצט וועל איך ערגעץ נישט אנקומען וועל איך ביך בלית ברירה זיך אליין באגריסן (הגם מלך שמחל על כבודו.....) איך ווען ענדערש ניצן מיין חכמת שלמה ווי געפיל און פרובירן זיין א מח שליט על הלב

עליכם שלום!!

נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 1:15 pm
דורך יאנקל
וויאזוי האט מען געזאלט וויסן פון דיין אנוועזנהייט אויב דו רופסט זיך נישט אן?
יעצט אז דו האסט זיך געלאזט הערן: שלום עליכם! מאכט אייך באקוועם און שפירט אייך היימיש.
איך נעם אן דיין ניק ווי א מליצה, אבער המלוך תמלוך עלינו ואם משול תמשול בנו, פליז, מיר זוכן נישט קיין "מנהלים קולטור", און אוודאי נישט קיין מאנארכיע...

נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 1:21 pm
דורך שלמה המלך
יאנקל האט געשריבן:וויאזוי האט מען געזאלט וויסן פון דיין אנוועזנהייט אויב דו רופסט זיך נישט אן?
יעצט אז דו האסט זיך געלאזט הערן: שלום עליכם! מאכט אייך באקוועם און שפירט אייך היימיש.
איך נעם אן דיין ניק ווי א מליצה, אבער המלוך תמלוך עלינו ואם משול תמשול בנו, פליז, מיר זוכן נישט קיין "מנהלים קולטור", און אוודאי נישט קיין מאנארכיע...

אך לא ולא..... אבער פארן וויץ האבן איך געהאפט אז עס וועט ארבעטן! וכן הוה

נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 1:28 pm
דורך לעמיל
די קימסט מיט די גאנצע סויטע? אשמדאי? וכו'?
וועלכם! פילט אייך היימיש

נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 1:44 pm
דורך שלמה המלך
לעמיל האט געשריבן:די קימסט מיט די גאנצע סויטע? אשמדאי? וכו'?
וועלכם! פילט אייך היימיש

אשמדאי נישט! אבער מיטן שמיר יא....
יש"כ לעמיל

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 1:26 pm
דורך לעמיל
וועלכאם ר' שעפסיל

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 1:49 pm
דורך נפתלי
לעמיל מיט שעפסיל כאפן א שמועס דארף מען זעהן אז די פאסטוך זאל האלטן א אויג אויף זיי

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 11:33 am
דורך טעפל
אידען וואס טוט זיך???

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 1:51 am
דורך געפילטע פיש
שלום עליכם פסיכיאלאג, מ'האמיר פונקט היינט גערעדט וועגן אייך, זענט איר זעלבסט געקרוינט?

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 1:53 am
דורך זר זהב
באלד קומט א פסיכיאטער און נאכדעם א פסייקעטעראפיסט

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 6:55 pm
דורך zamel
זר זהב האט געשריבן:באלד קומט א פסיכיאטער און נאכדעם א פסייקעטעראפיסט


מען קען זיי נוצען דא ווען די געמוטער ווערן צוהיצט וד"ל

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 5:04 pm
דורך ענן כבד
שלום עליכם טייערע ברודער, שוין א לענגערע צייט וואס איך דריי מיר ארום דא אין שטיבל אלס אן אומזעהבארע גאסט, און נישט געפלאנט צו ווערן א מעמבער ווייל קיין שרייבער בין איך נישט, סאוי וויי באדער, אבער למעשה זייט סאיז דא די לייק באטן, האב איך באקומען מערערע נסיונות פשוט צו קענען ארויסווייזן א דאנק פאר א שיין שטיקל ארבעט וואס איז אינטרעסאנט געווען צו ליינען אדער עפעס וואס האט סתם אזוי ארויסגעצויגן א שמייכל אויפן פנים, אנדעם וואס מזאל דארפן עפעס צו שרייבן, איז ב"ה מ'האלט שוין דא, מאיז אויפגעסיינט, און מ'קען זיך נעמען לייקן אויף רעכטס און לינקס.
גלייכצייטיג וויל איך דא באדאנקען פאר די חשובע מנהלים פונעם פארום, פארן צושטעלן אזא שיין צימערל ווי מ'קען זיך אויסלופטערן אויף א כשרן אופן, זאל די זכות ביישטיין פאר ענק אלע, ויה"ר ששבי"א.

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 5:08 pm
דורך זר זהב
וועלקאם ענן כבד, מ'דארף נישט זיין קיין שרייבער דא צו שרייבן. איך בין אויך נישט קיין שרייבער און דאך שרייבעך... איך שרייב וואס ס'ליגט מיר אויפ'ן צונג און אויפ'ן מוט יענע מינוט, און לאז די פאטעיטא טשיפס פאלן וואו זיי מעגן.

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 5:20 pm
דורך ענן כבד
א שיינעם דאנק, פארן אויפנאם און פאר די עדווייס.