בלאט 5 פון 213
תשובה לשואל
נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 6:26 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:ר' בערל, דו רעדסטו דאך טאקע גענוי ווי א באלעגאלע!
אגב, וואס איז די THL קעפל?
היות איך וויל נישט אז מיין תגובה /תשובה זאל זיין איינס פון די עשרה דברים שנבראו ערב שבת בין השמשות, וועל איך עס מאכן בקיצור נמרץ. די טי. עיטש. על. איז --ווי ס'זעט אויס ווען איך האב אנגעהויבן צו שרייבן אידיש אבער דער קיבאארד איז נאך געווען געסעט אויף "ענגליש. ".-- די ענגלישע קיס זענען די זעלבע ווי "איך". ס'נישט דא קיין שום סודות אין דעם. דאס דערמאנט מיך אן אנדערע מעשה. נאר ס'איז שפעט. א גוט שבת.
נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 6:35 pm
דורך זר זהב
א גוטן טישעבאב
נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 6:47 pm
דורך שמואל הלוי
וויאזוי שרייבט מען די דאטום קומענדיגן זוטאג, יום המר והנמהר תשעה באב, י' אב וכו'
תשעה באב אדער י' באב?
נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 7:30 pm
דורך משה געציל
תשעה באב נדחה
נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 2:30 pm
דורך berlbalaguleh
שמואל הלוי האט געשריבן:וויאזוי שרייבט מען די דאטום קומענדיגן זוטאג, יום המר והנמהר תשעה באב, י' אב וכו'
תשעה באב אדער י' באב?
יום המר והנמהר איז דא נאר איינס: ה. אייר. נאך די אלע יאהרן האסטו געמעגט אזויפיל וויסן. ביטע נעם עס מיט א שמייכל. ווייל איך שמייכל אויך ווען איך שרייב די ווערטער. א פרייליכן תשעה באב. (בב"א(.
נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 12:12 am
דורך זר זהב
איז נאך דא ערגעץ א אדישער ישוב ווי מ'פייערט ט"ו באב כבהלו נרו על ראשינו?
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 5:18 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:איז נאך דא ערגעץ א אדישער ישוב ווי מ'פייערט ט"ו באב כבהלו נרו על ראשינו?
viewtopic.php?f=24&t=912
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 5:29 pm
דורך שמואל הלוי
דארט פייערט מען ט"ו באב א גאנץ יאר
איך זוך א כרם
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 5:43 pm
דורך געפילטע פיש
אמר רבן שמעון בן גמליאל, לא היו ימים טובים לישראל כחמישה עשר באב וכיום הכיפורים, שבהם בני ירושלים יוצאין בכלי לבן שאולים, כדי שלא לבייש את מי שאין לו. וכל הכלים טעונין טבילה. ובנות ירושלים יוצאות וחונות בכרמים. וכך הן אומרות, שא נא בחור עיניך וראה, מה אתה בורר לך
איך וויל וויסען אין וועלכע כרמים דעס קומט פאר, איז דא א כרם אין די טריי סטעיט עריע ווי מ'קען צוקוקען די שיינע מנהג ישן ווי כ'וועל נישט אנטרעפען מיין נעקסט דאר נעיבער?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 9:25 pm
דורך זר זהב
איך בין נאר לעצטענס געוואר געווארן אז מ'קען לינקען צו יו טוב און מאכן אז דער קליפ זאל זיך אנהייבן ביי א געוויסע צייט אינעם קליפ
ווען איך וויל אבער ארויפלייגן אוין שטיבעל דא אזא קליפ (עמבעדן) וועט נישט ארבעטן. דער קליפ וועט בכלל נישט ארויפקומען אויפ'ן שטיבל. פארוואס?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 10:32 pm
דורך שמואל הלוי
זאג פונקטליך וואס דו טוסט, אפשר וועל איך וויסן די שורש פונעם פראבלעם.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 10:47 pm
דורך שמואל הלוי
איך האב עס אויספרובירט, און איך זעה טאקע אז ביי עמבעדען ארבעט עס נישט אז מ'שטעלט אן אז ס'זאל זיך אנהייבן פון אינמיטן.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 11:48 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:איך בין נאר לעצטענס געוואר געווארן אז מ'קען לינקען צו יו טוב און מאכן אז דער קליפ זאל זיך אנהייבן ביי א געוויסע צייט אינעם קליפ
ווען איך וויל אבער ארויפלייגן אוין שטיבעל דא אזא קליפ (עמבעדן) וועט נישט ארבעטן. דער קליפ וועט בכלל נישט ארויפקומען אויפ'ן שטיבל. פארוואס?
ווייל די Token וואס די HTML replacement table נוצט איז {SIMPLETEXT} וואס טראגט נישט אריבער די קוועסטשען מארק און איקוועלס צו די HTML קאוד אויף די פעידזש, פארשטאנען? יעצט חזר איבער.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 11:57 pm
דורך זר זהב
קין מעס פיקסן? אויב נישט אינטערעסירט מיר נישט די דעטאלן. אבער א דאנק פאר'ן ענטפערן.
אגב, איך האב נארוואס געגעסן געפילטע פיש (די קדם דזשאר באטלעך) און דו ביזט גוט!
נשלח: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 12:12 am
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:קין מעס פיקסן? אויב נישט אינטערעסירט מיר נישט די דעטאלן. אבער א דאנק פאר'ן ענטפערן.
אויב ניצט מען די {TEXT} טאקען אנשטאט {SIMPLETEXT} קען מען לכאורה, ס'געט א ווארנינג אז ס'איז א ריסק פאר קראסס סייט סקריפטינג אבער איך מיין אז יו-טוב איז נישט וואלנערעבעל צו XSS. אבער דאס איז אפ טו די מנהלים און זיי זאלן מאכן די ריסוירטש (אויב זיי ווילן) אויב ס'איז סעיף, איך בין נישט קיין סעקיוריטי עקספערט אויף אזוי ווייט.
זר זהב האט געשריבן:אגב, איך האב נארוואס געגעסן געפילטע פיש (די קדם דזשאר באטלעך) און דו ביזט גוט!
קדם דזשאר באטלעך??? איכס!
נשלח: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 12:15 am
דורך זר זהב
געפילטע פיש האט געשריבן:קדם דזשאר באטלעך??? איכס!
מ'דארף וועלן אריינגיין אין אן אנדערען וועלט.... איך שפיר זיך ווי א האלאקאוסט סורווייווער ווען איך עס עס. שוין.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 12:50 am
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:מ'דארף וועלן אריינגיין אין אן אנדערען וועלט...
הדא היא דכתיב, סאמטינג אוט אוו דיס ווירלד!
נשלח: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 1:11 am
דורך שמואל הלוי
ייש"כ געפילטע פארן בארייכערן און פארברייטערן אביסל מיינע ארעמע ידיעות.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 1:36 am
דורך געפילטע פיש
ידיעות אין וואס, אין קדם געפילטע פיש, אדער אין PHP BB קאוד?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 2:07 am
דורך אךשמח
אז מען רעדט שוין פון קדם געפילטע פיש אין אן אשכול פון 'זאכן וואס כ'וויל וויסן', קען מיר איינער פארשטיין געבן ווי מען קען אפילו פארקויפן אזעלכע געמיינע פיש?
די געקענטע קדם געפילטע פיש קען איך שוין זינט מיינע ערשטע יארן וואס כ'בין געגאנגען אין גראסערי, און עס האלט נאך אלס אן, אפילו ווען אנדערע מאכלים זענען שוין לאנג נישט בנמצא, קען מען נאך טרעפן אין אלע גראסעריס די פיש.
פאר וועם פארקויפט מען דאס?
זענען טאקע דא וואס עסן דאס ביי די סעודות שבת?
איך בין זיכער אז אונזער חבר 'געפילטע פיש' האט נישט געמיינט די קענס ווען ער האט זיך איינגעהאנדלט דעם ניק...
נשלח: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 2:20 am
דורך זר זהב
אךשמח האט געשריבן: פאר וועם פארקויפט מען דאס?
זענען טאקע דא וואס עסן דאס ביי די סעודות שבת?
פארוועם מ'פארקויפט עס? פאר מיר!...
איך מיין אז די אידן וואס גייען מיט די דאשיקלעך און אמעריקאנע אידן עסן עס אסאך.
ס'דא אויך פון 'מיעל מארט' און 'נועם'. לעצטענס האב איך געזען אימפארטירטע פון אר"י מיט'ן נאמען 'יהודא', זיי האבן אויך א "סוויט געפילטע פיש" וואס איך גלייך איינמאל אין 2 חדשים.
הממממ...
נשלח: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 2:24 am
דורך געפילטע פיש
איך מיין אז דאס קויפן נאר די וואס קויפן כשר'ס איין מאל א יאר, די מאנישעוויץ וויין און יהודא מצות, קויפן אויך די קענס געפילטע פיש ווייל דאס איז פארט פון די "טראדישאן" ...(בטעם עליון, נוסח טעביע מאניטעווקא)
----
זר זהב האקט, חכם עדיף מנביא, אבער ווי אזוי ווייסטו וואס איך גיי שרייבען?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 8:35 am
דורך נפתלי
אךשמח האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון קדם געפילטע פיש אין אן אשכול פון 'זאכן וואס כ'וויל וויסן', קען מיר איינער פארשטיין געבן ווי מען קען אפילו פארקויפן אזעלכע געמיינע פיש?
די געקענטע קדם געפילטע פיש קען איך שוין זינט מיינע ערשטע יארן וואס כ'בין געגאנגען אין גראסערי, און עס האלט נאך אלס אן, אפילו ווען אנדערע מאכלים זענען שוין לאנג נישט בנמצא, קען מען נאך טרעפן אין אלע גראסעריס די פיש.
פאר וועם פארקויפט מען דאס?
זענען טאקע דא וואס עסן דאס ביי די סעודות שבת?
איך בין זיכער אז אונזער חבר 'געפילטע פיש' האט נישט געמיינט די קענס ווען ער האט זיך איינגעהאנדלט דעם ניק...
איך האב אמאל געהערט פון איינעם אז די סיבה פארוואס קדם פארקויפט פיש איז ווייל זיי לייגן אריין דאס גאנצע וואסער פון ים אין די גרעיפ דזשוס בלייבן די פיש אן קיין וואסער צום לעבן ממילא פארקויפן זיי עס