בלאט 5 פון 7
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 12:51 pm
דורך מים חיים
אזא שיינע גראדע שורה פאר א באס?!?!?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 1:59 pm
דורך קלאר
כ'מיין אז דארט איז נישטו קיין באס סטאפ
די בילד איז פין די ערשטע טעג פין די געז מאנגעל
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 4:39 pm
דורך גאלד
איינער זאגט מיר אז ער איז נעכטן ארויסגעפארן 12 אזייגער ביינאכט צו עליזעבעט ניו דשערסי, ס'געווען דארט ליידיגע געז סטעישנס לרוב,
ס'לוינט ענדערש ווי שטיין אין ליין,
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 5:08 pm
דורך זר זהב
גאלד האט געשריבן:איינער זאגט מיר אז ער איז נעכטן ארויסגעפארן 12 אזייגער ביינאכט צו עליזעבעט ניו דשערסי, ס'געווען דארט ליידיגע געז סטעישנס לרוב,
ס'לוינט ענדערש ווי שטיין אין ליין,
גייסט מיר זאגן אז 3 פארטאגס איז דא ליינס אין ברוקלין וואו ס'דא גאז?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 5:24 pm
דורך גאלד
3 אזייגער איז שוין די גאז אויסגעלאפן אין ברוקלין
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 11:54 pm
דורך איחוד פעלד
עפעס שטינקט דא מיט דער גאז סיטואציע.
אין נוי יארק איז נישטא קיין גאז און אין נוי דזערסי האבען אלע פיל מיט גאז, וואס גייט דא פאר?
מן הסתם איז דא עפעס א רעגולאציע וואס מען טאר נישט ברענגען קיין נ"י סטעיט אדער נ"י סיטי פין נ"ד, און פארדעם איז דא נישט דא. גיי פארשטיי פארוואס די וואס מאכען די געזעצען קענען נישט נאכלאזען למען הגאז די געזעצען, זאל זיי כאפן די שלאק, אדער אפאר שלאקס און זיי זאלען פייגערען אויף שטעכידיגע דראטען און זיי זאלען ברענען אין די גיהנם של גאז.
למען הענין איז אזוי. יעצט ביינאכט בערך 1030 האב אני הקטן מחליט געוועהן צו גיין קויפען גאז, נאך קוקען אויף גאז באדי און הערען קול מבשר'ס גאז האטליין בין איך געגאנגען צו 13 און 65, קול מבשר האט מיר צוגעזאגט קורצע ליינס דארט. אנקומענדיג אהין איז געווען א ליין פין קארס פין 65 ביז 67 אדער 68 אדער 69, איך האב געציילט די קארס איז אויסגעקומען בערך צווישען זעכציג און זיבעציג קארס, עס האט מיר געכאפט דאס קדחת פין דעם קורצער ליין, און יאך האב מחליט געווען אז דאס איז נישט פאר מיינע נערווען, בערך פיר פאמפס און זעכציג קארס, בערך פינף מינוט א קאר (אדער מער) קומט אויס א שעה און א האלב צום ווייניגסטען אהן אריין רעכענען די קנאקערס וואס קענען אריין גיין אין דעם ליין פריער.
בין איך געפארען קיין לינדען נוי דזערסי, אריין אין מיין גיפסעל האב איך אריין געלייגט די נענסטע העס סטעישען אין לינדען, ער האט געזאגט א וועג פין 24 מינוט. וכך הוה, אנגעקומען נישט קיין ליינס גארנישט, עס איז געוועהן פיל די סטעישען, אבער די סטעישען האט בערך 13 פאמפס, און אריין און ארויס, צוריק צו מלכות ברוקלין.
פאר נייגעריקייט בין איך צוריק צו 63 און 14 זעהן וואס טוט זיך, זעה איך די לייטס זענען אויסגעלאשען, איך ווייס נישט ווען עס האט זיך אויסגעלאזט די גאז, אבער איך האב א פילינג אז נישט צופיל פארדעם.
ברוך השם פאר מיך חונן דעת זיין און גלייך פארען צו לינדען.
טייערע אידען ווארט נישט אין ליין קיין איין מינוט, פארט קיין לינדען ביינאכט איז נישטא קיין טרעפיק, קוקט אין גוגל מאפס פריער און זעהן ווי לאנג די וועג ברויך צו נעמען, עס לוינט נישט צו ווארטען ווען מען ווייסט נישט וויפיל גאז איז נאכדא, און די נאכוויי פין ווארטען בחינם איז נישט באטעמ'ט.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:11 am
דורך דעינעש
איחוד פעלד האט געשריבן:..צוריק צו מלכות ברוקלין.
..
וואסזאגסטו??..
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:29 am
דורך זר זהב
דעי נסיעה קאסט א 20$ טאלל
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:45 am
דורך איחוד פעלד
א חלק גייט אראפ ווייל די געז איז ביליגער.
קענסט מיטנעמען צוויי קינדער און די גאטהילס וועט נאר קאסטען א דולר.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 1:22 am
דורך דבילה
דעינעש האט געשריבן:איחוד פעלד האט געשריבן:..צוריק צו מלכות ברוקלין.
..
וואסזאגסטו??..
אז ס'דא א מלך מייקעל בלומבערג אידעך דא א מלוכה גייטעס ווייטער צו א מלכות...
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 1:32 am
דורך הדד בן בדד
שוין ווידער העסס, איך זעה איחוד שרייבט אויך ער איז געפארן צום העסס געז סטעישאן, וואס עפעס העסס, איך זעה אז די העסס סטעשאנס האבן דאס מערסטע פון אנדערע, קען מיר איינער אנטשיידען דעם רעטעניש?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 11:24 am
דורך זר זהב
איינער ווייסט צי סדא געז אין ניו דזשערסי נאכ'ן האלאנד טאננעל?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 11:27 am
דורך מ גפני
זר זהב האט געשריבן:איינער ווייסט צי סדא געז אין ניו דזשערסי נאכ'ן האלאנד טאננעל?
נאך אלץ צו גאסט דאהי?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 11:29 am
דורך זר זהב
לאנגע וואקאציע
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 11:54 am
דורך שמעקעדיג
ציריך, ציריך, און נאכאמאל ציריך.... שוין גענוג!
אונז קוקן מיר שוין אויס באלד ווי די בדחנים וואס זאגן יעדע נאכט איבער די זעלבע דזשאוקס און יעדער קיצלט זיך צו לאכן און ציפט זיך נישט איינצושלאפן.....
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 11:56 am
דורך זר זהב
יא, זיי ווילן נישט אויפהערן! שכח שמעקי.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:29 pm
דורך חכם מחוכם
געזעהן
דא אז ס'קען נאך נעמען וואכן ביז די געז קריזיס וועט דורך גיין, לאמיר גיין קויפן ביציקלעך און פערטיג
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:31 pm
דורך זר זהב
יעצט פארשטייסטו שוין פארוואס איך וואוט קיינמאל נישט אין קיין שום עלעקשאן! איז דא איין פאליטישאן וואס געט א SH1T אז אין גאנץ ברוקלין שטייט מען שעות פאר גאז ווען אין דזשערסי איז אלעס ווי נארמאל? הא??
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:41 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב לעצטע פרייטאג געהערט (אביסל) די דרשות פון קאומא און בלומבערג. עס האט אויסגעקוקט ווי זיי דרייען איבער מערכת שמים אלעס צו ברענגען אביסעלע גאז פאר די אויסגעדורשטע אויטאס.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:43 pm
דורך זר זהב
און אז זיי קענען נישט איז נאך א ריזען נישט צו וואוטען! איך קען אויך נישט... אפשר וואוטסטע פאר מיר?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:44 pm
דורך ווייס ווי שניי
חכם מחוכם האט געשריבן:געזעהן
דא אז ס'קען נאך נעמען וואכן ביז די געז קריזיס וועט דורך גיין, לאמיר גיין קויפן ביציקלעך און פערטיג
אדער קעינסטו מופן און אפסטעיט דארט איז דא גענוג געז ביליגע דירות
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:46 pm
דורך זר זהב
ווייס ווי שניי האט געשריבן:חכם מחוכם האט געשריבן:געזעהן
דא אז ס'קען נאך נעמען וואכן ביז די געז קריזיס וועט דורך גיין, לאמיר גיין קויפן ביציקלעך און פערטיג
אדער קעינסטו מופן און אפסטעיט דארט איז דא גענוג געז ביליגע דירות
נאר נישט לעקטער, נישט געפערלעך
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:53 pm
דורך שמואל הלוי
איחוד פעלד האט געשריבן:טייערע אידען ווארט נישט אין ליין קיין איין מינוט, פארט קיין לינדען ביינאכט איז נישטא קיין טרעפיק, קוקט אין גוגל מאפס פריער און זעהן ווי לאנג די וועג ברויך צו נעמען, עס לוינט נישט צו ווארטען ווען מען ווייסט נישט וויפיל גאז איז נאכדא, און די נאכוויי פין ווארטען בחינם איז נישט באטעמ'ט.
שיק נישט אהין דעם עולם ווייל דארט וועט ווערן לאנגע רייעס מיט קאווע שטיבל באנוצער (אויסער די סכנה פון גילוי).
איחוד פעלד האט געשריבן:נאך קוקען אויף גאז באדי און הערען קול מבשר'ס גאז האטליין בין איך געגאנגען צו 13 און 65, קול מבשר האט מיר צוגעזאגט קורצע ליינס דארט.
נו אוודאי אז קול מבשר האט אהינגעשיקט דעם עולם איז געווארן לאנגע ליינס.