בלאט 5 פון 7

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 6:50 pm
דורך חכם מחוכם
יעצט אין די נייעס אז אין קאווע שטיבל האט זיך איינגעשריבן איינער "זר זהב" און ס'פליהט אשכולות און תגובות לרחצה, אבער מערסטענס דערפון זענען פיין, לול

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:20 am
דורך קפנדריא
ישיבה שערי יושר ציט זיך פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:31 am
דורך טעפל
ברעקינג: אסאמא בין לאדען טויט! שמועות זאגען דורך איינעם וואס הייסט אבאמא!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:43 am
דורך קפנדריא
ג'ימי קארטער פארלירט פרעזידענטליכע וואלן צו ראנאלד רעיגען!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:44 am
דורך זר זהב
טעפל האט געשריבן:ברעקינג: אסאמא בין לאדען טויט! שמועות זאגען דורך איינעם וואס הייסט אבאמא!

נישט געוויסט אז איינע פון די סיעל טיעם 6 הייסט אבאמא

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 12:05 pm
דורך נס קאווע
איינע פון די נייעס אגענטורן האט יעצט געמאלדן בטעות (?) באראק אבאמא

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:29 pm
דורך שמואל הלוי
זר זהב האט געשריבן:הבחור החשוב חריף ובקי כמר אהרן טייטלבוים ני"ו בן הרה"ג רבי משה ט"ב שליט"א אב"ד סיגוט איז א חתן געווארן צו בת האדמו"ר מ'וויזניץ. חסידי סאטמאר געבן איבער אז פאר'ן רבי'ן שליט"א איז נישט געפאלן דעם שידוך.

בילד

אנדעקט אמעריקע!!!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 2:04 pm
דורך עוד מישהו
נאך א גאר לאנגע און שווערע רייזע איבערן ים, איז קריסטאפער קאלאמבוס ענדליך צוריק קיין אייראפע, מיט א דערקלערונג וואס האט איבערגעדרייט א וועלט. ער האט אנדעקט א נייע קאנטינענט.

אידן שפעקולירן, אז דאס וועט זיי ראטעווען פון די פילע שווערע און ביטערע גזירות, וואס קומען פאר אין שפאניע.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 3:34 am
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:מיר ווילן בעטן דעם עולם, אויב ווייסט איר פון עפעס אלטע נייעס, ביטע באריכט עס דא פאר'ן ציבור. א דאנק.

ביי קווין עליזאבעט פון ענגלאנד אויף די חתונה האט מען סערווירט שאמפיין אין גאלדענע בעכערס. אויך ביי , להבדיל, דעם אלטן נאנאשער רב'ס חתונה.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 3:41 am
דורך berlbalaguleh
היסטאריקער האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:אה ענדליך, מיין ווייב האט מיר פארציילט אז די יולדת האט געהאט א שווערן פרעגנענסי, יעדעס מאל זי איז דערעך א שול אדער א קלויסטער האט זי געהאט יסורים. שוין ב"ה איטס אווער.



פון ווי ווייסט דיין וויב, זי האט גערעדט צו שם אדער עבר?

ניין. זי האט געדארפט רעדן צו די מאמע פון די בעיביס, יעקב און עשיו,

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 9:18 am
דורך [NAMELESS]
קפנדריא האט געשריבן:ג'ימי קארטער פארלירט פרעזידענטליכע וואלן צו ראנאלד רעיגען!

ס׳איז גראדע נישט קיין שאק. איך האב דאס שוין נעכטען פארויסגעזאגט

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 9:30 am
דורך מיקוה נייעס
זייטס מתפלל פאר רבנו יואל בן חנה

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 3:04 am
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
לאדיך אפ האט געשריבן:א מיידעל, כ'מיין זי הייסט פעלדמאן, איז פארלוירן געווארן אין די מאונטענס. איינער ווייסט מער אינפא?

אפשר מיינסטו א פרוי פעלדמאן פארלוירן פון אידישן וועג? (דעבאורע פעלדמאן)?

נייון. דבורה איז נאך א וואוילע מיידעלע

און דאמאלס האט זיך נאכנישט געהייסן דבורה. און אויך נישט פעלדמאן. דעם נאמען האט זי ערשט שפעטער אויסגעטראכט.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 12:53 am
דורך sunbar
עס קומט פאר עפעס א עלילת 75 מסיבה. דער וואס ווייסט מער פרטים זאל ביטע אפדעיטן.. .

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:21 am
דורך אברעמעל
sunbar האט געשריבן:עס קומט פאר עפעס א עלילת 75 מסיבה. דער וואס ווייסט מער פרטים זאל ביטע אפדעיטן.. .

דערווייל ווייסט נאך קיינער נישט מער פרטים..

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 11:01 am
דורך זר זהב
א טעלעגראם יעצט אנגעקומען מיט די בשורה טובה אז דער סאקמאר רב הרב יואל ט"ב נ"י איז ארויס מאפילה לאורה, אנגעקומען יעצט אין די שווייץ.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 12, 2013 10:49 pm
דורך berlbalaguleh
sunbar האט געשריבן:עס קומט פאר עפעס א עלילת 75 מסיבה. דער וואס ווייסט מער פרטים זאל ביטע אפדעיטן.. .

ס'האלט שוין ליידער א סאך ווייטער. פארקאש באטשי האט נישט געטון אזא גוטן דזשאב. אז דער חי' און עקלדיגע בריאה נחום איז געווארן אנגעגאסן מיט בליעטש איז אויך שוין נישט קיין נייעס.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 12, 2013 10:57 pm
דורך berlbalaguleh
berlbalaguleh האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:מיר ווילן בעטן דעם עולם, אויב ווייסט איר פון עפעס אלטע נייעס, ביטע באריכט עס דא פאר'ן ציבור. א דאנק.

ביי קווין עליזאבעט פון ענגלאנד אויף די חתונה האט מען סערווירט שאמפיין אין גאלדענע בעכערס. אויך ביי , להבדיל, דעם אלטן נאנאשער רב'ס חתונה.

כ'האב מורא אז ביי דעם אלטן נאנאשער רב'ס חתונה איז ניטאמאל פלעסטיק קאפס געווען און שאמפיין האט מען אוודאי נישט געסערווט אין לאגער פערנוואלד נאך די מלחמה. אפילו קול-עיד צו פארבן דאס וואסער איז אויך נישט געווען.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 12, 2013 11:23 pm
דורך [NAMELESS]
זר זהב האט געשריבן:א טעלעגראם יעצט אנגעקומען מיט די בשורה טובה אז דער סאקמאר רב הרב יואל ט"ב נ"י איז ארויס מאפילה לאורה, אנגעקומען יעצט אין די שווייץ.

אוך הער אויך אז בשעת אריינפארן אין שווייץ האט ער געזינגען א ניגון אויף "בך בטחו". זאך קענער זאגן אז די ניגון וועט זיכער זיין א היט און מ'וועט עס זיכער זינגען ביי אלע כ"א כסלו מסיבות אין די ארמערי

נשלח: מוצ"ש יאנואר 12, 2013 11:31 pm
דורך משה געציל
ראשעקאל האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:א טעלעגראם יעצט אנגעקומען מיט די בשורה טובה אז דער סאקמאר רב הרב יואל ט"ב נ"י איז ארויס מאפילה לאורה, אנגעקומען יעצט אין די שווייץ.

אוך הער אויך אז בשעת אריינפארן אין שווייץ האט ער געזינגען א ניגון אויף "בך בטחו". זאך קענער זאגן אז די ניגון וועט זיכער זיין א היט און מ'וועט עס זיכער זינגען ביי אלע כ"א כסלו מסיבות אין די ארמערי

געהערטער ראשעקאל וועקט אייך אויף מען איז שוין אויף דערפריי! מסיבות וועלן שוין נישט פארקומען ווארשיינדליך אונטער מיליטערישע גראטעס!

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 3:08 pm
דורך געוואלד געשריגן
אויב ס'איז אלט...עס איז נישט נייעס

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 3:13 pm
דורך משה געציל
געוואלד געשריגן האט געשריבן:אויב ס'איז אלט...עס איז נישט נייעס

חברה שטעלטס ענק אויס אין צוויי שורות! נאך פינעף בלעטער האט מען יעצט אנדעקט אז דער גאנצער בנין איז פעלערהאפטיג!

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 3:15 pm
דורך קאווע טרינקער
דארף מען דאס מודיע זיין פאר פותח האשכול ז"ל