בלאט 5 פון 19

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:06 am
דורך קאווע טרינקער
דייטל, וואו קומט דא אריין שלחן ערוך?
סקולענע בית המדרש געהערט פאר א יחיד, ס'איז זיין דיינונג רום, ער האט אלע רעכטען צו מאכן וועלעכע תקנה ער וויל.
ער מוז נישט געבען פאר א כהן די ערשטע עליה.

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:24 am
דורך געפילטע פיש
וואס וועט זיין די הלכה מיט א בעל ברית וואס האט אינטערנעט? איז די הלכה פון נישט געבן קיין עליה דוחה די חיוב וואס ער האט עולה צו זיין? אדער אפשר וויבאלד אליהו זל"ט קומט אויפן ברית און איז מכפר אלע עבירות ווערט די עבירה פון אינטערנעט אויך מכופר? יש לדון, איך זוך א וואלענטיר זאל עס גיין פרעגן ביים דיין.

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:28 am
דורך משה געציל
שאלה גדולה שאלת, אבל מקודם יש לדון האם אליהו הנביא זל"ט בא בכלל לברית שנמצא שם מישהו בכלים לא טהורים, ואפשר דיש לדמותו להא דברית מילה דוחה צרעת, ודו"ק.

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:54 am
דורך נולד מאוחר
וואס איז עס אנדערש פון טובל ושרץ בידו.

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 2:00 am
דורך אביגדור
א נקודה.

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 6:06 am
דורך לעיקוואד
קאווע טרינקער האט געשריבן:דייטל, וואו קומט דא אריין שלחן ערוך?
סקולענע בית המדרש געהערט פאר א יחיד, ס'איז זיין דיינונג רום, ער האט אלע רעכטען צו מאכן וועלעכע תקנה ער וויל.
ער מוז נישט געבען פאר א כהן די ערשטע עליה.

ער מעג אפילו מאכן א תקנה אז ווער עס קומט אריין האט ער די רעכט אראפצוהאקען זיין קאפ אויב גייט ער א זעקס פארט קאפל, אבער אויב טוט ער אזוי איז ער א פשוטער רוצח. די זעלבע איז לגבי מבזה זיין מענטשען אדער מאכען אזעלכע תקנות.


למעשה, איז דערווייל נישטא וואס זיך צו זארגען ווייל אויף וויפיל איך ווייס זענען די אלע צעטלעך דאמירן בעלמא, אפילו דער וואס שרייבט זיי מיינט נישט ערנסט. אדרבה, פראבירט נאר גייט אריין אין באבוער סקולענער אדער וועלכער שול מיט א גרויסע סמארטפון ארויזסשטעקענדיג פון טאש און זעה אויב ס'פאלט אפילו איין פאר איינער נישט צו געבן או עליה אדער לאזן זיין בעל תפלה. איך מיין אז קיינער מיינט נישט ערנסט די צעטל איז סתם אזא נוסח להפחיד את הילדים.

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 6:54 am
דורך לעיקוואד
א פרישע גאונות. ווער עס איז מצליח מיטצוהאלטען מיט די גאנצער פשעטל מוז זיין ער האט שוין דורכגעלערנט לפחות אפאר הונדרעט בלאט פסקי תשובות און ווייסט אז אא"ז מביאלא זצ"ל האט געהאלטן כשיטת הט"ז ולחומרא מחמיר געווען אויף ביידע מאל.
בילד

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 8:20 am
דורך שמעקעדיג
לעיקוואד האט געשריבן:למעשה, איז דערווייל נישטא וואס זיך צו זארגען ווייל אויף וויפיל איך ווייס זענען די אלע צעטלעך דאמירן בעלמא, אפילו דער וואס שרייבט זיי מיינט נישט ערנסט. אדרבה, פראבירט נאר גייט אריין אין באבוער סקולענער אדער וועלכער שול מיט א גרויסע סמארטפון ארויזסשטעקענדיג פון טאש און זעה אויב ס'פאלט אפילו איין פאר איינער נישט צו געבן או עליה אדער לאזן זיין בעל תפלה. איך מיין אז קיינער מיינט נישט ערנסט די צעטל איז סתם אזא נוסח להפחיד את הילדים.

עובדא ידענא אז יונגערמאן איז געווען אין א ביהמ"ד מיט עפעס א סמארטפאון, איז געקומען א צווייטער צודרייטער, און עס פשוט ארויסגעכאפט פון זיינע הענט, און אנגעהויבן שרייען "וועלכע פילטער האט עס"?
רעד וועגן להפחיד הילדים.

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 9:20 am
דורך קאווע טרינקער
איך פארשטיי נישט אזוי קלאר די פסק פון פסקי תשובות.
אויב שאפט דער מענטש א "חציצה בין הדבקים", איז דאך דאס א פראבלעם אפילו ווען ס'דא מער ווי א מנין מצומצם, אויב שטייט ער צווישן דר'עולם, איז ס'איז נישטא מנין אויף יעדע זייט באזונדער.

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 10:17 am
דורך געפילטע פיש
די פיקחות וואס שפראצט ארויס פון די תשובות איז עפעס מוראדיג, איך הויב שוין אן ציטערן אז אפשר על כל הכלל כולו יצא חלילה. ווי קומט עס צו ערוואקסענע מענטשען זיך אזוי צו באנארישן?

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 4:56 am
דורך לעיקוואד

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 5:22 am
דורך טעפל
לעיקוואד האט געשריבן:http://www.betarelit.net/2013/06/blog-post_3663.html

לא תגנובו= איהר זאלט נישט גנבענען..

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 9:27 am
דורך דעת תורה
זאג די איינוואוינער זאלן געדענקען צוצושפארן זייער פאסט קעסטל נעקסט טיים. א פאסט קעסטל קען צומאל אנטהאלטן מער סענסיטיווע אינפארמאציע ווי אינטערנעט חשבונות.

קיינער האט נישט גענומען דעם חבר הוועד שנתפס על חם אין פאליציי אריין?

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 7:48 pm
דורך משה געציל
חלק מהציבור שאכן ביטלו את החיוב לחברות האינטרנט, והחלו להיות תלוים בקליטה שבקעה מהשכן

כא כא
וכבר ידוע שקליטת האינטרנט בערים החרדיות לא מבישת כל קפה נט ממוצע.

ממש אזוי?! מער וואו ערגעץ אנדערשט?

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 4:50 am
דורך לעיקוואד

צהלי ורני יושבת מאנסי

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 4:21 pm
דורך לייבעלע
בשורה המרנינה

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 4:47 pm
דורך דעת תורה
סאמטינג פישי...

אלע מוסדות האבן זיך זייערע תקנות, און האבן אליין ארויסגעשיקט פראגע בויגנס, און זיי קענען אליין אפליינען די תשובות.

אפשר וויל מען עס נוצן כאילו איך בין נישט דער שלעכטער, איך נעם דיר גערן אן, ס'האט נישט מיט מיר קום דיך דורך מיטן וועד.

די וועג צו בייפעסן דעם וועד איז דורך אריין שרייבן אין די אפליקעישאן אז מען גייט שיקן אין בית דוד אדער ערגעץ אנדערש, און איינמאל מען באקומט א אישור - ווייל מ'איז נאכגעקומען די דארטיגע תקנות - גייט מען דערנאך אריין שווערצן די קינדער אין בית חינוך הישן...

נשלח: זונטאג יולי 07, 2013 3:24 pm
דורך בדחן
דאס זעט אויס מער ווי א לצנות צעטיל, און אויב האט עס איינער געשריבען ערענסט, דאן לייגט עס אוועק און ביז א פאר חדשים וועט עס זיין א לצנות,

עס וועט קיינמאל נישט ארבייטען.

נשלח: זונטאג יולי 07, 2013 3:38 pm
דורך שמעקעדיג
איך פארשטיי נישט דעם גאנצן צעטל,
לויט ווי כ'האב געהערט ארבעט דארטן די קאמפעני "TAG" פארן מאנסיער עולם, אונטערן נשיאות פון ווינער דיין ר' מנחם פישער און נאך אפאר רבנים אתו עמו.
וואס איז דער נייער וועד? אן א נאמען פון א רב אדער א עסקן? און פארוואס פעלט עס אויס בנוסף צו טעג?
עפעס איז טאקע פאני דא,
לייבעלע אויב ווייסטו מער אינפארמאציע פון עפעס א אויטאריטעט וואס שטייט אונטער דעם, פליז לאז אונז וויסן, ס'איז אינטרעסאנט.

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 1:38 am
דורך געפילטע פיש
www.bhol.co.il/Article.aspx?id=56833
IMG-20130717-WA000.jpg

קאמענטארן זענען איבעריג.

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 1:46 am
דורך דעת תורה
שוין געזען היינט, געפילטע זאגט גוט קאמענטארן זענען איבריג. אונזער סאסייעטי שטייט ביים שוועל פון טירוף, ואין מי שיאמר למלאך המשחית הרף.

שוין העכסט צייט דער עולם זאל נעמען די זאך אין די האנט, בעפאר עס ווערט צו שפעט.

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 6:29 pm
דורך טישו באקס
דעת תורה האט געשריבן:אונזער סאסייעטי שטייט ביים שוועל פון טירוף, ואין מי שיאמר למלאך המשחית הרף.

שוין העכסט צייט דער עולם זאל נעמען די זאך אין די האנט, בעפאר עס ווערט צו שפעט.


בפרט אין ארץ ישראל, די חברה ווייסן נישט ווי זיך אפצושטעלן, מיט די לעצטיגע בארבארישקייט וואס קומט פאר אין מאה שערים געגנט מיטן אנהאקן די זייטן פון עטליכע חרדקי"ם (פרימע סאלדאטן). לויט די דירעקשאן וואס די עקסטרעמיזים פארט וועט נישט לאנג דויערן אז א סיקריק זאל ארויף גיין אויף א באס מיט פרימע סאלדאטן און זיך אויפרייסן שרייענדיג אללא הואקבאר

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 11:49 pm
דורך שמעקעדיג
טישו, האסט מיר אויפגעשאסן........ (אללאה אקבאר!)