בלאט 5 פון 18

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 12:29 pm
דורך דער (פינטעל) איד
געהערט אויף קול הלשון , גאר גוט געזאגט!!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 1:55 pm
דורך גיבור
אינמיטן זיין דרשה האט ער געזאגט אז כדי די שלום פלענער זאלן צושטאנד קומען טאר מען נישט בויען ביי יהודה ושומרון
די אראבישע חברי כנסת האבן עם הילכיג אפלאדירט .
עס האט שטארק נישט געשמעקט פאר ביבי און ליברמן און די רעכטע פארטייען
אבער חוץ פון דעם איז עס געווען שטארק פרא סיי לגבי אירן או סיי לגבי סתם די ידידות פון פריינקרייך צו מדינת ישראל
ער האט אויך גוט אריינגעפליקט די יושב ראש הכנסת יולי אדלשטיין וואס איז געוען באליידיגט אפאר וואכן צוריק ווען עס האט געהייסן אז ער וועט נישט אויפטרעטן אין כנסת
אבער נאכדעם האט ער צוריקגעצויגן .

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 10:20 pm
דורך בערל_פרוכטבייסער
יעצט גע'סיינ'ט דעם (ביטערן) הסכם-דיעל מיט איראן
דער אובמא וועט אזוי ביטער באצאלן

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 5:25 pm
דורך עוד מישהו
א זעלטן שווערע שניי שטורעם האט זיך אראפגעלאזט אין ארץ ישראל, דעקנדיג כמעט אלע בערג וואס געפונען זיך העכער 600 מעטער.
אין צפת און אין ירושלים האט די שניי דערגרייכט כמעט צוויי פוס, וואס האט געצליך פארלאזירט די צוויי שטעט און ריזיגע געגנטער זענען געווארן אויסגעשאלטערט פון די עלעקטעריציטעט, א טייל האבן אויך פארלוירן די ואסער.
די שטאטישע אינסטאנצן און די פאליציי האבן זיך קוים געקענט ספראווען מיט די זאווערוכע, די ארמעי איז אריינגערופן געווארן, זיי האבן מיט APC געפאנצערטע טרעקלעך וכדו', געקומען אפצורייניגן די גאסן, און קלאר מאכן די וועגן פאר עלעקטעריציטעט באאמטע, זיי זאלן קענען צוריק באהעפטן די עלעקטעריק.
די רב הראשי הרב לאו האט ארויסגעגעבן זיין פסק, אז די אלע רעטונגס ארבעטער אינאיינעם מיט די עלעקטעריק קאמפאני מעגן ארבעטן שבת, וויבאלד עס רעדט זיך פון סכנת נפשות, וואו אלטע מענטשן און קליינע קינדער זענען אנגעוויזן אויף לעקטער.
דריי מענטשן זענען אומגעקומען אלס רעזולטאט פון די שטורעם, און וועגן קיין צפת און ירושלים זענען שוין אפאר טעג מער ווייניגער אפגעשפארט.
איבער די אנדערע טיילן פון לאנד, איז די פארגאנגענע פאר טעג, אנגעגאנגען שווערע רעגן שטורעמס און קעלט, באגלייט מיט האגל און לייכטע שנייען, וואס האט גורם געווען צו מערערע פארפלייצונגען פון די טייכן אין לאנד.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 10:58 pm
דורך רויטע וואנצעס
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=6RuhXbspXjQ[/youtube]

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 10:24 pm
דורך petergrifin
א לינק צו בילדער װי מ׳זעהט מתנחלים נאכן װערן ארעסטירט דורך פאליסטינער מיט צובלוטיגטער פנים׳ער.

http://news.yahoo.com/photos/palestinia ... slideshow/

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:59 am
דורך גיבור
סטיבן הרפר פרעימער פון קנאדא טרעט יעצט אויף אין כנסת
ביבי האט פריער גערעדט זאגנדיג אז די כנסת איז די איינציגסטע דעמאקראטישע פארלעמענט אין מיטל מזרח
און ווען אחמד טיבי האט אנגעהויבן אריינשרייען האט ער געזאגט עטס זעסטס אין סיריע קענען זיי דאס נישט טון.
די עולם האט הילכיג אפלאדירט .

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 1:46 pm
דורך חזקיהו המלך
דער קאנאדישע פריים מיניסטאר וואס איז באקאנט אלץ אוהב ישראל, ווערט פארשריגען ביי זיין דרשה אין כנסת דורעך אראבישע דעפוטאטען,

דא קען מען זעהן דעם ווידיאו

לאנגע ווערסיע פין די ספיטש

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 5:24 pm
דורך חזקיהו המלך

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 5:44 pm
דורך חזקיהו המלך
אויף יואטוב ווי הארפער ווערט פארשריגען דורעך די אראבישע דעפוטאטען,


[youtube]https://www.youtube.com/watch?v=JoUPYfUJCVo[/youtube]

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 6:02 pm
דורך חזקיהו המלך
ס'איז גוט צי זעהן אז אין די צייט וואס אמעריקע האט א נארישע אומבאחנטע מאראליש ליידיגע זאק פרעזידענט, האט קאנאדא א נארמאלע מענטש אלץ פריים מיניסטאר,

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 6:05 pm
דורך איש עברי
ליידער רעדט ער פאר זיך און נישט אין נאמען פון זיין לאנד ער איז איזאלירט און פארפיינטעט ביי די ליבעראלע קאנאדער, עס טוט וויי צו זעהן ווי די קאנאדישע פרעס רייסט אים אראפ געפערליך

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 6:33 pm
דורך חזקיהו המלך
כ'האב נישט געזעהן יעצט מען זאל אים אזוי אראפרייסען, פארקערט יעצט וויפעל איך האב געזעהן האב עס מער ווייניגער באקומען גוטע פרעסע דעקונג

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 6:41 pm
דורך איש עברי
http://www.cbc.ca/news/politics/stephen ... -1.2502627
קוק אביסל די קאמענטס

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 6:55 pm
דורך חזקיהו המלך
cbc איז טאקע זייער ליבעראל, אבער ער האט שטארקע סופאורט אין קאנסערוואטיווע רינגען, אין די ליבעראלען האבען אים עניוועי פיינט, עכ"פ וואס כ'האב געמיינט צי זאגען אז אויף די אפיציעלע מידיא באקומט ער יעצט גאנץ גוטע דעקונג, חאטש נישט אינגאנצען,

די קאמענטס איז שוין עפעס אנדרעש, אבער אויף אנדערע נייעס וועבסייטס האב איך געזעהן מער פאזיטיווע קאמענטס

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 7:02 pm
דורך חזקיהו המלך
סטיווען הארפער צי מדינת ישראל: אין פייער און אין וואסער וועט קאנאדא שטיין מיט אייך !!

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=wcnvsCjfXSw[/youtube]

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 7:04 pm
דורך חזקיהו המלך
פארוואס ארבעט נישט די יואטוב אימבעד

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 7:09 pm
דורך טריפל אי
דער פריים מיניסטער פון קאנאדא האט מיטגענומען מיט זיך א דעלעגאציע פון 130 אידישע עסקנים און כלל טוער, צעווישן זיי עטליכע היימישע. דער באקאנסטע פון זיי איז דער באבובער עסקן ר' מנחם מאיר פייג וועלכע איז שוין געפארן פאר שבת און וועט אין יד ושם פרעזענטירן פאר'ן פריים מיניסטער מאלערייען וואס זענען געמאלעוועט געווארן דורך קאנאדעשע מעלערס וואס האבן איבערגעלעבט די קריג.
פון טאראנטא זענען א פאר היימישע עסקנים מיטגעפארן מיט'ן פריים מיניסטערס פליגער. לכתחילה האט דער פליגער געזאלט אפפארן מוצאי שבת זייגער זעקס, אבער נאכדעם וואס די היימישע אידן האבן געבעטן אז צוליב קדושצ השבת וועלן זיי נישט קענען אנקומען צו די עירפארט באצייטנס, האט מען אפגעשטיפט דאס ארויספארן אויף איין שעה שפעטער.
דער גבאי פונעם טאהש'ע רבי ר' משה ראטמאן האט אויך באקומען אן איינלאדענונג, אבער צוליב אידישע פאליטישע חשבונות (לייען: פחד פון סאטמאר) האט ער אפגעזאגט די גרויסע כבוד.

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 7:34 pm
דורך איש עברי
א שיינע אנטי בויאקאט ווידיאו
https://www.youtube.com/watch?v=B084EmNeNDk

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:40 pm
דורך חזקיהו המלך
נאך וועגען הארפער'ס וויזיט,

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=1Pyk11YM6Zk[/youtube]

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 7:50 am
דורך שעפטל
דער מערדער אשר דהן וואס האט געשטאכן בערך צוויי א האלב יאר געשטאכן דעם מקובל הרה"צ רבי אלעזר אבוחצירא זצ"ל, איז היינט פארמשפט געווארן צו א לעבענסלענגליכע טורמע.

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:24 am
דורך טשולענט
טריפל אי האט געשריבן:דער פריים מיניסטער פון קאנאדא האט מיטגענומען מיט זיך א דעלעגאציע פון 130 אידישע עסקנים און כלל טוער, צעווישן זיי עטליכע היימישע. דער באקאנסטע פון זיי איז דער באבובער עסקן ר' מנחם מאיר פייג וועלכע איז שוין געפארן פאר שבת און וועט אין יד ושם פרעזענטירן פאר'ן פריים מיניסטער מאלערייען וואס זענען געמאלעוועט געווארן דורך קאנאדעשע מעלערס וואס האבן איבערגעלעבט די קריג.
פון טאראנטא זענען א פאר היימישע עסקנים מיטגעפארן מיט'ן פריים מיניסטערס פליגער. לכתחילה האט דער פליגער געזאלט אפפארן מוצאי שבת זייגער זעקס, אבער נאכדעם וואס די היימישע אידן האבן געבעטן אז צוליב קדושצ השבת וועלן זיי נישט קענען אנקומען צו די עירפארט באצייטנס, האט מען אפגעשטיפט דאס ארויספארן אויף איין שעה שפעטער.
דער גבאי פונעם טאהש'ע רבי ר' משה ראטמאן האט אויך באקומען אן איינלאדענונג, אבער צוליב אידישע פאליטישע חשבונות (לייען: פחד פון סאטמאר) האט ער אפגעזאגט די גרויסע כבוד.


דער טאהש'ער גבאי משה ראטמאן איז יא מיטגעפארן מיטן דעלעגאציע, און איז געזעצן אינעם כנסת ווען הארפער האט אויפגעטרעטן.

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:30 am
דורך שושן פורים
IMG-20140121-WA0001.jpg
IMG-20140121-WA0001.jpg (90.89 KiB) געזען געווארן 2773 מאל