בלאט 5 פון 26
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 10:58 am
דורך שמעקעדיג
זר האט זיך אנגעטשעפעט אויף קאווע טרינקער. ער איז slow, ער איז משוגע, יעדע אשכול עפעס אנדערש.
וואס ביסטו אזוי בשמחה?..
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 11:01 am
דורך אביגדור
אינטרעסאנט.
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 11:06 am
דורך לעיקוואד
הארכת מדי בתרגומך, צ"ל:
לשוה"ק אני כותב כשאין לי עצבים. זה פשוט דרך קצרה. לכל מילה בעברית צריך שלשה באידיש (=16 מילים).
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 11:45 am
דורך קאווע טרינקער
אהובה שפתינו הקצרה. לאידיש צריך עצבים = 6
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 12:05 pm
דורך יידל
קאווע טרינקער האט געשריבן:אהובה שפתינו הקצרה. לאידיש צריך עצבים = 6
באליבט איז אונזער קורצע שפראך. צו אידיש דארף מען נערווען = 10
נו, א רעשיא פון 10:6 איז נישט געפערליך...

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 12:25 pm
דורך יידל
"קווענקעלניש = א מאנגל אין אינפארמאציע" (שרגא)
איך בין מחולק.
קווענקעלניש = צומאל א מאנגל און צומאל אן איבערפלוס פון אינפארמאציע. (יידל)
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 12:31 pm
דורך שמעקעדיג
יידל, ביידע קענען זיין גערעכט. (אזוי ווי די שרייבסט, "צומאל"). ממילא ביסטו נישט מחולק מיט שרגא, נאר ביסט מוסיף.
און וואס איז פשט פון דיין נייע אונטערשריפט?
"מ'רעדט צום לבנה, ס'זעט אויס פאנאטיש, צום הבדלה ווינקט א איד" - ליפא שמעלצער.
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 1:30 pm
דורך שמעקעדיג
מען האט שוין גערעדט דערפון אין אנדערע אשכולות, אבער עס דארף דא פאראייביגט ווערן די טיפע (אבער פשוט'ע) חתימה פון "אויס מענטש":
Don't judge someone just because they sin differently than you
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 1:31 pm
דורך [NAMELESS]
אז קאווע טרונקער הייסט פאלג איך, לכבוד ראש חודש א שפאגל נייע אונטערשריפט
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 1:53 pm
דורך גאלד
אשאד אז די חתימות טוישן אויך די אלטע הודעות,
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 1:53 pm
דורך שרגא
יידל האט געשריבן:"קווענקעלניש = א מאנגל אין אינפארמאציע" (שרגא)
איך בין מחולק.
קווענקעלניש = צומאל א מאנגל און צומאל אן איבערפלוס פון אינפארמאציע. (יידל)
אויב האט איינער א קווענקלעניש מיט אן איבערפלוס פון אינפארמאציע, איז פשט אז ער האט נישט גענוג אינפארמאציע וויאזוי צו פראסעסן זיין הויפן אינפארמאציע. (למשל אויב מען האט קעגנגעזעצטע אינפארמאציע, איז פשט אז מען האט נישט גענוג אינפארמאציע צו וויסן וואס יא און וואס נישט.)
למעשה, אויב איינער זאל האבן יעדע איינציגע שטיקל אינפארמאציע וואס נאר פאראן, איז שייך ער זאל זיין מסופק אין עפעס?
און יידל, פליז מאך מיך נישט דארפן אראפנעמען מיין חתימה...
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 3:51 pm
דורך קאווע טרינקער
שמעקעדיג האט געשריבן:זר האט זיך אנגעטשעפעט אויף קאווע טרינקער. ער איז slow, ער איז משוגע, יעדע אשכול עפעס אנדערש.
וואס ביסטו אזוי בשמחה?..
צ"ל: קאווע-טרינקער האט זיך אפגעטשעפעט פון זר...
JUST KIDDING נצבה זר לימיני בכתם אופיר.
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 2:43 am
דורך יואב
געזעהן שרגא'ס אונטערשריפט, האב איך מיר אהער געיאגט צו רעאגירן, למעשה זעה איך אז יידל האט שוין קאמענטירט.
איך בין שארף מחולק, איך וואלט געזאגט אז "מסקנות" איז א מאנגל אין אינפארמאציע, זינט ס'אוממעגליך צוריקצודרייען היסטאריע,און אינפארמאציע איז כמים שאין להם סוף.
קווענקלענישן עפענט דיך דיין אויגן אין צענטער פון א ענדלאזע קוואל אינפארמאציע, און גיבט דיר אלץ דער געלעגנהייט צו נייגן איין וועג אדער דער אנדערן נאכפאלגענדיג נאך און נאך אינפארמאציע וואס ווערט געזאמעלט, צומאל לכאן און צומאל לכאן. משא"כ מסקנות, ווי לאנג די לעבסט ביזטו נאך אלץ אונטערשטעליג מיט אינפארמאציע.
לדעתי א טיפה סרוחה וועלעכער כאפט א טבילה אויף דעם עולם השפל פאר עטליכע דעקעיטס, ער האט נישט קיין אהנונג וואס עס איז געוועזן פאר אים, און ווייסט נישט וואס ס'וועט זיין דענאך, און קוים וואס ער קען זיין גענוג קלאר מיטן הווה, קען נאר ווייניג אינפארמאציע אים פירן צו פאסן מסקנות.
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 2:59 am
דורך יאיר
יידל האט געשריבן:"קווענקעלניש = א מאנגל אין אינפארמאציע" (שרגא)
איך בין מחולק.
קווענקעלניש = צומאל א מאנגל און צומאל אן איבערפלוס פון אינפארמאציע. (יידל)
אז דו פארריכסט שוין וואלטסטו געמעגט שרייבן "קווענקלעניש".
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 3:53 am
דורך יואב
כ'וויל בעטן די גבאים זאלן אויסשטעלן די סיסטעם פון אונטערשריפטן, יעדער תגובה זאל שטענדיג בלייבן מיט די אונטערשריפט עס איז בשעתו געפאוסט געווארן.
איך קען למשל ליינען א תגובה פון זר נאך פון די מלחמה יארן דא, דהיינו, ווען שפיזן זענען געווען געצילט דיקא אויף זיין דעמאלטדיגן פערסאנאלעטי,
און יעצט ליינען יענע תגובות מיט זיין יעצטיגן געטוישטן פערסאנאלעטי מיט אנטזאגטע אחריות.
איך בין זיך מעיין אין א שטיקל סייענס פון יידל מיט א שארפן ווארט פון ריטשארד פיינמאן, דארף איך יעצט אריינוואנדערן אין ליפא'ס א פשוטען יוד אלבוים,
וואס איך טוה דיקא ווען איך בין נישט אין דער גוסטע פון סייענס.
צו ליינען תורה'דיגע באמבעס פון יאיר, מיט זיין ווינדערבארן פיליזאפיע, מיט די בענקנדיגע ליבי אומר לי חתימה וועלעכע האט געדינט ווי נר לרגלו, דארף איך זיך נאכאמאל דערמאנען פונעם טאטע פון די עוועלאציע טעאריע,
שמעקוועדיג אן אזרח דא, אראפגעלאזט תגובות אומעטום, איך אלס גר דא פראביר אויפצוכאפן זיינע אלטע תגובות דא, דארף מיר דער פייער אפפער נאכלויפן ווי אימער.
און ווער רעדט נאך פון קאווע טרינקער, ער האט גאאטס צו טרייבן שפאס פון קופערניקס אויף אונטערשריפטן, בעת ער האט שוין געטוישט זיין אונטערשריפט, מער מאל וויפיל תגובות ער האט געשריבן.
כהנה וכהנה פילע אלטע תגובות וואס איך קום אן שפעט, און עס וואלט געווען ראטזאם צו זעהן די חתימה פונעם שרייבער באשר הוא שם.
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 10:38 am
דורך קאווע טרינקער
יידל האט געשריבן:"קווענקעלניש = א מאנגל אין אינפארמאציע" (שרגא)
איך בין מחולק.
קווענקעלניש = צומאל א מאנגל און צומאל אן איבערפלוס פון אינפארמאציע. (יידל)
צו בעסער פארשטיין וואס "קווענקעלניש" מיינט, זעה דא, אפשר וועט אייך דאס העלפן.
פסח קווענקעלנישןפורים קווענקעלנישן
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 11:14 am
דורך טאמבל סאס
קאווע, דיין חתימה איז אין קאנטראסט מיט משה יהושע פליישמאנ'ס (שלמה'לע) באקאנטע פראזע: "מיין ווארט איז מער ווי מיין אונטערשריפט...וכו'"
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:50 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
אין ליכט פון די הונדערטע טויזענעטע ניקים וואס האלטן מיך און איין אישי'ן: "כ'וואלט דיר געוואלט לייקן אבער איך קען אבער נישט ווייל דיינע ווערטער איז נישט אויסגעהאלטן מיט די שיטה הקדושה" אדער "ווייל עס איז צו לינק געשריבן", אדער פאר די וואס דערוואגן זיך יא צו לייקן און נאכדעים פארענטפערן זיי זיך ברבים "אז איך לייק נאר די שפת הפלפלין און נישט די תוכן ח"ו" פאר די אלע האב איך געמאכט א דיסקלעימער אין מיין אונטערשריפט, אלזא מהיום והלאה קענט איר מיר באהאגלן מיט לייקס אן קיין שום חשש כלל וכלל.
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 7:00 pm
דורך שמעקעדיג
מאטי 107 חתמ'עט ווי פאלגענד:
אזויווי דער עולם האלט מיר אין איין אישי'ען דא..... (קרעדיט: עטליכע ניקי קאווע שטיבל..)

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 4:25 pm
דורך [NAMELESS]
שוין ווייטער
נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 9:30 pm
דורך [NAMELESS]
היות קיינער פרעגט מיר נישט איבער מיין נייע חתימה, וועל איך טאקע קיינעם נישט ענטפערן, לקיים מה שנאמר עם עיקש תתעקש (קרעדיט, בדחן)
נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 9:42 pm
דורך זר זהב
סטוט זיך א מחלוקה צי ער איז געווען אן אטעאיסט צי נישט. געשטארבן איז ער נאך א מענטעל ברעיקדאון נו זיי מאריך..
נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 9:50 pm
דורך [NAMELESS]
ער זאגט חידושים נפלאים, אפגעזעהן זיין אייגענע פערזענליכקייט השרוי במחלוקת, זענען זיינע שמועסן אוצרות מיט חכמה