בלאט 5 פון 8
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:43 pm
דורך ונבנתה העיר
נו, זיי ווייסן דאך נישט אז פארדעם האט דער אייבערשטער באשאפן סמארטפאונס...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 2:03 pm
דורך ונבנתה העיר
ביים יאהרליכן חנוכה פארטי האט מען - כמיטב המסורת - פארגעשטעלט אן אינטערעסאנטע חשבון.
1. שרייבט אראפ סיי וועלכע 7 נומערן - אייער טעלעפאון נומער למשל.
2. נעמט די ערשטע דריי און מאכט עס טיימס 80.
3. מאכט פלאס 1.
4. מאכט טיימס 250.
5. יעצט מאכט פלאס די לעצטע 4 נומערן וואס איהר האט געהאט אויסגעקליבן.
6. טוהט נאכאמאל סטעפ 5.
7. מאכט מיינוס 250.
8. יעצט צוטיילט עס אין 2.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 2:42 pm
דורך געפילטע פיש
פשוט, קודם כל קענסטו עלימינירן סטעפ 3, 4, און 7, ווייל זיי עלימינירן זיך איינער דעם צווייטן, 1 טיימס 250 איז די זעלבע ווי פלוס 250, און דאס ווערט אוועקגענומען אין סטעפ 7. דערנאך 80*250 איז 20,000, וואס אויב דיין נומבער איז 1234567 דענמאלס מאכט עם פון 123 צו 246000 וואס איז דאפעלט פון 1230000, וואס דאס ווערט צוטיילט אין האלב אין סטעפ 8, ממילא אנשטאט מאכן טיימס 80, דערנאך טיימס 250, און דערנאך צוטיילן אויף צוויי, איז פשוטער צו זאגן מאך 123 טיימס 10,000, יעצט מאך פלוס 4567, נאר איין מאל, ווייל מיר האבן עלימינירט די ציטיילן אין צוויי אינעם לעצטען שטאפל, באקומסטו צוריק דיין 1234567.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 9:13 pm
דורך chusid
אין א אפיס פון 23 מענטשן, וואס זענען די טשאנסן אז צוויי צווישן זיי האבן דעם זעלבן געבורטסטאג אויפן ענגלישן קאלאנדער ?
בירטדעי פראבלעם
נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 3:54 pm
דורך chusid
עס איז דא א מין קונצן טאנץ וואס מען טוט בא היימישע חתונות אז מען מאכט א רינג פון מענטשן און אויף דעם שטעלן זיך ארויף נאך א רינג פון מענטשן וואס האלטן איין פוס אויף איינעם און איין פיס אויפן אנדערן, כ'האב קיינמאל נישט פראבירט צו זיין אונטן ווייל איך האב געקלערט אז איך קען נישט האלטן אזויפיל, אבער מיין חבר זאגט מיר אז עס איז גרינג און עס איז בכלל נישט ווי דו האלטסט א מענטש. וויל איך פארשטיין די סייענס דערפון, וויפיל פונט האלט איך למעשה? האלט איך נישט האלב פון דע מענטש און האלב פון דע?
אויב איר כאפט נישט פון וועלעכע טאנץ איך רעד דאן קוקט דא:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=TLn4eFNZznU[/youtube]
נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 8:24 pm
דורך שמעון וואלף
קודם כל, אויף די אקסל איז אייביג גרינגער צו האלטן זאכן. נאכדערצו ווען עפעס ווערט געהאלטן דורך מער ווי איינעם, איז עס גאר לייכט. די גמרא אין סוטה דף ל"ד זאגט אז טאמער האלט מען עפעס צוזאמען מיט נאך איינעם, קען מען האלטן דריי מאל מער ווי ווען מ'האלט עס אליין.
נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 8:34 pm
דורך [NAMELESS]
וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין. ווען די צוויי מענטשן וואס דו האלסט לייגן ארויף זייער גאנצע וואג אויף דיר און דיין שכן מיט די ריכטיגע באלאנס (דו שפירסט נישט ווי זיי זענען "עפעס נישט אויפן ריכטיגן פלאץ") וואס געשעט דעמאלס ס"ה איז אז דו האסט ווי צוגענומען וואג. למשל דו וועגסט יעצט 175 פונט, טראכט אז חלילה איין טאג נעמסטו צו ביז דאפלט, 350 פונט נישט מער געדאכט. גייסטו אונטערברעכן? זענען דען נישט דא גענוג גראבע 350 פונטיגע מענטשן וואס גייען אויף די אייגענע פוס?
ס'ליגט סאך מער אין דעם אבער דאס איז ווי אויפן שפיץ גאפל
נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 8:40 pm
דורך [NAMELESS]
שמעון וואלף האט געשריבן:די גמרא אין סוטה דף ל"ד זאגט אז טאמער האלט מען עפעס צוזאמען מיט נאך איינעם, קען מען האלטן דריי מאל מער ווי ווען מ'האלט עס אליין.
נישט פונקטליך דאס זאגט ד גמרא. די גמרא דארט זאגט ס"ה אז א מענטש קען "האלטן" אויף זיך א משא דריי מאל אזוי שווער ווי ער קען "אויפהייבן". דהיינו אויב מיטן אויפהייבן האט ער הילף דאן קען ער שוין שפעטער שלעפן דאס פעקל אפילו ער וואלט עס ווען נישט געקענט אליינס אויפהייבן.
נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 8:59 pm
דורך chusid
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין. ווען די צוויי מענטשן וואס דו האלסט לייגן ארויף זייער גאנצע וואג אויף דיר און דיין שכן מיט די ריכטיגע באלאנס (דו שפירסט נישט ווי זיי זענען "עפעס נישט אויפן ריכטיגן פלאץ") וואס געשעט דעמאלס ס"ה איז אז דו האסט ווי צוגענומען וואג. למשל דו וועגסט יעצט 175 פונט, טראכט אז חלילה איין טאג נעמסטו צו ביז דאפלט, 350 פונט נישט מער געדאכט. גייסטו אונטערברעכן? זענען דען נישט דא גענוג גראבע 350 פונטיגע מענטשן וואס גייען אויף די אייגענע פוס?
ס'ליגט סאך מער אין דעם אבער דאס איז ווי אויפן שפיץ גאפל
און ווען איך אליין האלט איינעם אויף די אקסלען ?
נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 9:10 pm
דורך [NAMELESS]
ס'איז די זעלבע זאך האלטן צוויי האלבע מענטשן ווי איין גאנצע מענטש. אויב ריכטיג באלאנסירט.
נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 9:24 pm
דורך chusid
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:ס'איז די זעלבע זאך האלטן צוויי האלבע מענטשן ווי איין גאנצע מענטש. אויב ריכטיג באלאנסירט.
ווען דו האלטסט איינעם אויף די אקסלען שפירסטו פשוט ווי א דיקליכער מענטש? א גראבע מענטש קען זיצן און שטיין מיטן גראבקייט א גאנצע טאג, דו קענסט אויכט?
נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 9:51 pm
דורך [NAMELESS]
האסט שוין אמאל געזען א דיקע מענטש ווי ער שווויצט אוועק נאכן שפאצירן צוויי גאסן?
נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 10:45 pm
דורך chusid
ווען ס'פעלט אויס קען ער שטיין פאר לאנג, און עניוועי זיצעדיג קענסטו האלטן פיר שעה איינעם אויף די אקסלען?
נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 10:47 pm
דורך שמעון וואלף
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:די גמרא אין סוטה דף ל"ד זאגט אז טאמער האלט מען עפעס צוזאמען מיט נאך איינעם, קען מען האלטן דריי מאל מער ווי ווען מ'האלט עס אליין.
נישט פונקטליך דאס זאגט ד גמרא. די גמרא דארט זאגט ס"ה אז א מענטש קען "האלטן" אויף זיך א משא דריי מאל אזוי שווער ווי ער קען "אויפהייבן". דהיינו אויב מיטן אויפהייבן האט ער הילף דאן קען ער שוין שפעטער שלעפן דאס פעקל אפילו ער וואלט עס ווען נישט געקענט אליינס אויפהייבן.
די גמרא זאגט אז ווען די אידן זענען אריבער די ירדן האט איין מענטש געהאלטן פערציג סאה און ביי די מרגלים, ווי מ'האט געהאלטן צוזאמען מיט אנדערע, האט יעדער געהאלטן 120 סאה.
תוספות בשם די ירושלמי רעדט וועגן דעם וואס די שרייבסט, אבער דאס איז נישט וואס שטייט דא אין גמרא.
נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 11:03 pm
דורך [NAMELESS]
היינו האי, התוס' מפרש הגמ'. בירדן כל אחד הקים בעצמו בלי סיוע, משא"כ אצל המרגלים. (לשון הבבלי אי אפשר לפרש אחרת, ועיין רש"י)
נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 10:11 am
דורך מאטי
מיין השערה זאגט אז ס'איז נישט די זעלבע זאך דאס האלטן נאך 200 פונט אויפן אקסל נישט פראפארציאנאל, ווי צונעמן אליינס 200 פונט פראפארציאנאל אין גאנצן גוף.
נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 11:56 am
דורך שמערל
עס איז נישט ממש די זעלבע, ווייל די סענטער אף גרעוויטי וועט זיין היבש העכער ווי נארמאל במילא איז שווערער זיך צו באלאנסירן, משא"כ א גראבער מענטש האלט די וואג שיין ארומגעפאקט.
דאך וועט האלטן א מענטש אויף די אקסל זיין פיל גרינגער ווי סתם שלעפן א שווער פעקל וואס דעמאלטס ווערט די סענטער אף גרעוויטי אינגאנצן פאריקט.
מאטי ביטע פארעכטן מיינע ספעלינג טעותים.
נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 11:06 am
דורך געפילטע פיש
ווי אויך ביים האלטן אויפן אקסל לייגט די אויבערשטער מענשענ'ס פרעשור אויפן גאנצן גוף, די אקסלען און האלץ ביינער, די שדרה און רוקן ביינער, משא"כ א מענטש וואס נעמט צו אסאך וואג ליגט נישט די גאנצע וואג אויפן רוקן, נאר רוב דערפון לייגט נאר פרעשור אויף די פוס מוסקלען, וואס זענען די גרעסטע און פון די שטערקסטע מוקסלען וואס א מענטש פארמאגט.
נשלח: מוצ"ש פעברואר 21, 2015 9:10 pm
דורך chusid
1- איינער האט געדינגען ארבייטער צו ארבעטן פאר אים 10 שעה און ער וועט צאלן $300 מיט א שיינעם זייגער, למעשה האט ער זיי פארשיקט נאך 6 שעה און באצאלט $140 מיט א זייגער. וויפיל איז די זייגער ווערד?
2- אברהם איז אלט 4 יאר ווען זיין ברידער משה איז אלט 21 יאר, ווי אלט וועט אברהם זיין ווען משה וועט זיין אלט פינקט דאפעלט יארן פון אים?
נשלח: מוצ"ש פעברואר 21, 2015 9:17 pm
דורך [NAMELESS]
2 - 34/17
(די ערשטע שאלה פארשטיי איך נישט)
נשלח: מוצ"ש פעברואר 21, 2015 9:27 pm
דורך chusid
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:2 - 34/17
(די ערשטע שאלה פארשטיי איך נישט)
גערעכט! וויאזוי האסטו עס אויסגערעכנט?
נשלח: מוצ"ש פעברואר 21, 2015 9:35 pm
דורך [NAMELESS]
כ'מיין אז ס'איז גרינגער ווי אויסטרינקן א האלבע קאווע. אויב ווען אברהם איז געבוירן איז משה געווען א זיבעצען יעריגע בחור איז נישט מער ווי יושר אז ווען אברהם גייט זיין א זיבעצען יעריגע ישיבה בחור זאל משה זיין פונקט דאפעלט אזוי אלט. האסט אן אנדערע solution?
נשלח: מוצ"ש פעברואר 21, 2015 9:37 pm
דורך מאטי
מיין קליינע טאכטער האט מיר גראדע געפרעגט אויב איך קען מאכן זי זאל אביסל שנעלער וואקסן ווייל זי וויל איבערכאפן איר עלטערע שוועסטער.