בלאט 5 פון 5

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 5:28 pm
דורך היימישער
א היימישע סטאר האט מיר געזאגט אז ער איז זיך מחיה, די ביזנעס דערעקטערי זענען שוין געווען צי גרויס ביי זיך אין די לעצטע פאר יאר געגעבען "עטעטאד"

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 7:28 pm
דורך ריינער
איז שוין למעשה ארויסגעקומען די נייע דירעקטארי?

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 7:44 am
דורך jenus20
איך זעה נישט וואס מדארף נאבאיינס
דער קאנסומער איז א פיינער איידעלער בוק

א שיינע האספיטל ליסט -מזאל נישט דארפן
ביזנעס ליסט

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 1:23 pm
דורך היימישער
ריינער האט געשריבן:איז שוין למעשה ארויסגעקומען די נייע דירעקטארי?

נאר די קאנסומער עדווייזער, נישט די דזואיש פאון בוק, עס הייסט יעצט נאר 2 חדשים

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 1:53 pm
דורך הדד בן בדד
אוי טאטי האט געשריבן:
jenus20 האט געשריבן:איידל מיינט, אז ווען נישט די גאנצע חזריי וואלטן זיי קיינמאל נישט אנגערירט די ב"ד, נאר דער חי רעה פון די נייע בוך האט זיי געצווינגען אריינצולייגן וומס"ב, איך קען די חברה דארט איך האב דארט א עד שוין מער ווי 6 יאר (אויך אין די ב"ד) זייער פיינע מענטשן,
איך בעמערק יעצט אז עס העט נישט די וומס"ב אדרעסן לויט די סטריטס, טראסט מי, לויט ווי איך קען זיי איז דאס נאר נישט צו טשעפענען קיינעם

אפשר ביזטו מסביר פארוואס, און וויאזוי די נייע בוך האט איהם געצווינגען אריינצולייגן וויליאמסבורגע נעמען?
און פארוואס די נייע בוך איז מער א חיה פון איהם, ווען ער איז געווען די ערשטע וואס איז ארויסגעקומען קאמפעטישאן מיט די ביזנעס דירעקטארי?

חוץ מזה, אויב דינט מיר דער זכרון, פלעגן זיי יא האבן ווילי ווען זיי האבן אנגעהויבן, נאר שפעטער איז געווען עפעס א הסכם, צו מיט א דין תורא צו אן, אבער עפעס אזוי ליגט מיר אין קאפ

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 2:10 pm
דורך היימישער
עס איז געווען א דיעל אז 5 יאר גייען זיי נישט אריין לייגן וויליאמסבורג און היי יאר האט זיך עס געענדיגט, זיי האבען גארנישט געמיינט קיין שלעכטס

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 4:32 pm
דורך פרענטש וואנילע
איך האב אויכעט גענומען די קאנסומער אדוויזער מיט גרויס געשמאק, אבער צו מיין גרויסע באדויערען האב איך געמערקט אז ער איז גאר פעלערהאפטיגע אין די וויליאמסבורגע נעמען ליסטינגס, ס'פעלט גאנצע משפחות און פיל פרישע יונגעלייט זענען בכלל נישט צום געפינען דארטען, זיי האבען נאך א גרויסע וועג צו גיין בעפאר זיי קענען זיך רעכענען אלץ קאמפעטישען מיט ב"ד, לאמיר זעהן וואס די נייע חברה וועלען באווייזען..

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 7:36 pm
דורך שלשלת
געהערט האב איך אז די נייע "דזשואיש פאון-בוק" גייט שוין בקרוב ממש צום דרוק. מען נעמט שוין נישט אן קיין עדס.

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 9:56 pm
דורך ריינער
ס'אינטערסאנט אז עס איז נאך קיינעם נישט בייגעפאלן ארויסצוגעבן א אידישע טעלפון באק - מיט די נעמען אויף אידיש אזוי ווי ס'דא אין מאנרא - סקווער. אין וויליאמסבורג וואלט עס געווען א גאנגבארע ארטיקל.

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 12:52 am
דורך דעת תורה
סאיז שוין לאנג צוריק ארויסגעקומען אזאנס, אויב מאך איך נישט קיין טעות האט עס געהייסן "וויליאמסבורג דירעקטארי".

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 10:25 am
דורך ריינער
און? ס'אים נישט געגאנגען גוט, צו וואס???

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 1:59 pm
דורך jenus20
סקען זיין זייער ערשטערע יאר אין ווילי פעילן אפאר נעמען, אבער בדרך כלל איז קאנסומער די "בוק אף דע יער"
די שענסנע פארט איז אז עס איז "נקי מחשש לשון הרע ופאליטיק"

העליך שיין, רייסט קיינעם נישט אראפ, איידעלע מענטשן, 20 יאר עקספעריענס,

נזכה ונחיה ונראה

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 3:41 pm
דורך פרענטש וואנילע
כ'אב הנאה צו הערן, ווייל איך בין געוועזן זייער דיסעפוינטעד, צוויי נעמען וואס כ'אב געזוכט אין זעלבען טאג זענען נישט געוועזען דארטען צום געפינען, אין ב"ד זענען זיי יא געווען, כ'האף אז די קומענדיגע מהדורה וועט זיין וויליאמסבורגע קאמפלעטע ליסטינג..