בלאט 5 פון 5

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 3:15 pm
דורך שרייבער
ס'איז געווען אסאך רביס וואס מען האט געהאלטן פון זיי, און ווען מען איז געוואר געווארן אז זיי האבן "איין" פאלשע השקפה האט מען זיך אפגעלאזט פון זיי, איך וויל נישט שרייבן קיין נעמען ווייל נאכדעם וועסטו זאגן אז איך בין מדמה ר' אביגדור צו יענעם

און דאס וואס ער שרייבט "מיין טאטע" איז פשוט שמע בני מוסר אביך, און יעדער מענטש האט רעכט צו גיין לויט ווי ער האט מקבל געווען פון זיין טאטן, וואס מיינט מסורת אבות אויב נישט דאס? בפרט אויב זיין טאטע איז א ת"ח.

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 3:17 pm
דורך אביגדור
זעה דא.

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 3:34 pm
דורך דבילה
מדברי מילכיגער:

מ'קען נישט בלייבן ווייס ווען מ'האלט שד"ל פאר גרוי, סה"כ ווערט מען A LIGHTER SHADE OF GRAY...


ויהי לפלא ווי אזא שטארקע אייוועלטיסט קען פארנעמען צו נוצן לשונות וואס זענען א דירעקטע רמז אויף ניוול וכיעור.

http://www.amazon.com/dp/0345803485/ref ... us?ie=UTF8

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 4:03 pm
דורך chosen people
[justify][די ארטיקל אין אייוועלט, האט אויכט זייער א שלעכטן גערויך, דער וואס ליינט אביסל אייוועלט ווייסט זייער מעטעליטי, עס קיקט אויס, זיי וועלן נישט טוהן קיין זאך וואס די רבנים לאזן נישט, נאך אביסל ליינען דארט, דאכט זיך עס, אז אויב אזעלכע חשובה ניק'ס שרייבן דארט מיט זיין אז עס האט א הכשר, איך האב געזיכט די הכשר, איך האב עס נאך אלץ נישט געפונען. בין איך אריבער דא צו קאווע שטיבל האב איך זיך געפיהלט זייער היימיש, נא אויף היימישע זאכן דארף מען נישט קיין הכשר..
עכ''פ צוריק צום ארטיקל. די אייוועלט טאטע'ס מעגן זיצן אויפן אינטערנעט שלא לשם פרנסה, ווען הרב וואזנער האט געפסקנ'ט אז קינדער פון אזעלכע טאטע'ס מעג מען ארויס ווארפן פון מוסדות, אבער ח''ו ושלום געבן פאר די קינדער ארטיקלן וואס קומען פון די אינטערנעט... היפעקריטס... איך מיין איך ווייס שוין פון וועמען די otd גיין ארויסקומען.. דעס מיינט אן עכטע פאלטשע חינוך.. די אייוועלט'ניק די רעדט זיך איין, אז דיינע קינדער ווייסן נישט אז די דרייסט זיך אויפן אינטערנעט, זיי ווייסן אפילו אייער ניק..[/justify]

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 12:13 am
דורך יאיר
איך מיין אז דאס וואס שיטה מקובצת האט דערמאנט וועגן די טענה'ריי אין איי וועלט צו רבי אביגדור מיללער האט געהאט א גרויע בארד אדער א גאלדענע בארד איז א כלליות'דיגע פראבלעם פון אונזער סאסייעטי אז אין אידישקייט מוז אלעס זיין שוארץ אדער ווייס. אויב ער האלט מיט איין זאך אנדערש ווי אונזער מסורה, איז ער טאטעלי אראפ פון די מאפע. שיטה זאל מיר מוחל זיין, אבער כמדומה לי אז זיין רבי איז אויך געגאנגען אביסל אויף דעם מהלך, כגון, אויב גלייבסטו אין עוואלוציע, ביסטו א כופר בעיקר וועמענ'ס ציל איז אונטערצוברענגען אידישקייט וכדו'. אלזא, מיליכיגער האט געהאט א גוטער רבי פון וועמען זיך צו לערנען.

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:05 pm
דורך קאווע טרינקער
אין פאל ס'ווערט פארמעקט.

הודעה דורך מומחה עצום » זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:47 pm
קאפי/פעיסט איז נישט ערלויבט.


הודעה דורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:48 pm
מומחה עצום האט געשריבן:
קאפי/פעיסט איז נישט ערלויבט.
קאפי אדער קאווע?


הודעה דורך מומחה עצום » זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:49 pm

ביידע

-------
א :like פאר: ק.נ.א. וועטער.

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:17 pm
דורך קאווע טרינקער
בד"וו איך זעה עפעס א ניק אין אייוועלט "[tag]לעיקוואד[/tag]", ווייסט איינער מער פרטים?

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:22 pm
דורך לעיקוואד
ידי לא שפכו את הדם הזה.
ווארט יענער א שטרענגע קאפירייט לאוסוט

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:23 pm
דורך שמעקעדיג
פשוט'ע פרטים?
אמר הקב"ה: כל מה שאסרתי לך בתורה, התרתי לך כנגדו.

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 5:46 pm
דורך סאו וואט
באמערקט נאך איינער אז מ'ענטפערט נישט דארט סקווירא דיין אויף זיינע פראגע'ס?

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 5:56 pm
דורך אביגדור
לא מסתבר.

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 6:11 pm
דורך ידען
סאו וואט האט געשריבן:באמערקט נאך איינער אז מ'ענטפערט נישט דארט סקווירא דיין אויף זיינע פראגע'ס?

וועלעכע פראגעס?

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 6:50 pm
דורך DotCom
אמת, און צו באקומען עני שטיקל אינפארציע דארף מען דארט מישן 5 בלעטער ווייל אלעס איז אנגעפולט מיט קאמפלימענטס. א שאד.

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 6:59 pm
דורך [NAMELESS]
:like :like :like

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 7:13 pm
דורך DotCom
העי, ס'דא א לייק באטען פארדעם! אחוץ אז דו ווילסט נאר ווייזן וויאזוי עס קוקט אויס ווען נישט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 1:13 am
דורך [NAMELESS]
סאיז נישט דא א לייק קנעפל פאר א פערטל תגובה... ;) סאררי!!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 9:03 am
דורך קאווע טרינקער
אין אנדערע ווערטער, א ניק וואס האט דא 2000 הודעות און שוין געלייקט למשל 1653 מאל, וואלט ער שוין אין איי וועלט געהאט א סך הכל פון 3653 הודעות, וויבאלד יעדע לייק דא איז אן הודעה "געוואלדיג" "פשיהאאאא" דארט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 9:37 am
דורך טאמבל סאס
און איך בין עכט לאנגווייליג דארט.
זיי האבן נישט עכט צופיהל נושאים פון וואס צורעדן. אלעס קומט צוריק איבער איין נושא וויזוי תשובה צו טאן, און זיך האלטן ערליך. ס'הערשט א אנגעזעצטקייט וואס ווערט מזמן לזמן איבערגעהאקט פון א זאלציגע וואסעריגע דזשאוק.
און ווען לכתחילה אריבער קומט דרשנ'ען וועגן סייענס דערמאנט עס מיר פונעם גלח אין דער מיטלאלטער וואס דרשנ'ט וועגן רחמנות.

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 12:23 pm
דורך [NAMELESS]
דאס איז פון די אשכול ווי מ'איז "מסביר" פארוואס מ'האט געמעקט אשכולות...... :lol: :lol:

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 12:47 pm
דורך שמעון וואלף
ס'וואלט אפשר געווען אן איידיע ווען זיי האבן אן אשכול וואס איז נישט לויט זייערע סטאנדארטן זאלן זיי עס קענען אהערפירן קיין צימעס