בלאט 5 פון 12

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 11:36 pm
דורך אוהב דעת
איך האב נישט געפרובט אפצוווענדן עפעס א ראיה, נאר איך וויל עם געבן קרעדיט וואס ס'קומט זיך, איך האב אין דעם אשכול נאך נישט געשריבן, איך האב נישט קיין מיינונג אין די פרשה. ס'איז מיר פונקט אויסגעקומען צו שמועסן מיט דאס ווייבל האב איך איר געפרעגט איר עקספיריענס (געדענק, זי וויל נישט פארהאלטן זיינע מעשים וועגן איר אייגענע הויט ווייל זי האט מיר געזאגט אנדערע לשון הרע'ס, סאן פאר מיר מיינט דאס עפעס קרעדיט, that's it).

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 11:39 pm
דורך מאיר_וואלף
די שמיעס באלנקט עכט נאר פאר רבנים

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 1:42 am
דורך הדד בן בדד
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך הער אז צאנזע רב (אין אידיש: קלויזענבורגע רבי פון נתניה) גייט מכבד זיין ר' חיים ביים חופה, די וואך ביי ס'ערשטע אייניקעל'ס חתונה.


טרינקער, אפילו ער אליינס האט נאך דאכצעך נישט די חוצפה זיך צו רופן אזוי. דערווייל באגנוגנט ער זיך מיט צאנזע רבי. אפשר מיט די יארן וועט ער נתעלה ווערן, אבער דערווייל האלט עס ביי דעם.

(סארי, צוריק צום נושא פון אשכול)

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 1:43 am
דורך יידל
מאיר_וואלף האט געשריבן:די שמיעס באלנקט עכט נאר פאר רבנים

כ'גלייב אז דער עולם דא פארשטייט אויך אזוי, און ס'איז אנצונעמען אז רוב באטייליגטע אין די שמועס זענען טאקע רבנים.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 1:44 am
דורך הדד בן בדד
די וואך פארציילט מיר א איד, א תלמיד פון געיטסהעד, אז ער האט געפרעגט זיין ראש ישיבה הרה"ג ר' אברהם גורעוויץ איבער די פרשה, האט ער אים געזאגט אזוי: די פרשה געהערט נאר צו דרויסענדיגע רבנים, און נאר צו גרויסע רבנים, סתם שול רבנים האבן דא נישט וואס אריינצורעדן, און אויך רבנים מיט אן אינטערעסע טארן דא נישט אריינרעדן.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 9:21 am
דורך אריק
פארוואס איז דער אשכול נישט אין צימעס? איז יענץ בלויז פאר סאטמארע חאזעריי?

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 10:20 am
דורך איך אויך
Cohn.jpg
Cohn.jpg (84.92 KiB) געזען געווארן 2115 מאל

Leil Yud Tes Teves 5763

Statement

The Union may not be responsible for the alleged misbehaviour of one its Dayonim. However its lack of willingness or ability to deal with the matter in any way is perceived to be unacceptable and is a matter of great embarrassment.

As a result we have been put in an impossible position where our Shul has fallen victim to the situation just by virtue of our official association with the Union.

We must do all that we can to protect the Shul and its membership from this. The internal equilibrium and stability of our kehilla is far more important than with whom our Shul is affiliated.

I am therefore fully behind the Executives decision to call this meeting, in order to examine and explore our options. We must take into account all the ramifications of any decision we make.

We need to enlist Hakodosh Boruch Hu’s help to make the correct decision, and many more tefillos to invoke His rachamim that this terribly destructive geziroh Ro’oh is quickly brought to an end.

Please note: My North West London Union Colleagues & I retain full confidence in the activities and supervision of Kedassia to include food production, The Mikvoos, Shaatnez etc. . The kehilla need have no doubts in this matter.

נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 2:40 pm
דורך אוהב ספרים
דער בית דין איז געגערינדעט

נשלח: מוצ"ש יאנואר 05, 2013 9:53 pm
דורך איחוד פעלד
איך זעה אז דער רז"ב איז אויף דער בית דין, דאס איז גאר גוט, עס וועט זיך קיינמאל נישט ענדיגען, אפילו אויב עס וועט זיך אנהייבען בכלל, און משיח וועט קומען פאר פין זיי וועט ארויסקומען א פסק.

אויך פארשטיי איך נישט ווי אזוי דער גאב"ד פין ירושלים האט א רעכט צו ממנה זיין א בי"ד אויף א סכסוך אין לאנדאן, עס איז דא כללים, ווי למשל דער נתבע קען זיך אויסוועלען א בי"ד, אדער זבל"א, וואס איז פשט אז דער גאב"ד איז ממנה א בית דין.

בכלל פארשטיי איך נישט ווער איז דא דער תובע, איך פארשטיי אז די נתבע איז רח"ה, אבער ווער איז די תובע אין בי"ד?

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 12:12 am
דורך [NAMELESS]
איחוד. גאב"ד מיינט הרב פאדווא

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 12:33 pm
דורך קאווע טרינקער
איך זעה אז דער רז"ב איז אויף דער בית דין, דאס איז גאר גוט, עס וועט זיך קיינמאל נישט ענדיגען,

פארוואס זאגסטו אזוי, איך הער פון קראנטע מקורות, אז די באבוב'ע דין תורה ענדיגט זיך ANY יאהר.

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 7:05 pm
דורך לאליפאפ
איך האב היינט גערעדט צו עמיצן אין לאנדאן, זאגט ער מיר אז רוב עולם איז איבערצייגט אז ער האט געטון וואס מדארף נישט

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 7:43 pm
דורך איחוד פעלד
לאליפאפ האט געשריבן:איך האב היינט גערעדט צו עמיצן אין לאנדאן, זאגט ער מיר אז רוב עולם איז איבערצייגט אז ער האט געטון וואס מדארף נישט


געפין אויס וואס טוט זיך אין זיין ביתמדריש, מען קומט נאך דאווענען?

וויפיל מענטשען קומען צו זיין שיעור?

האט ער בזיונות אין זיין בית מדרש?

האט ער נאך סידור קדושין'ס?

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 10:17 pm
דורך הדד בן בדד
און איך האב שוין גערעדט צו כמה אידן אין לאנדאן און אלע זאגן אז כמעט יעדער איז איבערצייגט אז דא ליגט פאליטיק און נישט די ווייטאג פון א רב וואס האט געטאן וואס מען דארף נישט

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 10:51 pm
דורך היימישער ליטוואק
די נייע רבנים זענען לכאורה נישט קוואליפיצירט, לעניות דעתי, פאר אזא קעיס.
דא גייט זיך נישט האנדלען פון א חושן משפט שאלה, פון תובע און נתבע, פון מוחזק און מוציא. שני עדים אדער עד אחד מיט הודאת בעל דין וכדומה.
די שאלה איז אויך נישט קיין אבן העזר'דיגע, צו אסורה לכהונה, תצא מזה ומזה בלא כתובה אדער מותרת לבעלה.
דא איז א ריין קהל'ישע פראגע צו אזא איינער מעג, און צו אזא איינער קען, זיין א רב פון א קהילה. צו אזא איינער זאל בלייבן ביי זיין שטעלע וועט מוסיף זיין כבוד הרבנות והתורה אדער פארקערט.
איך ווייס נישט די ענטפער אויף די שאלות, איך האב אבער מורא אז די דיינים אויך נישט. אוודאי איז דאס תלוי אויף וואס די באווייזן וועלן זיין, אבער נישט פון א די"ת'דיגע שטאנדפונקט. דאכט זיך אז דער פראקטיק פאר אזא סארט הכרעה און פסק דין, פאדערט מער כלל מענטשן און עסקנים, ווי אויך רבנים וועלכע טוהען אין כלל ענינים, נישט חושן משפט דיינים. איך וואלט מציע גווען א וועד חמשה פון צוויי רבנים/רמי"ם/אדמורי"ם העוסקים עם הציבור , א חושן משפט דיין, א כלל טוהער/עסקן. און לכתחלה לאקאלע לאנדאנער אידן, אדער לכל הפחות יוראפעישער אידן.
ימים יגידו.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 10:55 pm
דורך בדחן
דיין מיינוג איז א תוצאה פון זיך צוהערן צו געוויסע מענטשן אז רבנים זענענן קארעפירט אומוויסענד און ארענטליך,
איך שעץ רבנים איך האלט אז זיי זענענן גענוג קאנפטענט ארויס צוגעבן א יושרדיגע פסק

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 11:16 pm
דורך היימישער ליטוואק
דו האסט נישט גליינט וואס איך האב גשריבן. נאכאמאל - איך נעם אן אז די רבנים זענען נישט קארעפטירט און יא ארנטליך. איך קען זיי נישט, איך גיב זיי דעם בענעפיט אוו דאווט.
איך האלט אז זיי זענען נישט גמאכט פאר אזא קעיס. פאר די סיבות וועלכע איך האב פריער אויסגערעכנט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 11:27 pm
דורך איחוד פעלד
איז דא אן הלכה וואס זאגט אז איינער טאר נישט האבען א בעסמעדרעש?

יעדער קען האבען א מנין נישט קיין חילוק צו ער איז משה רבינו אדער דתן ואבירם.

אהן א נתבע איז נישט שייך אז די רבנים זאלען ארויף לייגען אן איסור אויף רח"ה אז ער טאר נישט האבען א בעסמעדרעש.

אלזא ואס איז דער תועלת פין די בית דין?

סתם אויסצוהערען דער פרוי וואס איז מסכים זיך ביליג צו מאכען, און נאך אלעם קען דער בית דין ממילא נישט ארויף לייגען קיין שום איסור, ווייל סתם מפרסם זיין אז פלוני בן פלוני האט געטהו עבירה פלוני באשה פלונית גיעען זיי אויך נישט טוהן.

ממילא איז דער גאנצע בית דען געשטעלט מיט א כוונה לכתחילה אנצושטילען די געמיטער, און לאזען רח"ה על מקומו.

נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 12:19 am
דורך מאיר_וואלף
בדחן האט געשריבן:דיין מיינוג איז א תוצאה פון זיך צוהערן צו געוויסע מענטשן אז רבנים זענענן קארעפירט אומוויסענד און ארענטליך,
איך שעץ רבנים איך האלט אז זיי זענענן גענוג קאנפטענט ארויס צוגעבן א יושרדיגע פסק


די שעצט רבנים, ווייל די ביסט אליינס קארעפירט,
דאס איז נאר די תוצאה דערפון,

ווייל רבנים היינט-צוטאג זענען ע"פ רוב קארעפירט,
און קארעפירט מענטשען שטיצען זיי

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 3:37 pm
דורך שמעקעדיג
בילדער אין "דער בלאט" די וואך, פרשת וארא.

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 8:40 pm
דורך לאליפאפ
הדד בן בדד האט געשריבן:און איך האב שוין גערעדט צו כמה אידן אין לאנדאן און אלע זאגן אז כמעט יעדער איז איבערצייגט אז דא ליגט פאליטיק און נישט די ווייטאג פון א רב וואס האט געטאן וואס מען דארף נישט


א גוטן קליפ וואס צייגט אז די גאנצע מעשה איז רבנות רייבערייען!
http://www.youtube.com/watch?v=VN2O7Rq1KDc&sns=tw

נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2013 3:23 am
דורך טעפל
לאליפאפ האט געשריבן:
הדד בן בדד האט געשריבן:און איך האב שוין גערעדט צו כמה אידן אין לאנדאן און אלע זאגן אז כמעט יעדער איז איבערצייגט אז דא ליגט פאליטיק און נישט די ווייטאג פון א רב וואס האט געטאן וואס מען דארף נישט


א גוטן קליפ וואס צייגט אז די גאנצע מעשה איז רבנות רייבערייען!
http://www.youtube.com/watch?v=VN2O7Rq1KDc&sns=tw

נאריש אביסל ס'האט נישט די עיקר מיט פאדווה נאר מיט די גאלדס גרינע רבנים מער.

נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2013 9:50 am
דורך איך אויך
אבער נאך ווי עס האט מיט רב פאדווא, ער האט געוויסט פון די שמוץ במשך פון יארן (זעה אביסל דא ) און גארנישט געטוהן עס אפצושטעלן, און אפילו יעצט טוהט ער איין אומבאלומפערטע שריט נאכען צווייטן.