איך מיין אונז האב מיר שוין געמאכט מער פון זיבן הקפות דא...
למעשה האב איך זייער הנאה פונעם שמועס, און איך ווער כסדר קלוגער פון יעדעם׳ס איינטווארט.
בקיצור לאמיר מאכן א summary.
יעדער האט האט די פערסאנעל עקספערינס פון מאכן א טשויס.
רביה״ק זאגט אז ס׳קען נישט זיין קיין בחירה ווייל ס׳איז נישט דא קיין effect without cause.
איך האב צוויי מהלכים דא:
ערשטענס, ס׳איז אן אנגענומענע הייפאטעסיס אז קאנטשעסנעס איז ערמעגליכט דורך קוואנטום מעכאניקס. קוואנטום מעכאניקס צייגט אז cause and effect איז נישט וואס מ׳האט אייביג געמיינט, ווייל ס׳איז non-deterministic. דהיינו אפילו מ׳וועט צוגלייכען
אלע פראפערטיעס פון צוויי פארטיקעלס איז נאך אלץ נישט מוכרח אז ביידע וועל גיין אונעם זעלבן דירעקציע.
די צוויי לינקס גייען אריין און מער פרטים.
https://simple.wikipedia.org/wiki/Heise ... _principlehttps://simple.wikipedia.org/wiki/Bell%27s_theoremדאס הייסט אפילו איך וואלט געבוירען געווארן אין היטלערס הויזן און געהאט די זעלבע סביבה און השפעות און גענעטיקס איז בכלל נישט מוכרח אז כ׳וואלט געמאכט די זעלבע טשויסעס.
איי וועסטו פרעגן וואס בין איך שולדיג אז די קוואנטום מעכאניקס אין מיין קאפ האט דיסיידעד צו הרג׳נען א מענטש? די תירוץ איז אז דאס איז א מיספארשטענדעניש וויאזוי די קאנטשעסנעס ארבייט. קאנטשעסנעס און קוואנטום מעכאניקס איז איינס און די זעלבע, און דיין מוח פארמאגט די פיזישע מעגליכקייט צו מאכן אן indeterminded decision. לייען דעם קונטרס פאר א קלארערע הסברה:
http://horizons-2000.org/philosophy/bit ... 0will.htmlצווייטענס, די נשמה. א מענטש האט א נשמה וואס איז א חלק אלוק ממעל, און ביים באשעפער איז נישטא די פראבלעם פון cause and effect.
און פון א טיעפערן בליק קען מען זאגן אז אלו ואלו דברי אלוקים חיים, און ביידע מהלכים זיינען באמת איינס.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.