בלאט 5 פון 7

נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 3:02 pm
דורך מזלטוב
אין עכו לוינט זיך צו גיין מיט א ארגאניזירטע טריפ, ווייל עס מען דארף וויסן ווי צו גיין. און איינער זאל מסביר זיין וואס מזעהט. כ'בין דארט געווען 25 יאר צוריק און איך האב הערליכע זכרונות פון דעמאלץ. עפעס א תפיסה בין איך געווען ווי מזעהט די סעלס און א תליה. כגעדענק שוין נישט פונקטליך. מקען וואקן אויף די חומה. פארן אויף א שיף אין ים.

נשלח: דינסטאג מאי 06, 2014 11:10 am
דורך חכם עתיק
אפשר קען איינער פון אונזער חשובע שרייבער לאזן וויסן ווי מען גייט אין מירון גופא היי יאר?

א לאנגע שבת.. וועלכע טישן און באטעס? וועלכע קומזיץ'ן און פארברענגענס?

ווי איז געשמאק צו דאווענען בייטאג? ביינאכט?

ווי איז לעבעדיג צו טאנצען?

און ווי גייט מען ווען מען וויל ליפטערען אביסל ?

א יישר כח פון פארדעם. מיר וועלן איך אונזין האבן.. קענסט שוין שרייבן דיין נאמען.. מיין קוויטלעך וואקסן.

נשלח: דינסטאג מאי 06, 2014 11:44 am
דורך אוי דערבארעמדיגער
איינער ווייסט וויפיל ס'דארף קאסטן א מיני ווען (אויטאמאטיש) פאר פיר וואכן אין א"י?

נשלח: דינסטאג מאי 06, 2014 5:59 pm
דורך BAL TSHIVA
Try zip car in Israel

נשלח: דינסטאג מאי 06, 2014 8:13 pm
דורך שמו יגער
חכם עתיק האט געשריבן:אפשר קען איינער פון אונזער חשובע שרייבער לאזן וויסן ווי מען גייט אין מירון גופא היי יאר?

א לאנגע שבת.. וועלכע טישן און באטעס? וועלכע קומזיץ'ן און פארברענגענס?

ווי איז געשמאק צו דאווענען בייטאג? ביינאכט?

ווי איז לעבעדיג צו טאנצען?

און ווי גייט מען ווען מען וויל ליפטערען אביסל ?

א יישר כח פון פארדעם. מיר וועלן איך אונזין האבן.. קענסט שוין שרייבן דיין נאמען.. מיין קוויטלעך וואקסן.

ווי מען גייט אין מירון גופא היי יאר
אין מירון איז נאר דא ר' שמעון און ר' אלעזר ר' יוחנן הסנדלר וזהו
ווי איז געשמאק צו דאווענען בייטאג? ביינאכט
יעדעדס יאר איז אנערש געוואנדן וועלכע קבוצות עס דאווענען ביי די מערה אדער פריוואט אין די ארומיגע זאלן און מוסדות די דארפסט דיך נאכפרעגן פרייטאג נאכמיטאג אין מירון גופא ארויס צו האבן פונקטליך מי ומי ההולכים השתא
ווי איז לעבעדיג צו טאנצען
מיין פערסענעל עקספעריענס איז ביינאכט ביי די סטאלינע חסידים אין די נעקסטע פארנאכטס ביי תולדות אהרן עס זייער גאפאקט אבער עס טאנצט זיך געשמאק און דערהויבן.....
דורך דעם טאג לויף ארום קוקן אויף די רעבעלעך וואס מאכן זייער אייגענע הדלקה אפשר וועט דיר איינער געפעלן.......
און ווי גייט מען ווען מען וויל ליפטערען אביסל
מען גייט אין א האטעל שלאפען אדער גיי קוק אויף די נ נח'ס טאנצן! :lol: :lol:

נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 6:56 am
דורך פלעין יודיש
איך וואלט דיר געעצה'ט צו זיין אין ירושלים אויף שבת
מוצ''ש (ל''ג בעומר ביינאכט) דארף זיין זייער שיין דארט

נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 4:48 pm
דורך לית דין בר נש
שמו יגער האט געשריבן:אין מירון איז נאר דא ר' שמעון און ר' אלעזר ר' יוחנן הסנדלר וזהו :lol: :lol:


וואס איז מיט ר' יצחק וואס ליגט גלייך ווי מען קומט אריין אין חצר? הלל?

נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 4:50 pm
דורך לית דין בר נש
פלעין יודיש האט געשריבן:איך וואלט דיר געעצה'ט צו זיין אין ירושלים אויף שבת
מוצ''ש (ל''ג בעומר ביינאכט) דארף זיין זייער שיין דארט


טאקע זייער שיין אבער ווי קומט עס צו, צו מירון אליינס???

נשלח: זונטאג מאי 18, 2014 11:03 pm
דורך פיינע קאווע
קען מיר איינער זאגען ווען איז די בעסטע צייט צו פארן קיין ארץ ישראל? אויסער סוכות. דאס קען נישט ערפארדען.
איז ראש השנה שיין אין ירושלים? אין מירון ?

נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 10:07 am
דורך פארוואס?
שמו יגער האט געשריבן:אין מירון איז נאר דא ר' שמעון און ר' אלעזר ר' יוחנן הסנדלר וזהו?


קלאפ אויף דיין מויל! מיר האבן בקבלה איש מפי איש ביז רמ״פ שליט״א אז די גאנצע בארג איז א בית הקברות.

נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 10:15 am
דורך [NAMELESS]
ווער איז רמ''פ?

נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 10:31 am
דורך פארוואס?
ראשעקאל האט געשריבן:ווער איז רמ''פ?

ר׳ מנשה פילאפ שליט״א

נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 4:52 pm
דורך חכם עתיק
לית דין בר נש האט געשריבן:
פלעין יודיש האט געשריבן:איך וואלט דיר געעצה'ט צו זיין אין ירושלים אויף שבת
מוצ''ש (ל''ג בעומר ביינאכט) דארף זיין זייער שיין דארט


טאקע זייער שיין אבער ווי קומט עס צו, צו מירון אליינס???


ר' יעקב מאיר שעכטערס הדלקה איז פארקויפט געווארן פאר 90 אלפים!!!

מער ווי אין מירון.. און עס האבן זיך באטייליגט שווערע טויזענטער מענטשען

נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 4:56 pm
דורך פלעין יודיש
חכם עתיק האט געשריבן:
ר' יעקב מאיר שעכטערס הדלקה איז פארקויפט געווארן פאר 90 אלפים!!!

וליתר דיוק 92000 אלפים דאלער

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 9:54 pm
דורך [NAMELESS]
וועקט אייך אויף אשכול טייערע, ס'דא יודן וואס פארן צו רבי שמעון'ען. דיין הילף וועט זיי גאנץ פיין צינוץ קומען.

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 10:51 pm
דורך [NAMELESS]
איך גיי טאקע פארען נעקסטע וואך אויף ל"ג בעומר, אבער דאס יאר וועט זיין א חידוש וואס א חוץ פון גיין צום הייליגען כותל אין זיך קושען מיט די הייליגע ווענט אין אראפלאזען א הייסע טרער אויף גלות השכינה, וועל איך גיין צום הר הבית ס'ערשטע מאל אין לעבען כמנהג אחינו בני ישראל וואס גייעהן לעצטענס ארויף דארט אין די פלעצער וי ממעג ארויפגיין.
כ'וואלט מציע געוועהן די סאטמערע עולם וואס גייעהן נישט צום טמא'נע כותל אין פילן דארט נישט קיין העכערקייט טאקע צוליב זייער פארגרעבטקייט, זאלען גיין באזוכען אין הר הבית אזוי וי סאיז לעצטענס נתחדש געווארען, דער רבי ז"ל האט דאס נישט געאסערט.

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 10:54 pm
דורך ישמעאל הכהן
:lol:
אוי אתא ביזט אינטערטעינינגגגג!

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 1:09 am
דורך געוואלדיג
ר' אתא כדי שלא יאמרו מדשתקו רבנן שמע מינא דניחא להו, וועל איך דיר נאר זאגן א קורץ ווארט וואס איך האב געהערט פון א טייער איד וואס האט געהייסן ר' יעקב עקיבא מאשינסקי זצ"ל מעגליך אז דו האסט נאך קיינמאל פון איהם נישט געהערט, ער איז געווען א הייסער קלויזענבורגער חסיד און א ריזן ת"ח, און ער האט ליב געהאט א"י אהבת נפש כסדר גערעדט פון א"י און משתוקק געווען צו וואוינען דארט, ווען מען האט איהם געפרעגט ווען גייסטו קיין א"י האט ער געענטפערט אינעם ערשטן, האט מען איהם געפרעגט דעם ערשטן וואס? האט ער גענטפערט במתק לשונו די ערשטע געלעגנהייט, האט ער מיר אמאל געזאגט תחת אחת השיחים אז לדעתו מעג מען ארויף גיין אויפן הר הבית, האב איך איהם געפרעגט, נו דו גייסט טאקע ארויף, האט ער אויף געציטערט און מיר געזאגט חלילה די גדולי ישראל אסר'ן דאך,
,
לעניניו היות אז עס איז דא גענוג און נאך וואס האבן דאס גע'אסר'ט און עס איז דאך לפחות א חשש כרת נו ברויכסטו דאך מאכן א שאלת חכם צו דו מעגסט מפקיר זיין דיין לעבן מספק ווייל דו האסט א תאוה צו זיין דארט.

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 2:05 am
דורך [NAMELESS]
ב"ה איך האב נישט דער הר הבית תאוה. איך דארף פשוט האבן אפאר פעסטע האטעל'ס כמו שכתוב, און ירושלים, טבריה, און צפת, ובזה יצאתי ידי חובתי בארה"ק. אמן

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 8:03 am
דורך חסידי לאומי
אתא קלילא האט געשריבן:איך גיי טאקע פארען נעקסטע וואך אויף ל"ג בעומר, אבער דאס יאר וועט זיין א חידוש וואס א חוץ פון גיין צום הייליגען כותל אין זיך קושען מיט די הייליגע ווענט אין אראפלאזען א הייסע טרער אויף גלות השכינה, וועל איך גיין צום הר הבית ס'ערשטע מאל אין לעבען כמנהג אחינו בני ישראל וואס גייעהן לעצטענס ארויף דארט אין די פלעצער וי ממעג ארויפגיין.
כ'וואלט מציע געוועהן די סאטמערע עולם וואס גייעהן נישט צום טמא'נע כותל אין פילן דארט נישט קיין העכערקייט טאקע צוליב זייער פארגרעבטקייט, זאלען גיין באזוכען אין הר הבית אזוי וי סאיז לעצטענס נתחדש געווארען, דער רבי ז"ל האט דאס נישט געאסערט.


תחזקנה ידיכם!

אויב זוכסטו א מקוה הער איך אז באבוב אויף רחוב חגי איז אפען אגאנצען טאג

הרב יוסף אלבוים פון עזרת תורה געגענט קען צושטעלן א פרייע הר הבית טור אויף היימיש יודיש אויסגעהאלטן לכל דקדוקי הלכה

בעסער מיטנעמן דעם פאספארט אז די משטרה זאל נישט מאכן קיין שוועריקייטן אדער מניעות ארויפצוגיין

און פארשטייט זיך מיטנעמען די פאנטאפל, אלע אנדערע חפצים ובפרט ספרי קודש או טלית תפילין ווערן נישט ארויפגעלאזט כעת לדאבונינו הרבים

דא קען מען זעהן די שעות וואס מען קען ארויפגיין, מאפעס און נאך פארשידענע ענינים חדשות ועוד


דא קען מען זעהן פארשידענע ליכטיגע מאמרים בהלכה על עלייה להר הבית והמסתעף

נישט פארגעסן זאגן לשם יחוד פארן מקיים זיין די מצות עשה פון מורא מקדש , כיבוש, בנין בית המקדש וכו' וכו' ועוד

די תפלות דארטן ווערן נתקבל אויף אן אופן ווי קיין שום אנדערע פלאץ אויף די וועלט, עיין בכלי יקר פרשת ואתחנן

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 8:36 am
דורך [NAMELESS]
קודם כל ייש"כ אויף די חיזוק,
ולעצם העניין אן אריינצוגיין און צופיל דיטעלס לגבי די סוגייא פון ארויפגיין קיין הר הבית צו סאיז אסור צו נישט, נראים הדברים אז יא! אין מיט א גרויסע אל"ף, און דער גאנצער טעם האיסור איז נאר וועגען דעם וואס מענטשען וואס ווייסען נישט ביז וי ממעג גיין און ביז וי ממעג נישט קענען זיך טועה זיין באיסורי כריתות, אבער היינט וויסען מיר קלאר די גרענעצען ממילא גייט מען ח"ו נישט אריין במקום המקדש ממש.
נאך א סיבה לאיסור איז התגרות באומות, וואס לדעתי מצווה גדולה יש בדבר והמתגרה באומות תבוא עליו ברכה.

לגבי די מקווה גיי איך אין מעיין השילוח אין סילאוואן כדרכי יעדעס מאל פאר איך גיי צום כותל.
די אלע עניינים מיט מכון המקדש זענען שוין לאנג מסודר
אין ביטע לתועלת הכלל זיי מסדר אז די לינק וואס די האסט ארויפגעלייגט זאל זיין קלינגבאר ייש"כ.

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 9:46 am
דורך חסידי לאומי
הרב אתא דו קענסט אפשר צוצייכענען מער דעטאלן וויאזוי מען קומט אן צום מעיין השילוח ווי פונקטליך און צו מען קען אהינגיין אלע שעות?

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 9:50 am
דורך חסידי לאומי
נאך אפאר אינטערעסאנטע פלעצער צו גיין באזוכן

סיבוב שערים איעדען ערב ראש חודש כדי לקיים מה שנאמר סובו ציון והקיפוה

די פלאץ פון שילה הקדומה משכן שילה און תפלה חנה
מען קען נעמען א דירעקטע באס פון פסגת זאב
ווי אויך צו אלע אנדערע התנחליות און ישובים בנחלות בנימין ואפרים ומנשה בהרי שומרון עיין בהאתר למעלה

אוטובסים מיט בולעט פרוף פארזיכערהייט
http://www.afikim-t.co.il
http://www.kav-layla.co.il/Web/He/Lines/Default.aspx

ווי אויך קבר יוסף מיט מיליטערישע באגלייטונג איעדע שטיק צייט

צוויי גוטע וועב זייטן פאר טוריסט אינפארמאציע
http://www.goisrael.com
http://www.tourplanisrael.com

חווית צומת טכנולוגיה בהלכה

טיולי תנ"ך

ארצינו טורס

הגן התנכ"י יד השמונה

מוזיאון חיל האויר