בלאט 5 פון 22

נשלח: פרייטאג יאנואר 11, 2013 4:18 pm
דורך יידל
מוח שליט האט געשריבן:יידל,
הייסט עס, אויב וועסטו ווערן איבערצייגט אז אונזער חמורבשיער בוך דא איז דוקא געשריבען געווארען געקיצלט און געקינצלט מיט רמזימ'לעך אין נואנסען, מיטן ציל אז דער חכם זאל עס כאפען אין דרשנען הלכות דערפין, דעמאלטס שטימט דיר אלעס? ד.ה. אויב וועסטו האבען א אויטענטישער דאקומענט [קארבאן פערצען דעיטעד] פינעם פילוסוף/שרייבער בחצר בית המלך הגדול חמורבי, אז ער שרייבט געקינצלט מיט רמזים כדי מיר זאלן פארשטיין זאכן דערפין, איז האסטו נישט קיין שום פארבלעם מיט די מבנה הדרשות?

רוב פראבלעמען מיט דרשות גייען אוועק.

נשלח: פרייטאג יאנואר 11, 2013 4:18 pm
דורך יידל
נולד מאוחר האט געשריבן:ועשית ככל אשר יורוך מיינט נישט אביי און רבא. סמיינט סנהדרין.

זאגט ווער?

נשלח: פרייטאג יאנואר 11, 2013 4:20 pm
דורך מוח שליט
יידל שרייבט,
אפשר האט מען שוין גערעדט דערפון דא (כ'האב נישט מיטגעהאלטן די אשכול ווען ס'נאך געווען בגו גלותא במשובה הקודמת אינעם וועבערמאן אשכול), כ'וועל זעך דאך דערוואגן צו פרעגן: איז דא א טעאלאגישן פראבלעם צו זאגן אז חז"ל זענען אליינס אויפגעקומען מיט די דרשות און מיר זענען מחוייב זיי אויסצופאלגן נישט משום מסורה נאר משום ועשית ככל אשר יורוך? איך ווייס אז דער רמב"ם איז זייער שארף קעגן אזא מהלך, איך ווייס אבער נישט פארוואס.


אוודאי מעגליך. עס איז אויך מעגליך אז חז"ל האבן מקיים געווען וואס זיי אליינס האבן געצה'ט אז הרוצה ליחנק יתלה באילן גדול, ד.ה. אז זאג נאך דיין זאך פין א גרויסע אויטאיטעיט וועט מען דיך גלייבען. די רלב"ג מיין איך זאגט אזוי.
נאך פשוטער איז שייך צו זאגען אויף אסאך פין די דרשות אז עס איז אפירגעקומען פרישע שאלות וואס לא שערום אבותינו, עס איז פשוט נישט דא קיין גיידליינס דערפאר. האט מען מחליט געווען אז מען גייט זיכען נואנסען פינעם טעקסט. עס וועט בכלל נישט אנגיין צו די fathers of the Constitution האבען דאס געמיינט אדער דוקא געמיינט פארקערט, מיר גייען אפלערנען דאס געשריבענע ווארט מיט אירע נואנסען אין אזוי וועט עס האבען עפעס א לעגיטימע באזיס ווייל סוף כל סוף איז דא אזא נואנס אינעם טעקסט. כידוע איז דאס (אין א געוויסע בחינה) איין שיטה אינעם פארטייטשען דעם אמעריקאנער קאנסטיטושען.
מען וועט האבען צו דעם א ראי' פין די גמרא אז מען האט אנגעפיפען דעם בת קול אין געזאגט, תורה לאו בשמים הוא. אונז גייט נישט אהן וואס מען טראכט אדער געמיינט צו טארכטען אין הימעל. מיר קוקען אויף אונזער בוך אין מיר גייען כאפען נואנסען אין רמזימליך whether you like it or not, כאילו דער שרייבער האט אונז קלאר געזאגט אז ער האט דוקא אינזינען געהאט רמזימלעך וכדו'. דאס איז די בוך וואס אונז האבן מיר, אין פין דא גייען מיר זיכען אלעס. דו האסט אונז געגעבן איין ספר אין ווי ער סטיקינג טו איט. אין דער אייבערשטער האט טאקע געענטפערט נצחוני בני.
אוודאי קען דאס זיין א מהלך וואס איז כדאי צו עקספלארען (דא אינאיינעם?)
אבער מיר האבען גענימען אויף זיך אונזער עקספירעמענט אין לאמיר זעהן צו מיר דארפען דאס ארויס רולען אין אוועקגיין פין די גאר פשוטער צוגאנג.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 12, 2013 8:45 pm
דורך נולד מאוחר
יידל האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:ועשית ככל אשר יורוך מיינט נישט אביי און רבא. סמיינט סנהדרין.

זאגט ווער?

בוסט גערעכט מ'רעדט פונעם כהן לוי אדער שופט. אבער נישט פון אביי רבא. און נישט פון מאכן נייע הלכות.
לאמיר אפלערנען די פסוקים אן פריקאנסיווד אינפאוי.
ווען איך פעסט אריין די פסוקים ווערט עס פארקערט.כי יפלא ממך...

נשלח: מוצ"ש יאנואר 12, 2013 8:56 pm
דורך kliger
יודל,יעדער האט געקענט קלעימען אז זיי זענען פון די "ועשית ככל אשר יורוך"???
זיי זענען דאך געווען יאאאאאאאאאאאאאאאארן שפעטער,
און בכלל ווער זאגט אז די אנדערע וואס זענען נישט מיטגעשטאנען מיט זיי (למשל די צדוקים און נאך) האבן נישט געטעהנ'ט אז זיי זענען די ווארט זאגערס פון ועשית ככל אשר יורוך?

נשלח: מוצ"ש יאנואר 12, 2013 11:06 pm
דורך איחוד פעלד
קען איינער ביטע מאכען א סך הכל וואס מען רעדט און דינגט זיך דא.

איך ליין און ליין, און פארשטיי נישט וואס די מחלוקת איז דא.

מען קלערט אריין אויב די דרשות חז"ל האבען א הכרח פין די פסוק אליין. עפעס אזוי.

עס איז דאך פשוט אז נישט, ווען יא וואלטען אונז דאך געוועהן צדוקים.

וואס דען קריגט מען דא?

צו חז"ל האבען אויף געמאכט אליין די דרשות אדער געהאט בקבלה?

ווייסען מיר דען נישט אז די אנגענומענע שיטה איז אז אלע דרשות זענען בקבלה, און די מחלוקת'ן זענען נאר ווי אזוי די קבלה איז געוועהן?

נאכעהר זעה איך דא א שמועס אז די תורה איז פאעטיש געשריבען, און מען דארף עס אפלערנען כדי צו קענען פארשטיין וואס דער אריגינעלער כותב האט געמיינט צו שרייבען נישט קיין אריין געדריקטע פשטים וכו'.

אויף דעם זאג איך אוי וויי, ווי גייען מיר דא אנקומען?

איינער רעדט וואס די פאעטישע כוונה פין וארא אל האבות באל שדי ושמי ד' לא נודעתי. גיי ווייס, מן הסתם אז מען לערנט כפשוטו מיינט עס אז ער האט נישט געזאגט דער נאמען הויה נאר אל שדי. איז דאך די קשיא אז אין פסוק זעהט מען אז דער באשעפער האט זיך יא מגלה געוועהן מיט דער נאמען ד'. איז ווי וויל מען דא אנקומען?

אפשר קען מיר איינער פארשטיין געבען וואס מוח שליט האלט וואס יידל האלט וואס יאיר האלט?

נשלח: מוצ"ש יאנואר 12, 2013 11:57 pm
דורך kliger
איחוד פעלד האט געשריבן:
צו חז"ל האבען אויף געמאכט אליין די דרשות אדער געהאט בקבלה?

ווייסען מיר דען נישט אז די אנגענומענע שיטה איז אז אלע דרשות זענען בקבלה, און די מחלוקת'ן זענען נאר ווי אזוי די קבלה איז געוועהן?


נישט ריכטיג

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 12:12 am
דורך יאיר
איחוד האט א גערעכטע טענה. איך גרייט מיך צו מאכן א קורצע סך הכל איבער די טענות וואס מען האט ביז יעצט ארויסגעשטעלט, ווי אויך מיין אייגענע שטעלונג אין די נושא, בנוסף צו א קורצע איבערבליק איבער די פארשידענע שיטות פון די גדולים אין היסטאריע.

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 12:51 am
דורך נולד מאוחר
מוח שליט,
די האסט פארגעשלאגן די עולם זאל ברענגען רענדעם מאמרי חז''ל כדי מיר זאלן קענען זען ווי חזל האבן געזען בהכרח און פסוק זייערע
דרשות.
כהאב פונקט דעם דבת געלערנט די מחלוקה ב'ש ב''ה און יבמות לגבי ווען א מענטש איז פטור פון מצוה פריה וריביה.
זכר ונקבה אדער זכר זכר איז גענוג. ב''ה לערנען עס ארויס פון בריאת העולם ב''ש פון משה רבינו.
ווי אזוי איז מען מסביר די גמ' אסמכתא ,אגדתא , אדער זיי לערנען עס באמת ארויס פון דא?

ווער קען קאפיען די גמ' דא סא:?

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 3:28 am
דורך יאיר
איך מיין אז דארט איז עס תלוי בסברא, די ראיה פון משה איז אז ער האט זיך אפגעשטעלט נאך שני בנים (עי' רש"י), און די ראיה פון בריאת העולם איז אז בן ובת הייסט א גענוגנדע בריאה, אזוי ווי בריאת אדם וחוה. מען קען זען די גמרא אויף ויקיטקסט.

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 3:42 am
דורך נולד מאוחר
יאיר האט געשריבן:איך מיין אז דארט איז עס תלוי בסברא, די ראיה פון משה איז אז ער האט זיך אפגעשטעלט נאך שני בנים (עי' רש"י), און די ראיה פון בריאת העולם איז אז בן ובת הייסט א גענוגנדע בריאה, אזוי ווי בריאת אדם וחוה. מען קען זען די גמרא אויף ויקיטקסט.

די גמ' זאגט קלאר ''מאי טעמיהו דב''שילפינן ממשה' פון די לשון איז קלאר אז די שרייבערס מכון איז געווען אז פון דא לערנן זיי עס ארויס.
אויב איז עס ווי דא זאגסט אז סאיז תלי בסברה און די ראיה פון משה און בריאת העולם איז נאר א שיינע אסמכתא. פארוואס פרעגט די מסדר הגמ' אויף ב''ש פארוואס זיי לערנען נישט ארויס פון בריאת העולם,און די זעלבע פרעגט די גמ' אויף ב''ה פארקערט.
איך בין מסכים אז ב''ש און ב''ה האבן זיך געריקט און סברא. אבער די שפעטערע דורת די מסדר הגמ' האבן געהאלטן אז סקומט פון פסוק.
שפעטערע דורת מיין איך דער וואס רעדט און גמ' סתם, ב''ש און ב''ה זאגען נישט דא זייער טעם יארן שפעטער טרייעט מען דאס אויסציגעפינען.

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 3:50 am
דורך יאיר
מיין כונה איז אז עס איז א סברא'דיגע לימוד, אויב משה האט זיך מפריש געווען נאך שני בנים, מוז זיין אז שני בנים איז גענוג, און אויב דער באשעפער האט באשאפן בן ובת און דאס גערופן בריאת האדם, כל שכן אז פאר'ן מענטש איז דאס גענוג.

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 4:04 am
דורך נולד מאוחר
אבער וואס איז די יסוד? סהאט זיך געמאכט א שאלה און ביתמדרש. וואס דארף מען האבן צי מקיים מצוה פיריה ורביה.
וואס האבן די ב''ש געטאן? גענומען טראכטן מסברא, אדער גענומען זוכען פון ווי קען מען ארויס לערנען עפעס?
אויב האט זיך עס אנגעהויבן מיט ריין שכל ,זיי האבן אריינגעטראכט און געקומען צי א שכלדיגע מסקנא צוויי קונדער נישט קיין נפק''מ אונגעל מיידל,און סתם סומך געווען אויפן פסוק שטימט נישט די שקליא ותריא און די גמ'.
אלא מאי זיי האבן.עס גענומען סטריקטלי פון פסוק . קענסטו מיר מסביר דו האלטסט אז ביידע פון זייערע ראיות זענען גענוג שטארק?
מיר זעט עס אויס גאנץ שוואכע ראוית.
ביי דע וועי .איז נישט די גאנצע זאך אז משה האט זיך פורש געווען פון זיין ווייב אן אגדתא? שטייט עס קלאר און די תורה אוך געדענק נישט.

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 4:09 am
דורך יאיר
אויב דו פרעגסט מיר, איך האלט אז די ביידע ראיות זענען פיל שטערקער ווי רוב דרשות חז"ל, די ראיה פון משה איז א פשוט'ע ראיה הגיוני, און פון בריאת אדם וחוה איז אויך גאנץ כמעשה. דאס אז משה האט זיך פורש געווען איז א דרש פון ואתה פה עמוד עמדי, און משה אליין האט אנגעבליך גענוצט א קל וחומר, ממילא איז דאס זיכער א הלכה'דיגע דרש.

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 4:29 am
דורך נולד מאוחר
יאיר האט געשריבן:אויב דו פרעגסט מיר, איך האלט אז די ביידע ראיות זענען פיל שטערקער ווי רוב דרשות חז"ל, די ראיה פון משה איז א פשוט'ע ראיה הגיוני, און פון בריאת אדם וחוה איז אויך גאנץ כמעשה. דאס אז משה האט זיך פורש געווען איז א דרש פון ואתה פה עמוד עמדי, און משה אליין האט אנגעבליך גענוצט א קל וחומר, ממילא איז דאס זיכער א הלכה'דיגע דרש.

משה רבינו איז געווען א ספיציעלע מצב וועס מאכט זיך נישט יעדען טאג.(איך ווייס די גמ'פרעגט עס)
אויב פון משה?ווער זאגט מ'דארף צוויי? ער האט פונקט דעלמאטס געהאט צוויי . אפשר ווען ער האט ווען איינס וואלט ער זיך אויך פורש געווען.
פון ווי ווייסען חז''ל.אז משה האט געמאכט א קל וחומר? איז עס א געסינג געם?
דו גאנצע פורש זיין זעט אויס ווי אן אגדתא. סאיז א קל וחומר מופרך .די אידן האבן זיך פורש געווען איין טאג משה רבינו פאר א גאנץ לעבן.

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 11:24 am
דורך קאווע טרינקער
[justify]די שמועס ווערט טיפער און ברייטער, ס'כדאי ביידע צדדים זאלן מסכם זיין און אויסקלארען זייערע שיטות ביז אהער.

כ'וועל נישט מאריך זיין, ווייל דער עולם גרייט זיך צו פארן צום רבי'ן אויף שבת, כידוע מפי חסידים, מצוה בא יותר מבשלוחו.

בנוגע די מליצות און שיינקייט פון די פסוקים. ס'טאקע זייער שיין. זעה 'תפארת ישראל' אויף די ערשטע משנה אין פרק 'חלק'. אבער יש מקום להעיר, אז אונז זעהן נאר די שיינקייט דערפון ווייל מיר זענען שוין צוגעוואונט צו דער שפראך. אונז זענען אויפגעוואקסען מיט די תורה, און קענען שוין די פסוק "השומר אחי אנכי" נאך איידער מיר האבען געהאט א מושג וואס פאעטרי איז בכלל.
בענין דרשות חז"ל, פון וואו זיי נעמען די רשות און power ארויפצוצווינגען אויף אונז זייערע דרשות. איך הייב נישט אן צו פארשטיין די קשיא, און היות קלוגער זאגט אז איך בין 100% נישט גערעכט, גיבט מיר ביטע דעם רשות הדיבור:

חז"ל פרעגן אויף דעם פסוק 'תענו את נפשותיכם', יכול ישב בחמה או בצינה כדי שיצטער? – די תורה וויל מ'זאל זיך פייניגען אין 10'טען פון 7'טע חודש, פרעגן די חכמים, 1000 יאר נאך מתן תורה, וואס מיינט "תענו", זיך פייניגען דורך וואס? שוויצען? זיך פארקילען? – תלמוד לומר 'וכל מלאכה לא תעשו', מה מלאכה שב-ואל-תעשה, אף עינוי נפש שב-ואל-תעשה. די גמרא איז נאך אלץ נישט זיכער ביי זיך, און איז ממשיך אז לפי זה, שב ואל תעשה, קומט אויס אז דער מענטש מוז בלייבן א גאנצען טאג, איינמאל אין יאר, אויף די איין פאזיציע, היץ אדער קעלט: ואימא, איך וועל זאגן, היכא דיתיב בשימשא וחיים ליה, אין פאל ער זיצט אין די זין און ס'איז אים הייס, לא נימא ליה 'קום, תוב בטולא', גייען מיר אים נישט זאגן 'שטיי אויף, זיץ אין די שאטן'; יתיב בטולא וקריר ליה, אויב זיצט ער אין די שאטן און ס'איז אים קאלט, לא נימא ליה 'קום, תוב בשימשא', גייען מיר אים נישט זאגן 'שטיי אויף, זיץ אין די זין'. – דאס איז ריכטוג אפגעטיישט 'שב ואל תעשה', א בחינה פון "אלעס בלייבט ביים אלטען". איר קענט זיך פאָרשטעלן דער מצב בשעת מעשה – די שרעקעדיגע שרעקליכע רגעים – אין בית-מדרש אין ציפורי. די יונגע תלמידים זענען בלאס געווארן פאר גאנצע עטליכע מינוט, נישט קענענדיג גלייבן אז אין די קומענדיגע יום-כיפור וועט מען דארפען זיצן אין קלאָצען אויף איין פלאץ היץ אדער קעלט! נאך-א-מזל, איינע פון די עלטערע חכמים האבן געטראפן א וועג ארויס פון די כמעט גע'חתמ'טע גזירה. ברוך השם.

צום סוף, נאך אזא שווערע טאג מיט פלפולי דאורייתא, זענען אלע תנאים געווען ביים מיינוג, אז כוונת התורה איז צו אסר'ן יעדע געזונטע גדול בישראל, מאן און פרוי, מיט: אכילה, שתייה, רחיצה, נעילת הסנדל, און מאחורי הפרגוד. – ס'איז באמת א פלא גדול וויאזוי אזא מאדענע תקנה איז נתקבל געווארן אין כלל ישראל. מילא רחיצה, נעילת הסנדל ותשה"מ איז נישט געווען אזא גרויסע חידוש, ווייל כבר נשמע כמוהו באבלים, על אף ס'איז א דרבנן, אבער ס'איז געווען א מקובל'דיגע זאך אויף דער וועלט, אז ווען מ'קלאגט אויף א נאנטען איז מען זיך מונע פון רחיצה וכו'. אבער נישט עסען און נישט טרינקען? זייט ווען איז דאס געהערט געווארן? וואו אין די תורה זעהט מען אזא מושג בכלל?
ווען ה' זאגט פאר משה "וזבחת מבקרך ומצאנך אשר נתן ה' לך 'כאשר צויתך'" – זאגן חז"ל, מלמד שנצטווה משה על השחיטה. וואו אין די תורה שטייט די צענדליגע הלכות וואס חז"ל דרשנ'ן אין מסכתות חולין, זבחים ועוד בדיני שחיטה?

די תורה זאגט מ'זאל שניידן די "ערלה"! ווייסט איינער ערלה מ'רעדט דא? ערל שפתים? ערלת הלב – אפשר?

און בכלל, פארוואס האט ה' געגעבן א תורה וואס איז געווען כספר חתום ביז חז"ל האבן גע'דרש'נט און צום ערשט מסביר געווען די פשטות תנאי המצות?

ליבע פריינד, חז"ל האבן נישט מחדש געווען די חמשה עינויים, דיני שחיטה, ועוד ועוד, זיי האבן סך-הכל געזוכט א רמז, בדרך דרש, וואו אין די תורה ס'איז מרומז דער הלכה למשה מסיני.
אמאל זעהט מען ווי חז"ל געבען זיך א גוטע דריי-ארויס מיטן אויסרייד "הלכה למשה מסיני". יא יא, האסט נישט קיין מקור, האסט נישט קיין דרש, דאן די בעסטע תירוץ איז "הלכה למשה מסיני"! – תא שמע. אין 'הלכה למשה מסיני' ליגט אלעס אלעס וואס איז נוגע צו פארשטיין די תורה און אירע מצוות. די חמשה עינוים פון יום-כיפור איז געווען אַן הלכה-למשה-מסיני אלע יארן ביז חז"ל האבן דאס דורש געווען פון א פסוק און געזאגט "דא שטייט דאס". אלע אנדערע הלכות, שיעורין חציצין ומחיצין וואס חז"ל האבן נישט דורש געווען פון פסוקים, איז געבליבן א פשוטע הלכה למשה מסיני, אזוי ווי מ'האט געהאט מקובל איש מפי איש עד משה רבינו.
די אלע זאכן זענען פשוט מאוד מאוד. ולא כתבתי אלא להסביר למי שרוצה להבין ענין "דרשות חז"ל" לאמיתן.

כל זה בנוגע דרשות חז"ל ארויסצולערנען הלכות וואס זענען געווען נתפשט ביי כלל ישראל מיום נתינת התורה. – בנוגע דרשות אין אגדה, דארף מען פארשטיין אז חז"ל האבן אסאך מאל גערעדט בלשון גוזמא, כדי ארויסצוברענגען דעם רעיון, על אף ס'איז נישט ממש געווען אזוי במציאות. איר מיינט טאקע אז רב אשי, דער מסדר התלמוד, האט אריינגעלאזט אין מסכת בבא-בתרא די מאדנע געשענישן וואס רבה דער זון פון דער זון פון חנה (און קורצען: רבב"ח) האט פארציילט, אן דעם וואס ער – רב אשי – האט פארשטאנען די כוונה? יתכן אז בשעתו איז געווען קלאר וואס די מעשיות מיינען, און זיי זענען געשריבן געווארן בדרך רמיזה בדוקא, צוליב סיבות ידיעות, און יעדער האט געוואוסט אז ס'איז נאר א משל. - און אנדערע ווערטער די מפרשי האגדה זיכען נישט צו מאכן א cover-up כדי אוועק צו נעמען פון די attention די תמהיות וואס pop'ען up בליקענדיג אין די סארט מאמרים. נאר וואס דען? יעדער ווייסט אז מתחילה האבן די מאמרים באדייטעט א רמז וואס איז געווען ידוע בשעתם, און פאר אונז זענען די מאמרים open פאר דרוש, רמז, סוד, יעדער לויט זיין געשמאק.

אבער דער פריערדיגען כלל, אז חז"ל האבן גארנישט מחדש געווען, נאך סך הכל "מראה מקום אני נותן לך", איז אויך גילטיג ביי אגדה (אמנם בהלכה זה יסוד מוצק, ובאגדה זה כלל שיש חוץ מן הכלל). בפרט אין נ"ך ווי חז"ל נעמען ארויס די פשוטע ווערטער און זענען דאס ממתיק אז "ס'איז נישט ממש אזוי, ס'איז נאר צוליב... וועגן דעם שטייט אזא לשון", ותמצא כזה הרבה.[/justify]

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 11:48 am
דורך קאווע טרינקער
[justify]און יעצט Let us take a break, לאמיר זיך אריינלייגען אין עולם הדמיון:

הנני מגלה דעת, שאין כוונתי חלילה לליצנות על גדולי ישראל חלילה וחס. אבל עת לעשות לה' הפרו תורתיך. מנסה אני בזאת להסביר בדרך משל דרכי רבותינו באופן פרשנותם את פסוקי התנ"ך, אשר לפעמים נראים כדוחק וכבלתי מוכרח. משתמש אני בתולדות ימי קהילת סאטמאר, כיון שהם ומעשיהם מפורסמים לכל. אם אתה, קורא יקר, משתייך לקהילת סאטמאר ב', ומידתך נוח לכעוס וקשה לרצות, אציע את מעלתך לשתות קפה באשכול אחר.

Ready?

אין יאר ה'תש-"-, איז אפיר געקומען קיין ברוקלין א נביא השם, פון ארץ ישראל פאשטייט זיך. רבנים דאהי האבן באשטעטיגט אז יא, דער איז אן עכטער נביא, אע"פ ער איז מאחב"י הספרדים, צו בחירות איז ער קיינמאל נישט געגאנגען, ער האט איין עלטער-פעטער וואס איז געווען פון די מקורבים, וכו' וכו'. ער איז כשר. און דער נביא קומט מיט א קליינעscroll געשריבן אין אשורית, מיט די נאמען "ספר יואל ב'" – דארט שרייבט דער נביא בשם ה', אין צוויי קורצע קאפיטלעך, די בראשית יארן פון אמעריקא! אמת'ע מעשה.
אינעם באשטימטען צייט און פלאץ, ערשיינט דער נביא בפני קהל ועדה, און ער ליינט פאָר ספר יואל ב' מילה במילה! – איבער דעם מצב אין שוהל בשעת מעשה וועל איך נישט מאריך זיין, ס'איז געווען טישען אויף בענק, פון ווייבער שוהל האט מען געהערט בכיות פון התרגשות, עלטערע אידן זענען געווען שאקירט, אינגע האבן גע'חלש'ט, בקיצור, ס'איז געווען א מעמד נורא ואיום.
איך וועל נאר מצטט זיין נאר די ערשטע 20 פסוקים פון דעם ספר, וואס זענען נוגע לעניננו, און די דרשות חז"ל אויף דעם.
א. וַיְהִי דְבַר ה' אֶל יֹואֵל בְּצֵל תּוֹמֵר בְּאֶרֶץ אֶדוֹם:
ב. אֶת עַמִּי יִשֹרָאֵל לֹא כִּלִיתִי, וְאֶת בְּרִיתִי זָכַרְתִּי:
ג. וְאֶעֶשֶֹה אוֹתְךָ לְגוֹי גָדוֹל וְעָצוּם, בְּאֶרֶץ חַדָשָּׁה לֹא זְרוּעָה:
ד. כֹּה (כא כתיב) אָמַר ה', אַל תִּירָא וְאַל תֵּחָת (תחש כתיב), אָנֹכִי אֶהיֶה עִמְּךָ:
ה. וַיְהִי יוֹאֵל מֶלֶך בְּיִשְֹרָאֵל, עַל פִּיו יֵצְאוּ וְעַל פִּיו יָבוֹא לַמִלְחָמָה:
ו. עוֹבְרֵי דֶרֶך אֶצְלָם יֹאכְלוּ, אֶבְיוֹנִים וְדַלִּים שָּׁם יִתְּמְכוּ, ורב טוב עשה בישראל:
ז. ויוכיח יואל את אַגֻדַּת יִשְֹרָאֵל, ויאמר להם אל תפנו אל עובדי אלילים ובמשכנותיהם לא תשבו:
ח. ויקרא ליוסף האשכנזי לאמר, האספו לי עבדי, נתן יוסף עזריאל:
ט. ויקם ממטתו ויאמר להם, תש כחי והנני הולך בדרך כל הארץ:
י. ואתם מצאו חן בעיני, זכרו תורת משה, ולא תשקרו בשמי לשקר: ס
יא. אחרי הדברים האלה, ויאסף יואל אל עמיו אל ישראל הכואבים:
יב. ויצעק משה בן אחי יואל אל ה', שלח נא ביד תשלח:
יג. וירבו הרוצחים בישראל, ולא חמו על דל והאלמנה:
יד. ויצעק משה אל ה', נקום נא את דמי הנשפך:
טו. ויאמר ה' אל משה, הנה אנכי עמך, ושונאך בבור אשים: ס
טז. ויהי כי זקן משה ויקרא לבניו לאמר, בני בכורי אהרן:
יז. והסריסים אשר על לחמו אמרו, אין למלך אם טוב ואם רע:
יח. והאיש משה הולך וגדול, ממימיו שתו ומלחמו אכלו:
יט. ומשק ביתו הוא אליעזר, צוה על הצעיר אדרת שער:
כ. ויהי בחודש האביב, ויחלף כוס הבכור לפני הצעיר.


(sorry פארן נישט צוענדיגען די ניקוד. מיינע אויגן קלעבן שוין)

100 יאר נאך די גילוי פון דעם כתב-יד דורך דער ספרדישער נביא, איז ערשינען א פירוש רש"י מלוקט פון מפרשים וואס געדענקען און האבן במסורה די היסטוריה פון די בראשית יארן.

(א) בצל תומר. אמר רבי יצחק, וכי יש תמרים באינטרלאנד, והלא לולבים ממצרים הביאו. אלא לרמז על שמו, וזכות אבותיו, וזה שאמר הכתוב, בצל תומר, בזכות אבותיו למשפחת התמרים. – בארץ אדום. וכי בארץ אדם היה והלא באירופא היה, אלא ארץ שכולו דמים על ידי גרמניא הרשעה ששפכו דם ישראל בכל ארצם, ועתיד הקב"ה לעשות נקמה בגוים.
(ב) את עמי ישראל. לאמר לו, אע"פ שעתיד אתה להוכיח את ישראל, מכל מקום בני הם והליץ בעדם זכות ויושר, כדי לקיים את בריתי שהבטחתי לאבותם אברהם יצחק ויעקב.
(ג) גדול ועצום. לרבות שבטי סאטמאר שעתידים להיקרא על שמו, בני יואל, אהרונים וזלונים שאפראן ועוד. – בארץ חדשה. וכי חדשה היה, והלא כבר היו שם תורה ודעת. אלא לומר לך, תורה ודעת היה אבל תורה ויראה לא היה עד שבא יואל והחזירם למוטב. דבר אחר, גוי אחת גדול שתים ועצום ארבע, לרמז לו על ארבעה בנינים גדולים מעל גשר וואשינגטאן בלע"ז שתחת יד תלמידו.
(ד) כה. כא כתיב לרמז על יום כ"א כסלו, יום הצלתו. – אל תחת, תחש כתיב לרמז על שנת תש"ח, והזהירו הקב"ה שלא ירא מפני העם שיעמדו נגדו, והבטיחו הקב"ה שלא יעזבנו.
(ה) מלך בישראל. והלא באותה תקופה לא היתה יד ישראל תקופה. אלא לומר לך כמלך, מה מלך משרתים רצים לפניו אף כאן וכו', מה מלך אין מלך בלא עם, אף כאן וכו', כמו ששנינו במושיען של ישראל. למלחמה. – והלא לא היו להם כלי זיין, אלא על מלחמתו של תורה ואמונה. ומאי יצאו ויבוא, אחד למאנהעטן ואחד לוואשינגטאן.
(ו) עוברי דרך. דרש רבי נחמן, למה כתב מדת החסד בין שני תוכחות (למלחמה בפסוק ה, ויוכיח בפסוק ו) ללמדך צדקתו של אותו צדיק, שאע"פ שלא חס על כבודו והוכיח בשער, הרבה לעשות עמהם חסד וצדקה. והיינו דאמר קרא עוברי דרך, אע"פ שלא הלכו בדרך הישר. – אצלם. אצלו אין כתיב כאן אלא אצלם, הוא ואשתו, ששניהם שקולים במצות צדקה. – יתמכו. יתמוכו אין כתיב כאן אלא יתמכו. לשון הפעיל, שהפעיל על אחרים לתת צדקה. – ורב טוב. אמר רבי ליפא, רמז על הצלת יהודי פרס.
(ז) עובדי אלילים. כאן קורא להם אלילים, ולמעלה כתיב אגדת ישראל, אלא ודאי ישראל היו, אלא ללמדך ששוה בחירות במדינה כעובד אליל. וכל כך למה, מפני שתומכין בתי תיפלתם מעלה עליהם הכתוב כאילו תמך בם. – ובמשכונתיהם, לשון רבים, הן משכן התחתון והן משכן העליון, קאליציע בלע"ז.
(ח) האשכנזי. וכי אחרים ספרדים היו, אלא כך שמו. – עבדי, וכי לא יודעים שנתן יוסף ועזריאל עבדיו היו, אלא לרבות אלו שני העבדים, לייבוש סענדר. - נתן יוסף עזריאל. אמר רבי זלמן, כך מקובלני, נתן יוסף ועזריאל שני אנשים היו, נתן יוסף תופס ישיבה, ועזריאל משרת. והקדים נתן יוסף לעזריאל, מפני כבוד התורה.
(ט) תש כחי – אמרו רבותינו, אותה שנה תשכ"ח היה.
(י) תורת משה – יש מרבותינו אמרו, זה משה בן דודו, ואמר להם שהוא יכהן אחריו. ויש אומרים כי על ספרו מסר להם, שלא ישכחו את תורתו שבכתב. – ולא תשקרו בשמי. וכי חשד בהם חלילה, והלא מצאו חן בעיני, אלא צפה ברוח קדשו שעתידים ישראל לשקר בשמו ולזה הזהירם כי יעמדו בפרץ ויתנו יד למשקרים.
ולמה פרשה זו חלוקה בס', לומר לך כי מעת ההוא עד יומו האחרון, נסתמו לבן של ישראל, ולא באו אל אוהל מועד כבראשונה.
(יא) אל עמיו אל ישראל – וכי עמיו לא בכלל ישראל הם, אמר רבי פפא, לרבות ישראל שלא מעמיו. באותו היום הודו כולם כי לשם שמים נתכוון אותו צדיק ובאו לחלוק לו כבוד האחרון. – הכואבים. רמז על יום פטירתו, כ"ו לחודש אב.
(יב) ביד תשלח – אמר משה לה', לא עלי להנהיג את ישראל כי אם ביד בני אהרן. צעיר הוא, ואנכי אחזיק את הכסא עד כי יגדל. וזה הרמז נא-ביד, נוטריקן: נהיגת דודי ימלא בני אהרן.
(יג) הרוצחים – וכי סלקא דעתך רוצחים ממש היו, אלא לומר לך שהשרים בבית המלכות נטלו את משרתם של מרביצי תורה בישיבה ונתנוהו לקרובים שלהם, ועי"ז סבלו הראשונים חרפת רעב, ועני נחשב למת. אמר רבי נתן, וכולם נענשו.
(יד) את דמי. את לרבות דמי בניו.
(טו) בבור אשים, זו משפחה חשובה בישראל, שהרבו במחלוקת, וסופם שנתפסו על ידי המלכות.
(טז) בני בכורי אהרן – התחיל לומר להם דברי צוואה, והופסק על ידי סריסיו. וזה המשך הכתוב, והסריסים וגו'. –
(יז) אשר על לחמו. לחמו ממש, כי כל הונו ורכושו גזלו ונתנוהו על שמם. אין למלך אם טוב ואם רע, כלומר, אין המלך ראוי לומר טוב, מפני הזקנה והשכחה. ואם רע, ויו המחלק, כי דברים רעים כן אמרו בשם המלך.
(יח) והאיש משה, זו משה גבאי. - ממימיו שתו וגו', אמר רבי יהודאי בן בלאטאי, וכי פזר נתן לאביונים, אלא לרמז על כתביו ועיתוניו, וכל העם קוראים אותו עד שהתחילו להאמין בהם.
(יט) אליעזר. זה אליעזר עץ-ערמון, שהטיל מלאי בכיסו של משה גבאי. – צוה על הצעיר, זה זלמן לייב. – אדרת שער, לבוש מלכות.
(כ) חודש האביב. פסח היה. – כוס הבכור, זו כוס של קידוש. ומפני כבודו של אותו צדיק שנכשל בברכה לבטלה, שינה הכתוב. – לפני הצעיר, מתוך שלא מחה מעלה עליו הכתוב על שמו.

200 יאר נאך דעם וואס דער פירוש איז געווען מקובל אין כלל ישראל, זענען אפיר געקומען מבקרי המקרא:

האט איר באמערקט וויאזוי יעדע דרש איז עפעס אזוי אריינגעקוועטש אין דער פסוק אזוי בדוחק? פארוואס זאל "גוי גדול עצום" מיינען די 4 גרויסע בנינים, העכער די דז'ארדז' וואשינגטען בריק וואס געהערט פאר מענדל שווימער?
אפשר "אצלם" איז א טעות, און ס'דארף עכט שטיין "אצלו"? פון וואו נעמט רש"י אז די רביצין איז געווען א בעלת חסד?
מהיכי תיתי אז "רוצחים" מיינט נישט רוצחים כפשוטו? אלץ קומען חז"ל און פארדרייען די פשט, כדי ס'זאל אויסקוקען אביסעל בעסער!
מ'קען יעדע רש"י דא צולייגן און אפרעגען. Big deal, שטייט עבדי נתן יוסף עזריאל. וואס איז שלעכט צו זאגן אז "עבדי" גייט ארויף אויף די צוויי וואס ווערן אויסגערעכנט גלייך דערנאך אין פסוק. מהיכי תיתי אז לייבוש און סענדער, וואס ווערן קיינמאל נישט דערמאנט אין גאנץ ספר יואל, זענען געווען צווישען די גערופענע?
ווער זאגט אז משה גבאי האט נישט געטיילט צדקה, אז דער פסוק מוז ווערן פארדרייט דורך רבי יהודא"י אז דאס איז א רמז אויף א צייטונג מיט די נאמען "דער איד". – אזא קרומע פשט!
און אזוי ביז די לעצטע פסוק, פון וואו ווייסט רש"י אז חודש האביב מיינט דער סדר נאכט?

איך וויל צוריק גיין צו פסוק ו', רש"י זאגט דארט: רב טוב. רמז על הצלת יהודי פרס. – כולו מקשה. זייט ווען האט דער נביא זיך באשפעטיג מיט דעם? ועוד, לויט א פרישע מחקר פון University of Old Williamsburg איז נישט דא קיין איין משפחה אין סאטמאר וואס ציעט יחוס קיין פרס! ע"כ איז זייער שווער צו זאגן אז דער "דרש" איז ריכטיג. – אבער דער מהרש"א אויפן פלאץ איז שיין מסביר: דער ר' ליפא איז דער זעלבער וואס איז געווען א גבאי, ווי מ'זעהט שוין אויף אן אנדערע פלאץ, ער האט מאריך ימים געווען, און ער האט עדות געזאגט אז אין די תקופה וואס איז געווען שווער פאר די אידן אין איראן, האט דער נביא יואל מייסד געווען א מוסד מיט דער נאמען "רב טוב", וואס האט זיך אפגעגעבן מיט הילף וואס פעלט אויס ארויסצוברענגען פליטים פון דארט קיין וויען וכו'.

דער צל"ח השני (ציון לנפש חיה – ר"ת ח'יים י'הושע ה'לברשטאם איידעם פון ר' משה ט"ב) ברענגט צו וואס ער האט געהערט פון אן אלטע גאלאנטע אייניקעל וואס געדענקט אז זיין זיידע דער גאלאנטע רב איז געווען פון די רבנים אין "רב טוב" – חכם יצחק אבטיל אין "מאמר צל"ח המזויף" פרעגט דאס אפ בכל תוקף, ער ווייזט אויף אז גאלאנטע רב איז אוועק ביים צווייטען וועלט קריג! און די פראבלעמען פאר די איראנ'ע אידן האט זיך ערשט אנגעהויבן אין די מיטעלע ת"ש יארן, וכו' וכו', מתוך כך קומט ער צו צו דער מסקנא אז א תלמיד טועה האט געשריבן דעם ספר צל"ח השני מהחל ועד כלה אין דאס תולה געווען באילן גדול. שלמה קורמאן אין מאמר "כשהלברשטאם נעשה טייטלבוים" קומט צו צו דער זעלבער מסקנה אבער פון אן אנדערע נקודה, לדעתו, איז הרב הלברשטם געווען א באבוב'ער און אין דעם גאנצען ספר ווערט קיינמאל נישט דערמאנט רביה"ק מבאבוב, נאר רביה"ק מסאטמאר, וכו'. ע"כ איז א הכרח אז רב הלברשטאם האט נישט געשריבן דעם חיבור בכלל.

אויף די ווארט "הכואבים" זאגט רש"י, רמז על יום פטירתו, כ"ו לחודש אב. פראפעסער מייק לערנער וועט שרייען חי וקים, אז ס'איז קיין שום ראיה פון דעם פסוק, צוליב דעם וואס די לשון איז נאר א מליצה, גענומען פון פרשת שכם בן חמור. – דא האט זיך שוין ארייגעמישט א גרויסע שטערן בעולם הkiruv, און מיט די כוח פון "סיני" וועט ער אפפרעגן דעם "עוקר הרים". ער האט געטראפן אן אינטערוויאו אויף קול מבשר (די ערשטע אידישע ראדיא סטעשיען אין אמעריקא) וואס דארט הערט מען קלאר אז די פטירה פון נביא איז געווען ביום כ"ו אב.
אויך זעהט מען בחוש, טענה'ט פראפעסער מייק לערנער, אז דער נביא האט מורא געהאט פון די ליטאים (און וועגן דעם האט ער נישט געשטיפט צו מאכן אן עירוב אין ברוקלין) און דערפאר האט ער מוכיח געווען די חסידים, אגודת ישראל, און נישט די ליטאים פון דגל התורה. ערשט אין די תקופת פון נביא משה, ווען סאטמאר איז שוין געווען גרויס און שטראק, זעהט מען לראשונה רמזים פון הוכחה א קעגן די ליטאים אויך. – וועט קומען צו גיין איינע פון די אלטע סאטמארע אמוראים און זאגן: שעפלע, אין די צייטען פון נביא יואל איז נאך נישט געווען א פארטיי "דגל התורה". – ווען קומען אן אויפגעקלערטע בעלזא'ער און זאגן: דע סאטמארע וועלן אויסדרייען פסוקים רעכטס און לינקס, אבי ס'זאל שטימען.
--
איך פאָר אוועק פון די מכוון. ס'איז 3 אזייגער, איך פאל שוין צוזאם. - איך וויל צוקומען צו איין זאך. די אלע רמזים פון רש"י דא זענען אמת ויציב. איך האב געשריבן די אלע פסוקים מיט די דרש אין קאפ בשעת מעשה. אז כ'האב געזעהן אז א פסוק האט נישט קיין דרש'לע, האב איך געטוישט דער פסוק, צוגעלייגט א "את", ארויפגערוקט און אראפגערוקט. ס'איז נישט שייך צו זאגן אז די דרשות האט רש"י, אדער די מדרש פון וואו רש"י איז מצטט, איז אבי גערעדט. ווייל איך, קאווע טרינקער האט געשריבן ביידע, סיי די מדרש און סיי די פסוק, אין די זעלבע שעה.
אז איינער וויל זיך עשק'נען אין זאגן אז די נבואה צו נביא איז געווען אונטער א תמר בוים ממש, כל הכבוד, געזונטערהייט, ס'טוישט נישט היסטוריה. אבער אמת איז דאס נישט. נישט דאס האב איך געמיינט מיט "בצל תומר".

להבדיל מיליון הבדלות.

חכמינו זכרונם לברכה האבן געהאט מקובל די מעשה מיט די פרטי הסיפור, אסאך מער מפורש ווי ס'געשריבן אין תנ"ך. במשך זייער תקופה האט יעדע בעל דרשן געטראפן אין די פסוק א רמז (א רמז מיינט אנצוצייכענען) און א זכר אינעם פסוק צו יענע-און-יענע פרט פון די לאנגע מעשה.
---
איך בין אויסגעשעפט, איך זעה שוין נישט גראד. לאמיר ענדיגען.
אתה הראת לדעת וואספארא גרויסע טיפשים די מבקרי המקרא זענען. און ווי אומוויכטיג ס'איז זיי אפצופרעגן. איך און דו ווייסען גאנץ גוט אז אלע דרשות און רמזים אין ספר יואל ב' זענען אמת ויציב. איי ס'שטימט נישט, און מ'וועט בהכרח מוזן איינזעצען אז ס'איז געווען "תרי רבני גאלאנטע הוה", איינס פארן קריג און איינס נאכן קריג. - ס'זעהט אויס ווי די גמרא האט נישט קיין פראבלעם צו באשאפען רבנים וכו' אבי ס'זאל שטימען. אין פאקט האבן די אויבענדערמאנע חוקרים פערזעהן געוויסע אינפארמאציע. ווי למשל אז ר' חיים יהושע ה"ש האט סערווירט א סאטמערע עולם, און פאר זיי האט משפיע געווען פון תורת רביה"ק מסאטמאר. - גראדע האט דער סעמינער ערכים לעצטענסט געטראפן א שטיקל דרשה פון ר' חיים יהושע, געזאגט געווארן אין באבוב, ביי א יום-עיון, מ'זעהט דארט קלאר ווי תורת מהר"ש מבאבוב איז רגיל על לשונו. אין אנדערע נייעס, איז אויף קאווע שטיבל געמאלדען געווארן דורך יידל אז מ'האט געטראפן אין ניו יארק (א שטאט אין אמעריקא) אלטע פאפירן מיט די נאמען "דער איד", וואס דאס באשטעטיג די רש"י אין ספר יואל! מה אהבתי תורתיך! - אבער פראפעסער נולד-מאוחר ווייזט אויף אז ס'ווערט קיינמאל נישט דערמאנט אז דער צייטוג איז געווען בבעלות משה גבאי, ועוד, צייכענט kliger אהן, אז דער איד איז געווען אן ארגען פון אומאפהענגינגען קהילות, דאס הייסט אז אפילו אנדערע קהילות האבן דאס געליינט. ע"כ איז יידל'ס אויפטרעף נישט סטאביל.

יא יא, אזוי קוקען מיר אויס.

איך בין שוין לאנג צוגעקומען צו דער מסקנה, אז "היסטוריה" איז מלא וגדוש מיט שקרים וכזבים, ס'איז כמעט אומעגליך צו וויסען דעם אמת. – והראיה, אז מידי שבוע בשבוע קומען ארויס פון דרוק צייטונג מיט הוילע שקרים און גוזמאות אן קיין מסגרת!
אז איינער פון אונז וועט זיין בין החיים אין 100 יאר ארום, זאל ער נישט זיין surprised צו ליינען אינעם המודיע אין אידיש אן ארטיקל מיטן טייטל "דאס לעבן אין שאפן פון אידן אין אמעריקא צווישען דער צווייטער און דריטער וועלט קריג", וואס בתוך הדברים וועט שטיין אזוי:
דער טיפישער בעל-הבית, אפילו נישט דער תלמיד-חכם, האט געהאט א טעגליכע שיעור אין רמב"ם, תניא, חפץ חיים, בנוסף צו די עטליכע שיעורי גמרא ווי דף היומי, עמוד יומי, און ישראל ואורייתא. – דאס זעהט מען וואס דעם וואס די טעגליכע בלעטלעך, לוח המודעות, דבר יום ביומו, לוח הציבור, גוט מארגן וכו, אלע אלע האבן געפילט פאר וויכטיג צו שענקן - אין די געצוימטע פלאץ אויפן צעטעל – די סדר הלימודים לויט די אויבנדערמאנטע שיעורים. די סיבה פארוואס "דער בלאט" און "דער איד" האבן נישט באריכטעט שיעורים אין דף היומי איז צוליב דעם וואס זיי זענען ערשינען נאר איינמאל א וואך.

אין דער שטאט בארא פארק, עטליכע קילימעטער פון 500 בעדפאורד, האבן געוואוינט אידען אין מעכטיג ריזיגע גרויסע הייזער. אזוי ווייט, אז דער ווערדאנע רבי (עלטער זיידע פון היינטיגען ווערדאנער-מאנסי רבי) האט געפראוועט, אלץ גאסט אין שטאט, פרייטאג צו נאכט'ס אין זאל פון בית יעקב (היינט א קלויסטער ל"ע) און שאלאשידות האט ער געפראוועט אין הויז פונעם אכסניא. – ס'איז נאר א פלא פארוואס ער האט נישט געפראוועט דארט, אין די אכנסיא, פרייטאג צו נאכט. לויט ווי אן אייניקעל, וואס כ'האב גערעדט מיט, גיט איבער דעם מערכת, איז דער סיבה דערצו געווען כדי נישט צו שטערן די שכנים פונעם בעלי אכסניא, משא"כ שבת נאכמיטאג איז דער חשש נישטא. ודפח"ח ושפתים ישק פה אל פה.

היסטוריה איז אינטערסאנט צו ליינען, אבער צוויי שרייבער קענען אראפלייגן צוויי אנדערע images פון די זעלבע קהילה אין די זעלבע תקופה, און ביידע וועלען האבן שטארקע מקורות.[/justify]

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 12:00 pm
דורך יידל
דיין הערה איבער היסטאריע איז אן אלטער מחלוקת הפוסקים, זע מער באריכות http://en.wikipedia.org/wiki/Philosophy_of_history

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 12:05 pm
דורך נולד מאוחר
קאוע דיין מהלך איז די רמב''ם'ס מהלך?
לויט דעם ווען סדא א מחלוקה צי מדארף האבן א זכר ונקבה אדער שני זכרים, איז.א מחלוקה וואס איז מקובל . ב''ש.שרייעט מיין קבלה איז אזוי ב''ה שרייעט מיינס איז אזוי.
פארוואס קומט דאס קייממאל נישט ארויס און גמ' אזוי? דו גמ' נוצט די וערטער מנלן און ברענגט א ראיה פון פסוק.
וועסטו טנעהן סאיז נאר אן אסמכתא .אויב אזוי פארוואס פרעגט די גמ' פארוואס די צווייטע מד' לערענט נישט ארויס פון די פסוק?
ס'איז דאך סך הכל אן אסמכתא. וואס פרעגסטו פארוואס איך ניץ נישט מיין בר פלוגתא'ס אסמכתא?

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 12:13 pm
דורך קאווע טרינקער
איך האב שוין אויבן געזאגט, אז לויט געוויסע, האבן חז"ל געהאט די כוח פון טוישען זייער קבלה - על זמן ס'שטימט מיט די י"ג מידות שהתורה נדרשת בהן. בפרט ווען א צווייטער שטייט און שרייט אז זיין קבלה איז אנדערשט. ממילא, שמאי שרייט צו הלל: דו זעהסט נישט אז מיין קבלה איז ריכטיג? קוק נאר אריין אין די פסוק! הלל האט זיך נישט געלאזט, און אפילו נישט מטיל ספק געווען צו טוישן זיין מסורה, הן ווייל ער האט אויך א פסוק אויף זיין זייט, והן שמאי'ס פסוק איז נישט קיין הכרח אויף דעם לימוד.
ועוד, מהיכי תיתי אז ס'איז געווען א מסורה בנוגע די מצוה פרו ורבו? יתכן אז מ'האט פארגעסען מיט די צייט, ס'איז נישט געווען נוגע למעשה ווייל מ'האט מקיים געווען ולערב אל תנח, ס'איז נישט געווען קיין שובבים שיעורים. שטארק מעגליך אז ס'איז נישט געווען א קלארע דין. ע"כ רייסען זיך ארום שמאי און הלל וואס די כוונת התורה איז.

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 12:26 pm
דורך נולד מאוחר
איך בין צימישט. לויט דעם.זענען די פסוקים יא א שטארקער פעקטאר און די הלכה נישט סתם ארויף געשמירט אויפן פסוק לזיכרון בעלמא.
דעלמטאס מיזן די דרשות זיין גאנץ מוכרח.

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 12:28 pm
דורך קאווע טרינקער
די הלכות זענען געגעבן געווארן נאך פאר די תורה איז געגעבן געווארן.

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 12:30 pm
דורך יידל
קאווע, איך קען יעצט נישט מאריך זיין אבער כ'מיין אז דיין מהלך איז א פראבלעם מצד די טויזענטע דרשות חלוקות וואס זענען פארהאן.