בלאט 5 פון 10
נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 12:07 pm
דורך הויזן טראגער
ווען די גייסט אריין ביי די אינפארמעישן פון די גרופ איז דא א אפשען צו מאכן MUTE פאר די גרופ
נשלח: דינסטאג מאי 06, 2014 7:11 pm
דורך אפריקאנער
אלזא נאכאמאהל: איז דא א אפציעלע וועג צו קענען האבן וואטסעפפ אויף א אייפעד?
נשלח: דינסטאג מאי 06, 2014 9:37 pm
דורך קליגער אינגערמאן
אפריקאנער האט געשריבן:אלזא נאכאמאהל: איז דא א אפציעלע וועג צו קענען האבן וואטסעפפ אויף א אייפעד?
יא. וואס מאכט דיר טראכטן אז נישט ?
נשלח: דינסטאג מאי 06, 2014 10:09 pm
דורך ביבער
נולד מאוחר האט געשריבן:איז דא וועג צי אנשטעלען וואטסעפפ זאל נישט געבען קיין שום נאטיפיקעשען ווען סקומט אריין א טשעט פון א גרופ?
די סאונד ווייס איך אז מקען אנשטעלן פאר גרופ עקסטער, אבער כוויל סזאל מיר נישט געבען די קליינע סימבאל אויבן אויפן סקרין ווען סקומט אריין א גרופ מעסעדזש.
איך מיין די לעצטע אפדעיט האט דאס געברענגט.
נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 12:03 am
דורך אפריקאנער
קליגער אינגערמאן האט געשריבן:אפריקאנער האט געשריבן:אלזא נאכאמאהל: איז דא א אפציעלע וועג צו קענען האבן וואטסעפפ אויף א אייפעד?
יא. וואס מאכט דיר טראכטן אז נישט ?
ביזדערווייל האב איך נאכנישט געטראפן סזאל ארבייטן אויף iPad
עס וואונדערט מיר
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 3:37 pm
דורך שמעקעדיג
פארוואס אויף די וואטסעפפ פראפייל בילדער לייגן מערסטנס מענטשן ארויף די בילדער פון זייערע קינדער?...
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 3:50 pm
דורך ישמעאל הכהן
תכלית הבריאה
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 4:11 pm
דורך ברסלבער
שמעקעדיג האט געשריבן:פארוואס אויף די וואטסעפפ פראפייל בילדער לייגן מערסטנס מענטשן ארויף די בילדער פון זייערע קינדער?...
ווי האט יענער געזאגט: עס באדערט מיר זייער די מענטשן וואס רעדן זיך איין אז זייערע קינדער זענען די שענסטע, אבער מיינע קינדער זענען 'טאקע' די שענסטע"...
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 4:19 pm
דורך לית דין בר נש
ציבעלע קיגעל האט שוין מקיים פסק גיוועהן און ארויף געלייגט זיין זיס אינגעלע אויף זיין קאווע שטיבל סטאטוס!
נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 3:23 am
דורך [NAMELESS]
משה רוקח האט געשריבן:גרויסע חסרון. יעדער וואס האט וואטסעפפ און איז אין דיין קאנטעקטס קען זען דיין פראפייל.
איך וואלט געוואלט אינווייטן נאר וועם איך וויל. איך דארף נישט מיין שווער זאל זעהן מיין בילד וואס איך האב אלס מיין פראפייל.
רובא דרובא מענטשען וואס איך קען לייגען טאקע נישט ארויף זייער בילד אויף וואטסעפפ אין איך אויך נישט אזוי אז קיינער ווייסט נישט ווער איך בין אחוץ די וואס קענען מיך פרעזענליך חוץ המעשה וואס איך טויש א בילד יעדען צווייטען וואך וואס דאס מיינט צו זאגען אז א פרופייל בילד איז אזוי וי א ניק ותו לא איך חתמ׳ע זיך אויך נישט מיט מיין נאמען ביים פרופייל אזוי אז נאר ווער סהאט מיר אין זיין קאנטאקט + וואטסעפפ ווייסט ווער דאס איז
נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 9:31 am
דורך קליגער אינגערמאן
אויך שוין געקלערט דערוועגען א צייט צוריק און כ'בין געקימען צום החלטה אז ס'האט וואס מען האט ס'מערסטע ליב. ודו"ק.. מאנכע האבן די קינדער אנדערע האבן די אייגענע ווייב אדער יענעמס אא"וו איך צום ביישפיל האב א ריב סטעיק...
נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 12:07 am
דורך קליגער אינגערמאן
יעצט געאפדעטעד וואצאפ אויף ענדרויד אין ב"ה א נייע אנשיקעניש.. מ'קען שוין נעמען א פיקטשער אן כמעט דריקן..
IMG-20140714-WA0047.jpg
נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 12:45 am
דורך קאווע טרינקער
וואצעפפ וואלט שוין געמעגט וויסן וואס איך האלט און אליינס ענטפערען.
נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 8:55 pm
דורך אפטעמיסט
איז מעגליך צו האבן צוויי וואטסעפפ נומערן אויף איין פאון? הערט א מעשה: מיין רעביצינ'ס סעלפאון האט זיך צעבראכן און ביז איך (כ'מיין זי, אבער אשתו כגופו #חחחחח) באקומט א נייע, האט זי באקומען אן אלט-מאדישער פליפ פאון. יעצט לאמיר נישט אריין גיין אין די פונקטליכע דעטאלן וויאזוי זי וועט לעבן אן אינסטעגרעם מיט קאווע שטיבל, אבער, גאט אין הימל, וויאזוי קען א חסידי'ש ווייבל לעבן אן וואטסעפפ?! ביטע העלפט ארויס א איד(ענע) אין נויט.
נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 9:04 pm
דורך געפילטע פיש
פוקס האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין איז כדאי צוצוגעבן אז מ'קען היינט פון א קאמפיוטער אויך האבן וואט'ס עפפ.
עס ארבעט בערך אזוי. איר דאונלאוד א פראגרעם מיטן נאמען bluestacks, וועלכע פארמאגט א גרויסע אויסוואהל מיט עפפ'ס און פיטשערס וואס מ'קען אלץ האבן דערינען - און אויפ'ן קאמפיוטער.
איינמאל דאס איז דאונלאודעד, וועט איר אין דעם פראגרעם אליין (וואס ארבעט אגב אויף אייגענע סעטינגס גארנישט שייכות מיטן קאמפיוטער סעטינגס וואס איז אנגעשטעלט ביי אייך) דאונלאודן וואט'ס עפפ, און דערנאך אויפסעטן א וואטסעפפ אקאונט. זיי שיקן נאכדעם א טעקסט צו אייער סעלפאון מיט א קאוד, וואס איר לייגט שפעטער אריין אין קאמפיוטער כדי אזוי צו באשטעטיגן אז דאס איז לינקד מיט אייער סעלפאון און מיט דעם ווערט עס אקטיוויזירט.
אבער דעמאלטס וועט ארויפקומען אייער סעלפאון נומער צוזאמען מיטן סקרין נעים וואס איר האט אייך געגעבן. אויב אבער וויל מען זיין אנאנים שטעל איך מיר פאר, קען מען דאס זעלבע טוהן, אבער אנשטאט מיט א סעלפאון נומבער, מאכן מיט א גוגל נומבער, און דערנאך קאנפערמירן מיט דעם קאוד וואס מ'ערהאלט אויף אימעיל. (ס'איז נאר אן השערה, אומבאשטעטיגט.)
די מעלות פון וואט'ס עפפ זענען: פאר קורצע נייעסלעך, שמועסערייען, וכו' איז עס זייער גוט. פאר אינסטענט שמועס אויסטוישן איז עס ווי געוואונטשן. אבער פאר לענגערע ארטיקלען און אפהאנדלונגען וואלט איך עס נישט געראטן.
די בעסטע איז עס געאייגנט פאר בילדער און ווידיאו קליפס.. אדער וואויס נאוט'ס.
ווי אויך בלייבט נישט די היסטערי אויף שטענדיג, און ס'איז סתם אזוי נישט לייכט צוריקצוגיין אפירזוכן אלטע היסטאריע.
ווער עס קען ווערט געבעטן צוצוגעבן.
נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 9:09 pm
דורך אפטעמיסט
כ'האב דאך נישט קיין ווייפיי אינדערהיים. עפעס ווייס איך אז וואטסעפפ ארבעט נישט מיט דער דעווייס נאר מיט'ן נומער, אויב אזוי פארוואס זאל מען נישט קענען האבן צוויי וואטסעפפ אפליקאציעס אויף איין דעווייס?
נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 10:32 pm
דורך געפילטע פיש
וויאזוי גייסטו אינסטולירן וואטסעפ די צווייטע מאל אויף דיין פאון? ס'גראדע דא א וועג, דורכן זיין rooted און האבן multiple instances אין titanium backup, אבער דאס איז שוין א לענגערע תורה.
נאך אנייצע איז צו אנאינסטאלירן וואטסעפ, צוריק טינסטאלן, אריינלייגן ס'ווייבס נומער וחוזר חלילה.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:29 pm
דורך שמעקעדיג
מיט די לעצטיגע אפדעיט האבן זיי ענדליך צוגעלייגט צו קענען מאכן MUTE אויף לענגער ווי א וואך - מען קען מיוטען ביז א יאר!
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 6:44 pm
דורך signout
די נייע אפגרעיד איז שרעקליך עס מאכט שטייט מיין פאון, וויאזוי קען איך צירוק האבען די אלטע?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 8:25 pm
דורך לאליפאפ
signout האט געשריבן:די נייע אפגרעיד איז שרעקליך עס מאכט שטייט מיין פאון, וויאזוי קען איך צירוק האבען די אלטע?
וועכע פאון?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 2:11 pm
דורך קאפקעיק
וואס איז פשט אז ס'איז יעדן טאג דא א אפדיעט?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:26 pm
דורך בשבילי!
וואטס עפפ האט זיך אפדעיטעט. ווען מ'שיקט א בילד קומט קודם ארויף דער בילד און דער קאנטאקט נאמען און ס'פרעגט ערשט, אזוי ווי ביי א ווידיא, צו מ'איז זיכער אז מ'וויל שיקן דעם בילד. אויך קען מען צושרייבן טעקסט צום בילד.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:32 pm
דורך מאטי
הלואי זיי טוען דאס ביי וואויס נאוט