בלאט 5 פון 7

Re: גדולי וגרושי ישראל - גדולי ישראל שהתגרשו

נשלח: זונטאג יוני 04, 2017 7:08 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
הרב שמואל סאלאנט
הרב שלמה פייוויל שוסטאל
דער נתיבות המשפט האט זיך גע׳גט מער ווי איין מאל, אנגענומען איז אז דאס איז צוליעב א חומרא זיינער אין הלכות נדה אז זי דארף גייען א מוך דחוק דער גאנצע מעל"ע פון די ווסת. רעק"א האט איהם געוואלט אפרעדען פון איינער פון די גיטין. ר׳ מאיר וונדר אין זיין ׳אנציקלופדיה לחכמי גאליציה׳ ווייסט צו פארציילען אז יונגעהייט האט א פעטער פון דער נתיבות, אחד מחכמי הקלויז בבראד, געהאט א קפידא אויף איהם און געזאגט אז ער וועט האבען צרות פון די ווייב, וכך הווה ויהי לפלא (!)
דער מהרש"ם ברענגט א גט מיט איינער פון די סטאלינער רבי׳ס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: גדולי וגרושי ישראל - גדולי ישראל שהתגרשו

נשלח: זונטאג יוני 04, 2017 3:00 pm
דורך 65th
ראביי שניאור פין די העמטענס
ער האלט שוין כל מקדש שביעי...
זיין פאטער איז ראף אין פארק איסט וויא העלפגוט זינקט...
מע זאגט אויף דעם שוהל אז
דער חזן איז ארטאדאקס
די מתפללים זענן קונזרואטיב
דע ראביי איז רפורם ...



Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 12:41 am
דורך berlbalaguleh
גראף האט געשריבן:@ריכטיג איז נישט ר' שלמה געווען א איידעם ביי הרב טירנויער זצ''ל רב פון שומר שבת?
אדער איז ער געווען משפחה?

גראף: ס'זעהט אויס אז הרב טירנויער האט געהאט א ווייטן בליק. על שם העתיד. און ער האט איהם שנעל אפגע'גט...!

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 12:50 am
דורך berlbalaguleh
65th האט געשריבן:ראביי שניאור פין די העמטענס
ער האלט שוין כל מקדש שביעי...
זיין פאטער איז ראף אין פארק איסט וויא העלפגוט זינקט...
מע זאגט אויף דעם שוהל אז
דער חזן איז ארטאדאקס
די מתפללים זענן קונזרואטיב
דע ראביי איז רפורם ...



Sent from my iPhone using Tapatalk

מ'שמועסט. אדער מ'האט אויפגעברענגט ספיקות איבער ראביי מארק שניאור'ס אריענטאציע צו ער איז אפשר גימל אדער בית. ווייל ער האלט טאקע שוין נאך כל מקדש שביעי. (ער זינגט עס נאר נישט.) דער בעל הספיקות איז געווען הרה"צ ר' גרשון דזשעיקאבסאן זכותו יגון עלינו אין זיין וועכענטליכן שמאטע בלעטל, דער אל-געמיינער זשורנאל. וועלכער איז געווען דער הויפט פראפאגאנדע בלעטל פאר זיין טאטן ראביי ארטור שניאור פון די פיפטה עוועניו סינאגאג. היינטיגע צייטן וואלט ער געווען פון די פראמינענטסטע מעמבערס פון די להב"ט/ לגב"ט קאמיוניטי און איינס פון זייערע פיהרערס. ס'מעגליך אז די טיר פונ'ם פראווערביאלן קלאזעט וועט זיך נאך אמאל עפענען און דער גע'עהרטער ראביי וועט ארויסקומען...!

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 12:55 am
דורך berlbalaguleh
קורקלענד האט געשריבן:אמאל געהערט אז ער האט שטארק געוואלט ווערן אן איידעם ביים ווייצנער פון שיקאגא. למעשה האט דער ווייצנער גענומען לייטנער. איהם האט עס אביסל בארירט ווייל ער איז געקומען פון א שיינע שטיב. ווידעראום לייטנער איז געקומען פון זייער א פשוטע אפשטאם.

לייטנער האט אבער שוין מכפר געווען אויף דעם פאקט אז הורתו ולידתו איז געווען שלא בטהרה מיט דעם אז ער איז געווען א פייערדיגער קנאי און א גוטער צודרייטער, רח"ל

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 1:06 am
דורך גראף
ר' בערל איז אין די כלים!!! [emoji1]

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 3:27 am
דורך וואלווי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הרב שמואל סאלאנט
הרב שלמה פייוויל שוסטאל
דער נתיבות המשפט האט זיך גע׳גט מער ווי איין מאל, אנגענומען איז אז דאס איז צוליעב א חומרא זיינער אין הלכות נדה אז זי דארף גייען א מוך דחוק דער גאנצע מעל"ע פון די ווסת. רעק"א האט איהם געוואלט אפרעדען פון איינער פון די גיטין. ר׳ מאיר וונדר אין זיין ׳אנציקלופדיה לחכמי גאליציה׳ ווייסט צו פארציילען אז יונגעהייט האט א פעטער פון דער נתיבות, אחד מחכמי הקלויז בבראד, געהאט א קפידא אויף איהם און געזאגט אז ער וועט האבען צרות פון די ווייב, וכך הווה ויהי לפלא (!)
דער מהרש"ם ברענגט א גט מיט איינער פון די סטאלינער רבי׳ס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


געטס א קוק, ער איז קליע געווארען פון די חסידים שוטים דא. ער גלייבט שוין אין בעשמ'סקע מעשיות...

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 8:12 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די ליצנות פון די מעשה איז, וואס פארא רוה"ק דארף מען צו זאגען אז איינער וועט האבען צרות פון די ווייב? ט׳ווער האט נישט?

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 8:57 am
דורך 65th
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די ליצנות פון די מעשה איז, וואס פארא רוה"ק דארף מען צו זאגען אז איינער וועט האבען צרות פון די ווייב? ט׳ווער האט נישט?

אזוי ווי דער רבי האט געלערנט
"הרוצה לגרש את אשתו", בלשון בתמיה
ווער וויל נישט?

Re: גדולי וגרושי ישראל - גדולי ישראל שהתגרשו

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 9:03 am
דורך 65th
צדיקל האט געשריבן:הרה"ק דער ראפשיצער רב זי"ע איז געווען א גרוש,
די סיבה ווערט פארציילט אז זי געווען אביסל מאדערן, ע"פ עצתו פון הרה"ק ר"ר מעכיל'ע זלאטשובער זי"ע האט ער איר ג'גט.
יאך האב גיהערט פין קראנטע מקורות
אז זיין רעבעצין האט אסאך גיקיקט אין שפיגל
אין דער ראפשיצע רב האט איר גיפרעגט
פארוואס קיקסטי אזוי פיל אין שפיגל?
די גיפעלסט מיר אזוי ווי די ביסט
האט זי גיענפערט :
איך דארף נישט נאר דיר גיפעלן
איך דארף גיפעלן אנדערע מענשען אויך!
איז ער אנטלאפן אין זיך גיגעט על פי יועץ מיט דעם זלאוטשווע


Sent from my iPhone using Tapatalk

Re: גדולי וגרושי ישראל - גדולי ישראל שהתגרשו

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 9:12 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
און איך האב געהערט אז ער איז דלייך געלויפען קיין רימינוב, און געפרעגט רנ מענדעלי "מ׳דארף זיך גט׳ן" און ר׳ מענדעלי האט אינם גע׳ענטפערט "מהיכי תיתי?", אבער ער האט נישט געפאלגט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 9:12 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
כפול

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 9:45 am
דורך שבת אחים
דער מנחת אלעזר מיט ר׳ אהרן בעלזער האבן זיך געגט?

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 9:57 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ניין, פון זיין מומע, קוק דא

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 10:42 am
דורך גראף
צדיקל האט געשריבן:הרה"ק דער ראפשיצער רב זי"ע איז געווען א גרוש,
די סיבה ווערט פארציילט אז זי געווען אביסל מאדערן, ע"פ עצתו פון הרה"ק ר"ר מעכיל'ע זלאטשובער זי"ע האט ער איר גע'גט.

די יארן שטימט? דער ראפשיצער זצ''ל מיט רבי ר' מיכל זלאטשובער זצ''ל?

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 1:49 pm
דורך וואלווי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די ליצנות פון די מעשה איז, וואס פארא רוה"ק דארף מען צו זאגען אז איינער וועט האבען צרות פון די ווייב? ט׳ווער האט נישט?


און נאכמער, כדי אויף צו ווייזען וואס פאר א גרעסערע רבי מ'האט דארף מען ברענגען א נאך גרעסערע ליסט פון הקפידות וואס האבן געשאדט און אנגעמכט צרות פאר יודען.

איי געס דאס מיינט ווען מ'זאגט אז צדיקים טראגען אויף זיך די צרות פונ'ם כלל....

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 6:04 pm
דורך [NAMELESS]
דער רבי ר' אביש'ל טשענסטחוב'ער

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 12:22 am
דורך שמעון וואלף
שבת אחים האט געשריבן:דער מנחת אלעזר מיט ר׳ אהרן בעלזער האבן זיך געגט?


מנחת אלעזר האט זיך גע'גט נאך צען יאר וואינען מיט'ן ווייב און נישט האבן קיין קינדער.
דאכציכמיר אז די אהבת ישראל'ס ברידער האט חתונה געהאט מיט זיין זיוג ראשון.

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 3:37 am
דורך יהודי פשוט
דער הייליגער מנחת אלעזר זי״ע איז געוועהן חתונה געהאט בזווג ראשון מיט א טאכטער פון ר׳ שרגא יאיר מ׳ביאלעבזעג (ארון עדות) זיין רעביצין האט געהייסן חיה חעשא, נאכדעם וואס עס איז פאריבער צעהן יאר און ער האט נישט געהאט קיין קינדער האט ער מיט א שווער הארץ זיך גע׳גט און חתונה געהאט מיט הרבנית רחל פערל א טאכטער פון הרה״ק ר׳ יעקב משה מ׳קאמארנא און ער האט געהאט איין טאכטער, זיין ערשטע רעביצין האט דערנאך חתונה געהאט מיט׳ן אנטאני׳ער רבי׳ן ( א ברודער פון אהבת ישראל) זי האט ליידער נישט זוכה געוועהן צו קינדער, די הייליגער מנחת אלעזר זי״ע פלעגט צינדן א לעכטל אין טאג פון איר יארצייט

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 10:07 am
דורך ציבעלע-קיגל
ערשטענס, איך האלט אז עס איז נישט שיין אז מען לייגט אויס יענעם שמוציגע אוטערוועש אין פאבליק. נו האט יענער זיך ג'גט, עס איז דאך דא א פרשה אין תורה אז מען מעג זיך גט'ן, אונז זענען דאך נישט קאטאליקען (קריסטען) וועליכע מעג'ן נישט.

איך רעד נישט פון דעם אז אויב איינער פון די צוויי מאן אדער ווייב זענען משוגע מען רעדט פון זיך נישט אויסקומען. איך פארשטיי אז ביי איעדע גט וועלען זיין אזעליכע וועלעכע וועלין טרעפען סבות פארוואס איינער אדער דער אנדערער איז משוגע אבער מען דא פון נארמאלע מענטשען.

אויסער דעם איז דא אן אנדערע סיבה, אויב מען איז מפרסם "גדולים" וועליגע האבען זיך ג'גט גייען אלע "היינטעגע" רעבעס מייענען אז איינס פון די קוואליפעקאציעס פון ווערען א רעבע איז אז מען דארף זיין א גרוש.

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 11:45 pm
דורך שמעון וואלף
נו, וועט זיין אפאר ווייניגער רבי'שע קינדער

נשלח: מיטוואך יוני 07, 2017 1:22 am
דורך א איד
גראף האט געשריבן:
צדיקל האט געשריבן:הרה"ק דער ראפשיצער רב זי"ע איז געווען א גרוש,
די סיבה ווערט פארציילט אז זי געווען אביסל מאדערן, ע"פ עצתו פון הרה"ק ר"ר מעכיל'ע זלאטשובער זי"ע האט ער איר ג'גט.

די יארן שטימט? דער ראפשיצער זצ''ל מיט ר' ר' מיכל זלאטשובער זצ''ל?


פארוואס נישט?
ראפשיצער רב איז געבוירן שבועות תק"כ און איז אוועק י"א אייר תקפ"ז

ר"ר מיכלע זלאטשובער איז אוועק אויב איך געדענק גוט כ"ה אלול תקמ"ו
דאס הייסט ראפשיצער רב איז געווען בשעת פטירתו 26 יאר

נשלח: מיטוואך יוני 07, 2017 1:28 am
דורך שבת אחים
ביי וועם איז ר׳ אהרן מבעלזא געוועהן א איידעם בזוו״ר?