בלאט 5 פון 8
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:02 pm
דורך sefish
איינער האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס האלט אז ער האט געדארפט באקומען 103 יאר!?
איינער וואס האט זיך פארשטעלט אלס טעראפיסט צו קענען מאלעסטירן "קינדער", באלאנג אין תפיסה! ~~~ אזוי האסטו אפגעמאכט, ווערט דאס טאקע א פאקט??? ~~~ יא פאר 103 יאר. דער ריכטער האט מן הסתם באקריגען בריווען מיט עכטען נעמען, ~~~ המממממ, איר זעהט? ער קען דן לכף זכות זיין א גוי, אבער ח"ו נישט א היימישן איד!!!, דער דזשאדזש האט "מן הסתם" באקומען.... ~~~~~ פון קרבנות וואס האבן נישט מורא געהאט צו שיקן דעם גוישען ריכטער זייער נאמען. זיי נישט מורא געהאט אז ער וועט זיי ארויסווארפן פון זיינע מוסדות אדער אפרעדן א שידוך.
שקץ 'איינער'.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:13 pm
דורך איינער
סעלפיש, סתם צו קלארשטעלן איך בין נישט דן לכף זכות, איך ברענג ארויס א פוינט וואס איך שטעל מיך פאר, אן וויסן פאר א פאקט.
יא יא שריי "שקץ" עס וועט אסאך אויף טון צו באשיצן אונזער קינדער!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:16 pm
דורך sefish
יא יא, עקזעקטלי דאס. שטעלסט דיר פאר גוטס פארן גוי און שלעכטס פאר'ן היימישן איד אן וויסן ביי ביידע די פאקטן! גענוי דאס איז שגצ'ל. ישר כח פאר'ן עס אזוי גוט ארויסברענגן.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:19 pm
דורך יאיר
איך האב א פילינג אז דער הונדערט יאר אשכול גייט אויך האבן הונדערט בלעטער.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:23 pm
דורך איחוד פעלד
יידל האט געשריבן:הקדוש נחמי'?
הקדֵש נחמי'
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:30 pm
דורך איחוד פעלד
sefish האט געשריבן:איינער האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס האלט אז ער האט געדארפט באקומען 103 יאר!?
איינער וואס האט זיך פארשטעלט אלס טעראפיסט צו קענען מאלעסטירן "קינדער", באלאנג אין תפיסה! ~~~ אזוי האסטו אפגעמאכט, ווערט דאס טאקע א פאקט??? ~~~ יא פאר 103 יאר. דער ריכטער האט מן הסתם באקריגען בריווען מיט עכטען נעמען, ~~~ המממממ, איר זעהט? ער קען דן לכף זכות זיין א גוי, אבער ח"ו נישט א היימישן איד!!!, דער דזשאדזש האט "מן הסתם" באקומען.... ~~~~~ פון קרבנות וואס האבן נישט מורא געהאט צו שיקן דעם גוישען ריכטער זייער נאמען. זיי נישט מורא געהאט אז ער וועט זיי ארויסווארפן פון זיינע מוסדות אדער אפרעדן א שידוך.
שקץ 'איינער'.
טיפש איינער.
רוף נישט קיין נעמען.
מען דארף זיין אן אויסגעדרייטער אויסגעקראצטער מליץ יושר צו קענען זאגען אז ער איז א צדיק און קדוש וואס האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט יחוד און גיין אין קאנטרי וויילען מיט א יונג מיידל וואס איז חשוד אויף זנות.
און פאר איינער פארגעסט, האט דער עדות פרוי וואס איז געקומען עדות זאגען לטובת הקדש נחמיה, עדות געזאגט אין געריכט אז זי האט זיי אמאהל געטראפען אין קאמפרימייסט פאזישען, דאס הייסט זי איז געזעצען אויף זיין שויס וכדומה. זעהט אויס אז זיי האבען פארגעסען צושפארען דער טיר מיט איינער פין די צוויי שלעסער וואס האבען יא געארבעט אין צייט.
סא גיוו מי א ברעיק, און הערען ארבעטען אויף דיינע געפילען, ווער עס איז שולדיג איז שולדיג, ויבא בעל הכרם ויכלה הקוצים. עס וועט גארנישט העלפען קיין זידלערייען און סטראשערייען, מיט נייע ביזנעס דיירעקטעריס, און ווייס איך וואס, מי שאמר והיה העולם וועט נישט לאזען אידישע קינדער זאלען זיין הפקר אויף זנות מיט תירוצים של הבל ווי צ.ב.ש. זי איז שוין ממילא געוועהן א פגום וכדומה.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:39 pm
דורך [NAMELESS]
Dejavu
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:41 pm
דורך שמעקעדיג
איינער האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס האלט אז ער האט געדארפט באקומען 103 יאר!?
קוקט אויס אז יא. און מעגסט זיך שטארק שעמען דערמיט. עס איז נישט א אידישע מדה.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:46 pm
דורך איינער
בן תמליון האט געשריבן:מיר דארפן אנהיין פרעדיגן דעם אמת צו די קינדער מיר לעבן אין א מלכות הרשעה מיט טפשים און קארופטירטירטע פאלעטישנס און ריכטער. מיר דארפן אויפהערן נעמען געלט פון די אמעריקאנער רעגירונג און לעבן אויף זיי. מיר מוזן אנהייבן אויסלערנען די קינדער פראפעסיאנאלע פאכן וואס זיי זאלן קענען מיטנעמען מיט זיך צן ווי זיי וועלן איינטאג וועלן אנטלויפן. דער אמת מוז געזאגט ווערן אונזער קיום דא ווי אזוי דער מצב איז יעצט איז נישט גוט.
יא עס איז טאקע צייט מיר זאלן זאגן פאר אונזער קינדער. צו נישט גנב'ענען אפילו פון די רעגירונג, אפילו מען זעט אז די תלמוד תורה'ס גנב'ענען. נישט מאלעסטעין אפילו עס איז מסורה צו רעפארטן. נישט צו טון גארנישט אנטקעגן דעם געזעץ אפילו די גוים האבן געמאכט די געזעצן. ווייל די מלכות הרשעה, האט גענוג פלאץ אין טורמע, פאר די און דיין רבי מיט זיין ראש הקהל. און וועט נישט מורא אריינצולייגן דארט אלע געזעץ ברעכער. אפילו אויב די גאנצע חרדישן וועלט וועט זיין ברוגז!
פארפאלען אונז לעבן אין א מלכות הרשעה און מען דארף פאלגן! און וועגן די מלכות הרשעה האב איך געזעץ היטער א פרייען לעבן! לאנג זאל לעבן די מלכות הרשעה! און ווי מער מען ווייסט פון די מלכות הרשעה אלס בעסער איז!
אלמלא מוראה של מלכות איש את רעהו חיים בלעו
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:48 pm
דורך יאיר
איך זע אז מיין פרעדיקציע גייט אין גוטן ריכטונג.
יאיר האט געשריבן:איך האב א פילינג אז דער הונדערט יאר אשכול גייט אויך האבן הונדערט בלעטער.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:50 pm
דורך איינער
שמעקעדיג האט געשריבן:איינער האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס האלט אז ער האט געדארפט באקומען 103 יאר!?
קוקט אויס אז יא. און מעגסט זיך שטארק שעמען דערמיט. עס איז נישט א אידישע מדה.
עס איז נישט קיין אידישע מדה, נישט רחמנות צו האבן אויף זיינע אומבאהאלפענע געוועזענע און צוקופונטע אומשילדיגע קרבנות.
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:26 am
דורך שמעקעדיג
עס איז נישט קיין סתירה.
און לויט דעם וואלט 30 יאר גענוג געווען. פארוואס האלסטו 103 יאר? אפשר 75,000 יאר?
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:28 am
דורך שמעקעדיג
קופערניקוס. דיין לייק קנעפל איז צובראכן אדער וואס?
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:29 am
דורך בדחן
וואס איז די חילוק פון 30 יאר ביז 103 יאר פאר א איינעם וואס איז 55 יאר אלט??
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:42 am
דורך sefish
ס'א חילוק ביים אפיל וויפיל דער צוויטער דזשאדזש וועט אראפנעמען.
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:45 am
דורך איינער
שמעקעדיג האט געשריבן:עס איז נישט קיין סתירה.
און לויט דעם וואלט 30 יאר גענוג געווען. פארוואס האלסטו 103 יאר? אפשר 75,000 יאר?
אז 30 יאר קומט זיך אים איז די איבריגע 73 יאר פאר נישט חרטה האבן זיך מודה זיין און בעטען מחילה, מיט דעם מאכט ער אז זיין וויקטים און איר פאמיליע זאל ווייטער ווערן געפייניגט.
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:53 am
דורך מוח שליט
שמעקעדיג האט געשריבן:קופערניקוס. דיין לייק קנעפל איז צובראכן אדער וואס?
אדרבא עס איז גאר גיט געפיקסט.
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 1:02 am
דורך sefish
איינער האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:עס איז נישט קיין סתירה.
און לויט דעם וואלט 30 יאר גענוג געווען. פארוואס האלסטו 103 יאר? אפשר 75,000 יאר?
אז 30 יאר קומט זיך אים איז די איבריגע 73 יאר פאר נישט חרטה האבן זיך מודה זיין און בעטען מחילה, מיט דעם מאכט ער אז זיין וויקטים און איר פאמיליע זאל ווייטער ווערן געפייניגט.
וויזוי איז מען מודה אויף עפעס וואס מ'האט נישט געטון?
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 3:20 am
דורך לעמאן דזשוס
איך גלויב אז עס זענען פאראן צווישן אונז יידן וואס קענען רואיג פארפאסן א ׳מיין קאמף׳ מהדורא בתרא....און עס וועט זיין ווער ס׳וועט עס ליינען אויך
עס קען זיך דא צודאכטן אז מיר פרומע, רעליגיעזע מענטשן זענען באמת דאס סאמע נידעריגסטע ארגסטע באשעפענישן וואס די וועלט פארמאגט
איך האף אז גויים ליינען נישט דעם אשכול, אז יא ציטער איך צו נעמען דעם באן מארגן אינדערפרי
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 3:58 am
דורך לעמאן דזשוס
קען מיר איינער (נישט די ניק) ערקלערן פארוואס ׳סענדאסקי׳ וואס לפחות צעהן מענטשן האבן מעיד געוועהן קעגן אים...האט נאר באקומען צווישן דרייסיג און זעכציג יאר טורמע
פארוואס האט דשזאדזש קלילענד נישט געהאלטן נייטיג צו שיקן א אזהרה פאר די פוטבאל קאמיוניטי
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 4:25 am
דורך לעמאן דזשוס
יעצט געב איך טאקע אויף
כעוורע, לאו עכברא גנב אלא חורא
אנדעק איך יעצט א שטיקל
דזשואיש פרעססאון איך ווייס בכלל נישט וואס צו טראכטן
העסליך איז בכלל נישט קיין ווארט וואס פאסט זיך אויף דעם, עס גלויבט זיך מיר נישט וויזוי א נארמאלע מענטש (נישט יידיש, ש׳מידיש) קען ליינען דעם ארטיקל און נישט כאפן א שוידער
איך רעד שוין גארנישט פונעם בילד, צינישע קארטון מיט וואס די ארטיקל איז באהאפטן
אויב אזוי, איז פון היינט אן רוף איך נחמי׳ הקדוש, איך זעה וויזוי מען טאנצט, מען יובל׳ט אויף די 103 יארן
רבותי נחום רז״ג איז גאלד,
מיר האבן נישט קיין אהנונג מיט וואסארא בייזע מענטשן מיר זענען אזוי נאנט ארומגענומען
עס דערמאנט מיר דעם טייערן ווארט (וואס יעדער זאגט נאך פון זיין רבי׳ן זכרונו לברכה) ה׳ לי-כ׳ברויך דיר-בעוזרי, פאר מיינע פריינט!! ואני אראה-איך וועל מיך אליין א עצה געבן-בשונאי
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 6:47 am
דורך שמעקעדיג
מען קען טאקע פון זינען אראפגיין צוזעהן די אומבאהאלטענע פרייד פון די ערב רב.
קיין איד, וועלכע זענען רחמנים בני רחמנים, קען זיך נישט פרייען מיט אזא רשעות.
און עס איז נישט קיין סתירה צו רחמנות האבן אויף די מיידל אויך אין די זעלבע צייט.
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 8:32 am
דורך איינער
לעמאן דזשוס האט געשריבן:איך גלויב אז עס זענען פאראן צווישן אונז יידן וואס קענען רואיג פארפאסן א ׳מיין קאמף׳ מהדורא בתרא....און עס וועט זיין ווער ס׳וועט עס ליינען אויך
עס קען זיך דא צודאכטן אז מיר פרומע, רעליגיעזע מענטשן זענען באמת דאס סאמע נידעריגסטע ארגסטע באשעפענישן וואס די וועלט פארמאגט
איך האף אז גויים ליינען נישט דעם אשכול, אז יא ציטער איך צו נעמען דעם באן מארגן אינדערפרי
ענדליך, די נאצי קארד. איך וועל נישט האבן דא א דעבאטע מיט דיר ווער עס איז א גרעסער נאצי!
אלעס איינקיל פון 4 נאצי איבערלעבער בין איך שטארק באליידיג, פון דיין צוגלייך, און איך ווארט אויף אן אנטשולדיג.