בלאט 5 פון 6

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 11:19 pm
דורך שמעקעדיג
YouTube Red
דאס איז די נייע אפפער פון גוגל. עס וועט קאסטן 10 דאלער א חודש פאר א סובסקריפשאן, דאס וועט האבן 2 מעלות איבער די רעגולער יוטאב, איינס אז נישטא מער קיין עדס (wow), והשנית אז מען וועט קענען זען געוויסע מאוויס נאר אוועילעבל פאר סובסקרייבער.

Re: גוגל נייעס

נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 12:25 am
דורך טמיר
petergrifin האט געשריבן:נישט קײן נײעס אבער דאך גוגל.
דא איז א לינק מיט 25 טריקס אדער שארטקאטס װען מען נוצט גוגל שנעלער אן צוקומען צו װאס מען זוכט
מיט מער פונקליך אינפארמאציע.

http://bgr.com/2014/08/13/top-25-google ... ps-tricks/

ייש"כ זייער ניצבאר. מ'דארף דאס איינחזרן פון קינדווייז אהן אז עס זאל זיין כמונח בקופסא

נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 10:10 pm
דורך רוסישער
ביי מיר איז קיינמאל נישט פאראן עדס אויף יוטוב, ווי ארבעט דאס?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 10:16 pm
דורך שבת אחים
יעדער קען האבן אלעס אן קיין קאומערשילעס פאר בחנם דורך צוטשעפענען דעם בראוזער צו Adblock Plus ארבעט א מחי׳ ביי מיר און ס׳בלאקירט אלעס אן א אויסנאם!

https://adblockplus.org/

נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 10:19 pm
דורך רוסישער
/

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 10:18 am
דורך [NAMELESS]
אויף ענדרויד העלפט נישט די עדבלאקס, דארט וועט דאס זיין א ישועה.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 12:21 pm
דורך פליקער
מען ברויך ניצן זייער בראוזער

Re: גוגל נייעס

נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 5:46 pm
דורך [NAMELESS]
האב איך מיר היינט אויפגעסיינט אויף יוטוב רעד פאר 9.99 די ערשטע חודש איז פריי, עס איז ממש א ישועה,
קודם כל די האר אויפשטעלנדע עדס וואס זיי האבן געפערליך פארברייטערט לעצטענס, איז מען פטור דערפון, און אויך די אנדערע פיוטשערס ווי אז עס קען ארבעטן אין די בעקגראונד און מיט א אויסגעלאשענע סקרין, וואס קומט בעיקר צוניץ ווען מען הערט מוזיק אדער ווען מען וויל לייענען א מעסעדז אינמיטן א וידיאו,
אויך די סעיוו פאר אפליין פיוטשער איז גאנץ נוצבאר,

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk

נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 7:11 pm
דורך ישראל קאפקע
וואט דע *** טוט גוגל מיט יוטוב?
איך גיב עס צוויי דריי חדשים ביז זיי גייען אנפאנגען סקרוען די געווענליכע יוטוב באנוצער. עדווערטייזמענטס גייען זיך יערן און מערן, קאנטענט גייט אנפאנגען צו פארשוואונדן פון יוטוב רעכטס און לינקס.
מער ווייניגער טוען זיי ארויפצווינגן א טי.טי.פי. אויף זייערע אומזיסטע באנוצער. :x
איך מיין אז זיי זענען שוין ווייט צו גרויס און אראגאנט, זיי דארפן זיך אויפברעכן אויף קלענערע קאמפעניס.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 5:01 pm
דורך שמעקעדיג
.

נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2016 11:34 am
דורך שמעקעדיג
Alphabet plans analytics platform to help cities solve traffic problems

http://www.pcworld.com/article/3045676/ ... blems.html

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 11:28 am
דורך שמעקעדיג
YouTube Launches Live 360-Degree Video Streaming

http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=17558

גוגל אסיסטענט

נשלח: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 12:50 pm
דורך פליקער
גוגל איז גארנישט ציפרידן געווען מיט GOOGLE NOW זיי ארבייטן אויף א נייע סיסטעים וואס הייס GOOGLE ASSISTANT

די חילוק איז אז למשל 'גוגל איצט' קען מען פרעיגן ווי קען איך קויפן א פיצא, דאן אויב וויל איך וויסן וויפיל קאסט עס דאן איז עס א נייע סערטש, משא"כ ביי גוגל אסיסטענט קען מען שפינען די קשיא ווייטער און וועט מיט האלטן דעם שמיעס פערפעקט, און דעריבער איז דאס י פיוטשער.

איי וועט איר פרעיגן ווי עס, איך ברויך דאס ריידע וועי האבן, אויף דעם וועט מען מיזן זאגן כאפ נישט קיין הייסע לאקשען, אפילו עקעדיגע לאקשען כאפ נישט, עס איז שוין דא, אבער מען קען דאס נישט האבן נאר אויב מען דאון לאודעט די גענצלעך נייע עפפ וואס גוגל האט רעליעסט וואס גייט בייקומען אלע מעסענדזשער סערוויסעס ווי צב"ש די טריפענע וואצעפ און טעלעגראם ועוד עפל'ס איי מעסעדזש. די נייע עפפ הייסט Google Allo דאס איז א גאר קליגע מעסעדזשינג סערוויס וואס די ערשטע קאנעקשן איז @google און דאס איז דער פערזענלעכער שמש, וואס קען דער שמש אדער גבאי, ווי איינער זאגט א וויץ דיין פערסענעל משה גבאי (חחח אין קעיס איר כאפט נישט די וויץ) מען זאגט דעם שמש פליז וועק מיך אויף פירע פארטאגס, גייט ער אריין צים אלארם עפפ און שטעלט אייך אן די אלארם, אזוי קען מען אים זאגן אלעס און אייביג, ווי למשל ס'טיצעך עפעס נייעס, אויפן ארט קומט אריין אלא נייעס וואס עס טוט זיך אויפן געוועב, ווען קומט ארויס דער וועקער, ענטפער, איך בין דיין גבאי נישט אדנירם'ס. און עס איז אויך עוועילעבל אויף די עפלעך דיווייסעס. דערווייל איז עס נאך נישטא אויפן דעסקטאפ, גיי ווייס פארוואס נישט.
די גוגל אסיסטענט וועעט זיכער זיין א סטענד אלאן עפפ בקרוב, אבער היות עס איז נאך דערווייל אין בעיטע איז עס נאר אזא סניק פיק ווי מען ריפט דאס.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 3:27 pm
דורך שמעקעדיג
The difference between Google Now and Google Assistant

https://www.cnet.com/how-to/the-differe ... assistant/

נשלח: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 3:31 pm
דורך שמעקעדיג
אין אנדערע נייעס האט גוגל אויך ערצייגט 2 נייע טעלעפאנען - עס גייט הייסן "פיקסעל" אנשטאט 'נעקסוס' - און די חידוש איז אז זיי ערצייגן אליינס די הארדווער, גענוי ווי עפל - נישט ווי ביז איצט וואס זיי פלעגן אוט-סאורסן זייערע פראדוקציע צו א דריטע פארטי, ווי עסוס, מאטאראלע, וכדו'.
גוגל פארלאנגט טאפ דאלער פאר די נייע פאונס, זיי זאגן אז די פאונס איז גארנישט אונטערשטעליג פונעם נייעם אייפאון, און עס פארמאגט אויסגעצייכענטע הארדווער און א גאר קלארע קעמערע מיט גוטע בילדער אפילו פון דער טונקל.
דער פאון וועט זיין די ערשטע צו ענטהאלטן די נייע "גוגל אסיסטענט" הנזכר לעיל.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 4:15 pm
דורך פליקער
אבער פארוואס אים גא-ץ ווילן האבן זיי נישט פארגינען די SD קארטל, חבל.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 4:31 pm
דורך שמעקעדיג
זעהט אויס זיי האבן גא-ץ צו טון זאכן אנדערש ווי דער מיינינג פונעם המון עם ;)

נשלח: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 5:14 pm
דורך [NAMELESS]
לענ"ד נראה אז די SD קארד איז א שטער פאר געוויסע ביזנעסער, און זיי האבן זיך דא אריינגעמישט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 5:41 pm
דורך הוגה
פליקער האט געשריבן:אבער פארוואס אים גא-ץ ווילן האבן זיי נישט פארגינען די SD קארטל, חבל.


אין זייער אדווערטייזמענט שרייבן זיי אז די פאון וועט האבן אנלימעטיד סטארעדזש (לכאורה אין זייער קלאוד), וממילא איז די SD איבעריג.

Re: גוגל נייעס

נשלח: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 9:07 am
דורך טרויבן88
ישראל קאפקע האט געשריבן:וואט דע *** טוט גוגל מיט יוטוב?
איך גיב עס צוויי דריי חדשים ביז זיי גייען אנפאנגען סקרוען די געווענליכע יוטוב באנוצער. עדווערטייזמענטס גייען זיך יערן און מערן, קאנטענט גייט אנפאנגען צו פארשוואונדן פון יוטוב רעכטס און לינקס.
מער ווייניגער טוען זיי ארויפצווינגן א טי.טי.פי. אויף זייערע אומזיסטע באנוצער. :x
איך מיין אז זיי זענען שוין ווייט צו גרויס און אראגאנט, זיי דארפן זיך אויפברעכן אויף קלענערע קאמפעניס.

איך האב שוין נישט געזען עדס פאר חדשים, אינסטאליר א עד בלאקער.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 9:09 am
דורך טרויבן88
שמעקעדיג האט געשריבן:אין אנדערע נייעס האט גוגל אויך ערצייגט 2 נייע טעלעפאנען - עס גייט הייסן "פיקסעל" אנשטאט 'נעקסוס' - און די חידוש איז אז זיי ערצייגן אליינס די הארדווער, גענוי ווי עפל - נישט ווי ביז איצט וואס זיי פלעגן אוט-סאורסן זייערע פראדוקציע צו א דריטע פארטי, ווי עסוס, מאטאראלע, וכדו'.

נישט ריכטיג: HTC מאכט די טעלעפאון'ס פאר גוגל.

Re: גוגל נייעס

נשלח: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 9:16 am
דורך טרויבן88
הוגה האט געשריבן:
פליקער האט געשריבן:אבער פארוואס אים גא-ץ ווילן האבן זיי נישט פארגינען די SD קארטל, חבל.


אין זייער אדווערטייזמענט שרייבן זיי אז די פאון וועט האבן אנלימעטיד סטארעדזש (לכאורה אין זייער קלאוד), וממילא איז די SD איבעריג.

קלאוד איז נישט א ריפלעיסמענט פאר פאקטישע סטארעדש. און זיי וועלן נאך מיאוס חרטה האבן אויף דעם עס די שטות פארן נישט אריין לייגן, וועיט ענד סי, און די פאון איז עקסקלוסיוו צי ווירייזאן אבער מען קען קויפן א אויסגעשלאסענע אויף זייער וועבסייט פאר די פולע פרייז.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 9:52 am
דורך שמעקעדיג
טרויבן88 האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:אין אנדערע נייעס האט גוגל אויך ערצייגט 2 נייע טעלעפאנען - עס גייט הייסן "פיקסעל" אנשטאט 'נעקסוס' - און די חידוש איז אז זיי ערצייגן אליינס די הארדווער, גענוי ווי עפל - נישט ווי ביז איצט וואס זיי פלעגן אוט-סאורסן זייערע פראדוקציע צו א דריטע פארטי, ווי עסוס, מאטאראלע, וכדו'.

נישט ריכטיג: HTC מאכט די טעלעפאון'ס פאר גוגל.


פון וואו נעמסטו דיין אינפארמאציע?