בלאט 5 פון 9
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 9:12 pm
דורך יידל
ted אדער mel. כ'האב א שטיקל אידענטיטעט קריזיס.
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 9:12 pm
דורך קאווע טרינקער
יידל האט געשריבן:קאווע וואס איז דיין נאמען דארטן?
כ'בין אריינגעסיינט מיט דבורה'ס ניק.
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 9:49 pm
דורך קאווע טרינקער
ער מאכט פורים, כ'מיין, מגילת אסתר, פון דער מונקאטשער...
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 10:00 pm
דורך קאווע טרינקער
לשיטתו, אפשר זאל מען אויפנעמען רב סאקס פאר די נייע פאופ?
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 10:05 pm
דורך לעיקוואד
יידל, שותה קאווע
נא לפרט ולהסביר לטובת אלו שלא זכו לשמוע.
[איך האב פראבירט, אבער מיין קאנעקשין האקט זיך אפ יעדער פאר מינוט, מחשבה טובה..]
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 10:10 pm
דורך קאווע טרינקער
ער זאגט אז דער ספר מגילת אסתר, וואס פון דארט איז געבויט די קנאי'אישע שיטה, סאטמער און מונקאטש, אז כהיום אין מצוה ביישוב ארץ ישראל, איז נישט קיין ספר יסוד ומפורסם לעומת החולקים.
אויף דעם איז געווען מיין הערה...
ער זאגט אז ר' יונתן *** איז מער נערץ ביי די קריסטען ווי ביי זיין אייגן פאלק.
אויף דעם איז געווען מיין הערה...
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 11:43 am
דורך יאיר
אינטערעסאנט ווי שפירא נוצט דעם חות יאיר צו ווייזן מיט וואספארא גלייכגילטיגקייט מען האט זיך אמאל באצויגן צו ******* אביוז. אויב אזוי שטימט יא דער חוות יאיר מיט די היינטיגע השקפה.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 12:18 pm
דורך ידען
יאיר האט געשריבן:אינטערעסאנט ווי שפירא נוצט דעם חות יאיר צו ווייזן מיט וואספארא גלייכגילטיגקייט מען האט זיך אמאל באצויגן צו ******* אביוז. אויב אזוי שטימט יא דער חוות יאיר מיט די היינטיגע השקפה.
די חוות יאיר איז משפחה מיט דיר?
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 1:40 pm
דורך גוטע פינטעלך
אינטערסאנט אז ער באציט זיך צו ר' שלמה פישר'ס התנגדות צו ר' משה פיינשטיין ז"ל, איך האב געהערט פון עטליכע אידען אז זיין התנגדות קעגען עם איז נישט נאר געווען איבער דעם ענין וואס פרופ' מארק שרייבט, נאר איבער זיין גאנצע גאונות, ער האט כמה פעמים זיך אויסגעדריקט שטארק נישט סימאפטיש קעגען זיינע חידושים ותשובות.
ער האט זיך אמאל אויסגעדריקט אז ר' משה איז געווארען א' 'גדול הדור' דורך די אמעריקע'נר פרויען וואס האבען נישט געוויסט בחייהון, זיי פלעגען עם אנרופען און פרעגען: "רב, ווען דארף מען צינדען היינט ליכט"? "5:16" האט ר' משה גענטפערט, האט די פרוי געזאגט "אהה שכויח שכויח פוסק הדור" אזוי אזי עס געווען וואך איין וואך אויס ביי אלע ניו יארקע פרויען ביז ער איז געווארען 'דער גדול'.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 2:14 pm
דורך יידל
יאיר האט געשריבן:אינטערעסאנט ווי שפירא נוצט דעם חות יאיר צו ווייזן מיט וואספארא גלייכגילטיגקייט מען האט זיך אמאל באצויגן צו ******* אביוז. אויב אזוי שטימט יא דער חוות יאיר מיט די היינטיגע השקפה.
נו, שרייבט דען שפירא פארקערט?
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 9:07 pm
דורך יאיר
ניין. איך ברענג נאר ארויס די איראניע. דער חסידי'שער בענזשאמין שרייט אז דער חוות יאיר איז פארקערט ווי די חרדי'שע השקפה, און דער מאדערן ארטאדאקס פראפעסאר זאגט אז ניין, דאס איז ממש די חרדי'שע השקפה.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 9:07 pm
דורך יאיר
ידען האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:אינטערעסאנט ווי שפירא נוצט דעם חות יאיר צו ווייזן מיט וואספארא גלייכגילטיגקייט מען האט זיך אמאל באצויגן צו ******* אביוז. אויב אזוי שטימט יא דער חוות יאיר מיט די היינטיגע השקפה.
די חוות יאיר איז משפחה מיט דיר?
די חוות יאיר האב איך געבויט מיט מיינע צען פינגער.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 9:20 pm
דורך זר זהב
איך בין נייגעריג אויב פראפעסער מארק שפירא לאזט זיך וואקסן א לאנגן בארד און פיאות און ווייקט זיך אין מקוה, טוט זיך אן שווארצע גלעזער מיט א פלאכן ביבער היט, און גייט יעדן טאג צו ר' שמיע גרינבוים און ז"ל פילאפ'ס שיעורים, צי איינער דא וואלט נאך געווען אינטערעסירט אין וואס ער האט צו זאגן...
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 9:24 pm
דורך קאווע טרינקער
זר, איך בין נייגעריג אויב אויב דז'מי קימעל לאזט זיך וואקסן א לאנגן בארד און פיאות און ווייקט זיך אין מקוה, טוט זיך אן שווארצע גלעזער מיט א פלאכן ביבער היט, און גייט יעדן טאג צו ר' שמיע גרינבוים און ז"ל פילאפ'ס שיעורים, צו דו וואלסט אים אויסגעהערט.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 9:25 pm
דורך זר זהב
זיכער, ער וואלט גארנישט געדארפט זאגן און מ'וואלט זיך געהאלטן ביי די זייטן...
בד"וו ס'נישט שיין צו קאפי פעיסטן א צווייטענס תגובה.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 9:30 pm
דורך יאיר
זר זהב האט געשריבן:איך בין נייגעריג אויב פראפעסער מארק שפירא לאזט זיך וואקסן א לאנגן בארד און פיאות און ווייקט זיך אין מקוה, טוט זיך אן שווארצע גלעזער מיט א פלאכן ביבער היט, און גייט יעדן טאג צו ר' שמיע גרינבוים און ז"ל פילאפ'ס שיעורים, צי איינער דא וואלט נאך געווען אינטערעסירט אין וואס ער האט צו זאגן...
לאל, איך בין נייגעריג צו ווען הרב יואל טייטלבוים וואלט געווען א פראפעסאר אוו דזשואיש שטודיעס אין סטענפארד אוניווערזיטעט און וואלט אפגעשריבן דעם ויואל משה אלס זיין דאקטאראט פאפיר, צו איינער פון די סאטמארע אידן וואלט אמאל אריינגעקוקט דערין.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 9:35 pm
דורך זר זהב
זיי וואלטן נישט. מ'לערנט זיינע ספרים ווייל ער איז געווען אן ערליכע איד "פוירסט".
מיין נקודה איז, מארק שפירא דינט מען דא ווייל ס'קיהל.
אויב וואלט מארק שפירא אפגעשריבן דעם ויואל משה גלייב איך אז רוב רובו דא וואלטן עס אנגענומען ווי תורת משה מסיני...
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 9:38 pm
דורך יאיר
זר, אויב דו גאנצע סיבה פארוואס דער ויואל משה איז גערעכט איז ווייל ער איז געווען אן ערליכער איד, אתמהה, איז ער געווען דער איינציגער ערליכער איד אין זיין דור? און פארוואס איז עס אמת כתורה מסיני, ווייל עס איז פערצופאל געשריבן געווארן דורך אן ערליכער איד?
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 9:39 pm
דורך זר זהב
איך האב נישט דאס געזאגט. איך האב געזאגט אז דאס איז די סיבה פארוואס ערליכע אידן לערנען עס. והבן
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 9:45 pm
דורך יאיר
אבער פארוואס נאכ'ן לערנען ווערן אלע סאטמארע אידן איבערצייגט אז נאר דאס איז אמת און יעדער וואס זאגט אנדערש איז א מסלף דברי אלקים חיים? איז דאס צוליב זיין הייליגע בארד אדער ווייל זיינע טענות זענען אזוי איבערצייגנד? אויב איז עס צוליב די צווייטע סיבה, דעמאלט איז נישט קיין חילוק צו הרב טייטלבוים זאגט עס אדער פרופ' שפירא זאגט עס.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 9:48 pm
דורך זר זהב
לכאורה ווייל ער האט נישט געהאט קיין שום נגיעה אזוי צו ווייטאגן דערויף. קיין געלט און כבוד האט ער דערפון נישט געמאכט.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 10:00 pm
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:איך בין נייגעריג אויב פראפעסער מארק שפירא לאזט זיך וואקסן א לאנגן בארד און פיאות און ווייקט זיך אין מקוה, טוט זיך אן שווארצע גלעזער מיט א פלאכן ביבער היט, און גייט יעדן טאג צו ר' שמיע גרינבוים און ז"ל פילאפ'ס שיעורים, צי איינער דא וואלט נאך געווען אינטערעסירט אין וואס ער האט צו זאגן...
יויש, פונקט אין
הרב שמעיה גרינבוים האסטו געמוזט אריינבייסן? איך בין א גרויסער פען פון אים, ווייל ער ליידט אויך אויף דעם "קיהל" סינדראם, נאר אין א פּרי-אינטערנעט וועג...
און אגב, דיין "קיהל" טעאריע איז שוואכע מעשיות.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 10:04 pm
דורך יאיר
די קיהל טעאריע איז נאך אזוי גוט ווי אלע אנדערע טעאריעס, ווי די טעאריע פון עוואלוציע אדער די טעאריע פון רעלאטיוויטעט. ס'אלעס טעאריעס.