[tag]mr.pirken[/tag] חברין שרייבט מיר דאס אין אישי:
ונבנתה העיר האט געשריבן:[center]פרק ה'[/center]
[center]די אפעקט אויף 'זמן' - חלק א'[/center]
אז מיר האבן זיך שוין באקענט מיט די צוויי יסודות, די פרינסעבל אוו רעלאטיוויטי און אז די ספיד אוו לייט איז קאנסטענט און אומטוישבאר, קענען מיר זיך זייער גרינג איבערצייגן אז אונזער הבנה אין 'זמן' איז פשוט נישט ריכטיג.
שטעלט אייך פאר אזא מעשה: צוויי מדינות וואס זענען אין קריג גרייטן זיך אונטערצושרייבן א הסכם, קיין איינער פון די פרעזידענטן וויל אבער נישט חתמ'ענן זיין קאפיע פונעם שטר פאר דער צווייטער חתמ'עט, זענען זיי אויפגעקומען מיט א המצאה, ביידע וועלן זיך זעצן ביי צוויי פארקערטע עקן פון א טיש, און פונקט אינדערמיט פונעם טיש וועט מען אוועקשטעלן אן אויסגעלאשענעם באלב, דערנאך וועט מען עס אנצינדן און לייט וועט ארויספליהען פונעם באלב אין די ריכטונג פון די צוויי, והי' ווען די ליכטיגקייט וועט זיי ביידע דערגרייכן דעמאלטס וועלן זיי חתמ'ענן דעם צעטל ביידע אויפאמאל, וכך הוי, און די צערעמאניע איז אריבער בשלום צו די צופרידענהייט פון ביידע צדדים.
א צייט שפעטער איז געווען א קריג צווישן מזרח-לאנד און מערב-לאנד, און ווען זיי האבן געהאלטן ביים חתמ'ענן א שטר הסכם האבן זיי זיך אויך באנוצט מיט דעם אויבן-דערמאנטן פאטענט, די איינציגסטע חילוק איז נאר אז די פרעזידענטן פון מזרח און מערב זיצן ביידע אויף א באן וואס פארט מיט א קאנסטענט וועלאסעטי [עס טוישט נישט ספיד אדער דירעקציע], אבער וואוסענדיג אז לויט'ן פרינסעבל אוו רעלאטיוויטי קען אזא תנועה נישט ברענגן קיין שום שינוי אין די חוקים פון פיזיקס, און זיי האבן א רעכט זיך צו באטראכטן ווי זיי שטייען אויף איין פלאץ, האבן זיי נישט צוגעלייגט קיין סאך מחשבה צום פאקט אז זיי זענען אויף א טרעין, און מען האט זיך געגרייט אויפ'ן מעמד החתימה.
ביידע פרעזידענטן האבן זיך געזעצט ביי די צוויי פארקערטע עקן פונעם טיש, דער פרעזידענט פון מזרח-לאנד מיט'ן פנים צו די דירעקציע וואו די באן פארט, און דער פרעזידענט פון מערב מיט'ן פנים אין די פארקערטע דירעקציע, מען האט אנגעצינדן די באלב וואס איז געשטאנען פונקט אינדערמיט, און אין די רגע וואס לייט האט דערגרייכט יעדער פון זיי האבן זיי אונטערגעשריבן דעם צעטל לשמחת כל המשתתפים אויפן באן וואס האבן מעיד געווען אז די ליכטיגקייט האט דערגרייכט יעדער פון די פרעזידענטן אין די זעלבע רגע.
למעשה האט אבער אויף די פלאטפארמע אויסגעבראכן מהומות, דארטן זענען געשטאנען חסידים פון מזרח און מערב און באטראכט די צערעמאניע אויפן באן, און ווי נאר מען האט גע'חתמ'עט האבן די מזרחיסטן אנגעהויבן פארפירן אז מען האט זיי אויסגענארט און זייער פרעזידענט האט גע'חתמ'עט פאר דער פרעזידענט פון מערב.
ווען די מענטשן אויפן באן האבן דאס געהערט האבן זיי זיך נישט געגלייבט די אויערן, זיי האבן דאך בפירוש געזעהן ווי די ליכטיגקייט וואס איז ארויס פונעם באלב וואס שטייט פונקט אינמיטן פונעם טיש איז אנגעקומען צו ביידע פרעזידענטן אין די זעלבע רגע, איז ווי קען זיין אז די וואס זענען געשטאנען אויף די פלאטפארמע האבן אבזערווירט אז עס איז קודם אנגעקומען צום פרעזידענט פון מזרח?
די סיבה דערצו איז פשוט, די וואס שטייען אויף די פלאטפארמע האבן געזעהן ווי די לייט איז ארויס פונעם באלב אין א געוויסע רגע און האט אנגעהויבן פארן אין די ריכטונג פון ביידע פרעזידענטן, אבער אין די צייט וואס עס האט גענומען פאר די לייט צו פארן פונעם באלב ביז צו די פרעזידענטן איז דאך די באן ווייטער געפארן, וואס דאס מיינט אז דער מזרח פרעזידענט האט זיך געריקט נענטער צו די לייט כחתן היוצא לקראת כלה און די לייט האט געדארפט קאווערן ווייניגער שטח איהם צו דערגרייכן, לעומת זה, דער פרעזידענט פון מערב איז אין די זעלבע צייט געפארן אין די פארקערטע ריכטונג פון די לייט, אויב אזוי האט די לייט געדארפט פארן מער שטח איהם צו דעריאגן, ממילא טענה'ען די מענטשען אויף די פלאטפארמע – און מיט רעכט – אז עס דארף אויסקומען, און אין פאקט האבן זיי אזוי אבזערווירט, אז די לייט דערגרייכט קודם דעם מזרח פרעזידענט און ערשט דערנאך דעם מערב'דיגן.
צוויי נקודות וואס מען דארף מדגיש זיין:
א) וואס מען האט יעצט געשמועסט איז נישט א סטעיטמענט בנוגע די ספיד אוו לייט, ווי מיר ווייסן שוין קען מען די ספיד אוו לייט נישט משנה זיין - נישט שנעלער מאכן און נישט שטייטער מאכן, דאס איז נאר א סטעיטמענט בנוגע 'וויפיהל שטח' די לייט דארף פארן כדי צו דערגרייכן די פרעזידענטן, און ווי ערקלערט זעהן די מענטשן אויף די פלאטפארמע אז אנצוקומען צום מזרח'דיגן דארף די לייט קאווערן אסאך ווייניגער שטח, און ממילא האבן זיי געזעהן ווי עס איז אנגעקומען קודם צום פרעזידענט פון מזרח, אבער די מענטשען וואס געפינען זיך אויפן טרעין באטראכטן זיך ווי זיי שטייען אויף איין פלאץ, און ממילא זעהן זיי ווי די לייט פארט די זעלבע שטח צו דערגרייכן ביידע פרעזידענטן און עס דערגרייכט זיי אין די זעלבע רגע.
ב) די גאנצע פאראדאקס איז א דירעקטע תוצאה פון דעם וואס די ספיד אוו לייט איז קאנסטענט און מען קען עס נישט פארשנעלערן אדער פארשטייטערן, אויב וואלט לייט זיך אויפגעפיהרט ווי יעדע אנדערע זאך אין די בריאה וואלטן די מענטשן אויף די פלאטפארמע מסכים געווען אז ביידע האבן גע'חתמ'עט אין די זעלבע רגע, פארוואס? גאנץ פשוט, אין הכי נמי אז די לייט וואס לויפט צום מזרח פרעזידענט האט א קלענערע שטח צו קאווערן ווי די לייט וואס לויפט צום מערב'דיגן, אבער קעגן דעם האט דער מערב לייט באקומען א שטויס אויף פאראויס פונעם באן וואס לויפט אינעם זעלבן ריכטונג ווי איהם, און דאס פארקערטע ביים מזרח לייט, ער וואלט געווארן צוריקגעשלעפט דורכן באן וואס לויפט די פארקערטע וועג, אזוי אז צום סוף וואלטן זיי זיך אויסגעגליכן און זיי וואלטן – פון יעדן'ס פרעספעקטיוו – דערגרייכט ביידע אין די זעלבע רגע, אבער אזוי ווי לייט קען נישט ווערן אריינגעשטויסן אין א העכערע ספיד אדער צוריק געשלעפט אין א שטייטערער, וועלן מיר באקומען דעם אויבנדערמאנטן מאדנעם פאראדאקס.
איז ווער איז גערעכט? כ'מיין, מען רעדט דאך נישט דא פון אן אבסטראקטע לומדות, עס האנדלט זיך איבער א פאקטישע מציאות, האבן די פרעזידענטן גע'חתמ'עט אויף איין מאל אדער נישט?
דער תירוץ איז, ביידע זענען גערעכט, פונקט ווי ראובן און שמעון וואס שוועבן אין ספעיס [פרק ג'], פון די פראספעקטיוו פון די וואס זענען אויפן טרעין האבן זיי גע'חתמ'עט צוזאמען, און פון די פראספעקטיוו פון די וואס שטייען אויפן פלאטפארמע האבן זיי נישט, און ביידע האבן אן אייניגע קלעים אויפן אמת – ביידע זענען אמת.
איז וואס בלייבט די איינציגסטע עצה? זמן, מיר וועלן בע"כ מוזן מסכים זיין אז זמן איז נישט אבסעלוט, און דער זמן וואס האלט אין זיך די מעמד החתימה קען זיך אויסשפילן ביי מיר פריער אדער שפעטער ווי ביי דיר.
קודם א גרויסען ישר כח פאר די ארטיקעל, איך קען דיר נישט גענוג דאנקען דערויף ווי איך בין מיך מחיה דערמיט,
איך ליין שוין איבער דיין ארטיקען א שיינע פאר מאל, אבער דא פעלט מיר נאך אביסעל הסבר דערויף, אזוי ווי איך בין נישט קיין שרייבער, ווייס איך נישט צו די וועסט פארשטיין וואס עס איז מיר שווער, אבער איך וועל דאך פרובירן.
דיין הסבר גייט אזוי,
לאמיר אראפ לייגען די זעלבע מעשה פון די פרעזידענטן נאר אנשטאט מיט לייט, וואס איז אלץ די זעלבע ספיד, וועט מען מאכען אז א מאשין שיסט ארויס צוויי שטיינער, איינס צו איין פרעזידענט, און די אנדערע צום פארקערטן ריכטונג צום אנדערען פרעזידענט, דעמאלטס וואלט נישט קיין קיין סתירה צווישן די מענטשן אויפן באן, און די מענטשן אויפן פלאטפארמע, פארוואס, ווי איר האט מסביר געווען, ווייל דער מערב שטיין באקומט א שטויס אויף פאראויס פונעם באן וואס לויפט אינעם זעלבן ריכטונג ווי איהם, און דאס פארקערטע ביים מזרח שטיין, ער ווערט צוריקגעשלעפט דורכן באן וואס לויפט די פארקערטע וועג,
ד. ה. אז ווען א מענטש שטייט אויפן א באס וואס פארט אויפן הייוועי און ער געט א טאנץ, וועט צירוק אראפ פאלען אויפן זעלבען ארט ווי ער האט געטאנצען, לכאורה וואלט ער געדארפט אראפ פאלען אין בעק פון די באס ווייל ווען ער איז געווען אין די לופט איז דאך די באס ווייטער געפארן, נאר די גאנצע חלל פונעם באס פארט מיט מיטן באס, ממילא ווען ער טאנץ פארט ער מיט מיטן באס בשעת'ן זיין אין די לופט,
די זעלבע זאך דא די מערב שטיין אחוץ זיין 5 מפ''ש (למשל) וואס ער פליעט פון אינמיטן טיש דורכן מאשין, פארט ער דאך מיט מיטן חלל פונעם באן וואס פארט (לאמיר זאגען) 20 מפ''ש, משא''כ דער מזרח שטיין גערעכט איז בכלל נישט ריכטיג אז ער האט א קלענערע שטח צו דעקן, ווייל גערעכט אז די מזרח פרעזידענט קומט צו גיין אין די שטיינ'ס ריכטונג, דאך ווערט דאך די שטיין אויך געצויגען צום פארקערטן ריכטונג ווי עס פליעט, (דורכן חלל פונעם באן וואס פארט מיט מיטן באן ) ממילא, איווענט זיך עס אויס,
דאס אלעס האביך פארשטאנען פון דיינע ווערטער וואס די האסט געשריבען,
אין הכי נמי אז די לייט וואס לויפט צום מזרח פרעזידענט האט א קלענערע שטח צו קאווערן ווי די לייט וואס לויפט צום מערב'דיגן, אבער קעגן דעם האט דער מערב לייט באקומען א שטויס אויף פאראויס פונעם באן וואס לויפט אינעם זעלבן ריכטונג ווי איהם, און דאס פארקערטע ביים מזרח לייט, ער וואלט געווארן צוריקגעשלעפט דורכן באן וואס לויפט די פארקערטע וועג, אזוי אז צום סוף וואלטן זיי זיך אויסגעגליכן און זיי וואלטן – פון יעדן'ס פרעספעקטיוו – דערגרייכט ביידע אין די זעלבע רגע,
יעצט וויל איך פארשטיין וואס עס געשעהט מיטן לייט, ווי געשמיסט עס טוישט קיינמאל נישט ספיד, ממילא פארט נישט די מערב לייט שנעלער ווייל עס פארט צוזאמען מיטן באן, און די מזרח לייט פארט נישט שטייטער ווייל עס פארט אין די פארקערטע ריכטונג, קומט אויס אז די מציאות וואס אונז האבן אראפ געלייגט אז ווען איינער טאנצט אויף א פארנדיגע באס פארט ער מיט, און די זעלבע אז איינער שיסט א שטיין 5 מפ''ש אויף א באן פון 20 מפ''ש פארט די שטיין א ס''ה פון 25 מפ''ש, דאס געשעהט נישט ביים לייט, ד.מ. אז די לייט פארט נישט מיט מיטן חלל פון די באס/באן, נאר עס פארט אייביג אויף זייער אייגענע ספיד,
קומט אויס אז ביי די מעשה פון די פרעזידענטן אויף די באן, זענען די מענטשן פון די פלאטפארמע גערעכט!!, אדער הייבט זיך נישט אן די מציאות בכלל ווי איר האט עס אראפ געלייגט אז די מענטשן פונעם באן אבזעווירן אז עס קומט אן די זעלבע, נאר זיי האבן אויך אבזעווירט ווי די מענטשן פון אינדרויסען אז די מזרח לייט איז אנגעקומען שנעלער ווי די מערב לייט,
ווייל די פאקט איז אז די מענטשן פון מזרח פארן יעצט צו מערב, אין די לייט האמיר געשמיסט פארט נישט מיט מיטן חלל פונעם באן נאר עס פארט ווי עס פארט ווען אינדרויסען פונעם באן, אבער די מזרח פרעזידענט גייט דאך צום לייט,קומט אויס אז די לייט צו מזרח דעקט א קלענערע שטח ווי די מערב לייט, דארף אויסצוקומען אז כו''ע מודה אז עס איז אנגעקומען שנעלער צום מזרח פרעזידענט.
יעצט נישט איך קום זאגען א פאקט, ווייל איך בין זיכער אז איך בין קאמפליטלי נישט גערעכט, ווייל זיי האבן אויך דאס געוויסט אין מיט דעם אלעם האבן זיי אזוי געזאגט, נאר עס פעלט סתם אביסעל הסבר, פאר אזא איינעם ווי מיר וואס האט קיינמאל א דורך געטון דעי נושא, (נישט נאר דעי, נאר בכלל קען איך נישט קיין סייענס און פיזיקס, אבער דאך וויל איך עס פארשטיין, האסט דאך נאר געשריבען פאר די וואס קענען עס נישט..., נישט פאר די וואס קענען עס יא)
מילא בעהט איך דיר אויב די קענסט אוועקגעבן אביסעל צייט מיר צו ענטפערן ווייל עס שטערט מיר זייער די קשיא, און לאזט מיר עס נישט ארויסהאבען,
אז עס קען זיין א תועלת פאר נאך אידן, קענט איר מיר ענטפערן אין פובליק.
א ריזיגען דאנק פון פאראויס,
מר. פירקן
-----------
קודם, א דאנק פאר'ן דאנק, עס ווארעמט דאס הארץ צו הערן א גריס.
פאר כ'ענטפער דיין שאלה וויל איך נאר מעמיד זיין צוויי נקודות על דיוקם:
א.
אז ווען א מענטש שטייט אויפן א באס וואס פארט אויפן הייוועי און ער געט א טאנץ, וועט צירוק אראפ פאלען אויפן זעלבען ארט ווי ער האט געטאנצען, לכאורה וואלט ער געדארפט אראפ פאלען אין בעק פון די באס ווייל ווען ער איז געווען אין די לופט איז דאך די באס ווייטער געפארן, נאר די גאנצע חלל פונעם באס פארט מיט מיטן באס, ממילא ווען ער טאנץ פארט ער מיט מיטן באס בשעת'ן זיין אין די לופט,
גראדע פלעגט מען ביי אונז אין חדר אויך שמועסן וועגן דעם 'חלל'... אבער ס'איז נישט ממש מדויק.
די סיבה פארוואס ווען מ'טאנצט אויף א באס פליעט מען מיט מיט'ן באס 60 מייל א שעה איז ווייל דו אליינס פליעסט די גאנצע צייט 60 מפ"ש. טראכט אריין: ווען דיין קאר פארט 60 מפ"ש פליעסטו, בכבודך ובעצמך, 60 מפ"ש.
נאר וואס דען, די רגע דו שפרינגסט ארויף האסטו מער נישט די שטופ-קראפט [- די באס וכדומה], אבער פאר די סעקונדע וואס דו ביסט אין די לופטן מאכט עס נישט קיין סאך אויס, דו פליעסט ווייטער מיט די זעלבע 60 מפ"ש ווי ביז יעצט, און ממילא קומסטו צוריק אראפ אינעם באס אויפן זעלבן ארט.
--------
ב. דו זעהסט א באן פארן אויף די טרעקס 20 מפ"ש, זאגסטו אז דו שטייסט אויפן פלאץ און דער באן רוקט זיך.
דער אמת איז אז דו שטייסט אויף א פלאנעט וואס הייסט 'ערד', אויב שטייסטו ביים עיקוועיטאר פון די ערד דרייעסטו זיך ארום דעם ערד'ס צענטער ארום 1000 מפ"ש.
ענד ווי אר נאט פינישט: די גאנצע ערד – מיט דיר צוזאמען – יאגט זיך ארום די זוהן בערך 68,000 מפ"ש.
ענד ווי אר נאט פינישט סטיל: די זוהן דרייעט זיך ארום די צענטער פון אונזער גאלאקסי מיט א שנעלקייט פון ארום 500,000 מפ"ש.
און, פיינעלי: די טרעין, דו, די ערד, די זוהן, און אונזער גאנצע גאלאקסי, אלע צוזאמען פליען אין ספעיס מיט א שנעלקייט פון איבער א מיליאן מפ"ש.
יעצט זאג דו מיר: ווער שטייט אויף איין פלאץ? דו אדער די טרעין?...
די תירוץ איז כדלקמן.
-----------
יעצט וויל איך פארשטיין וואס עס געשעהט מיטן לייט, ווי געשמיסט עס טוישט קיינמאל נישט ספיד, ממילא פארט נישט די מערב לייט שנעלער ווייל עס פארט צוזאמען מיטן באן, און די מזרח לייט פארט נישט שטייטער ווייל עס פארט אין די פארקערטע ריכטונג, קומט אויס אז די מציאות וואס אונז האבן אראפ געלייגט אז ווען איינער טאנצט אויף א פארנדיגע באס פארט ער מיט, און די זעלבע אז איינער שיסט א שטיין 5 מפ''ש אויף א באן פון 20 מפ''ש פארט די שטיין א ס''ה פון 25 מפ''ש, דאס געשעהט נישט ביים לייט, ד.מ. אז די לייט פארט נישט מיט מיטן חלל פון די באס/באן, נאר עס פארט אייביג אויף זייער אייגענע ספיד,
קומט אויס אז ביי די מעשה פון די פרעזידענטן אויף די באן, זענען די מענטשן פון די פלאטפארמע גערעכט!!, אדער הייבט זיך נישט אן די מציאות בכלל ווי איר האט עס אראפ געלייגט אז די מענטשן פונעם באן אבזעווירן אז עס קומט אן די זעלבע, נאר זיי האבן אויך אבזעווירט ווי די מענטשן פון אינדרויסען אז די מזרח לייט איז אנגעקומען שנעלער ווי די מערב לייט,
ווייל די פאקט איז אז די מענטשן פון מזרח פארן יעצט צו מערב, אין די לייט האמיר געשמיסט פארט נישט מיט מיטן חלל פונעם באן נאר עס פארט ווי עס פארט ווען אינדרויסען פונעם באן, אבער די מזרח פרעזידענט גייט דאך צום לייט,קומט אויס אז די לייט צו מזרח דעקט א קלענערע שטח ווי די מערב לייט, דארף אויסצוקומען אז כו''ע מודה אז עס איז אנגעקומען שנעלער צום מזרח פרעזידענט.
דער תירוץ איז 'רעלאטיוויטי'.
די מענטשן וועלכע געפונען זיך אויפן באן וועלכע פארט מיט א קאנסטענט וועלאסעטי זענען פונקט אזעלכע מיוחסים ווי דו וואס געפונט זיך אויף די ערד וועלכע פליעעעעט אין ספעיס, און אעפ"כ האסטו אלע רעכטן צו זאגן אז דו שטייסט אויף איין פלאץ.
וויבאלד רעלאטיוויטי זאגט אז א גלאטע תנועה איז 'באמת' נישט קיין תנועה [נאר לגבי/רעלאטיוו צו אן אנדערע זאך], וכמבואר בארוכה, איז אז איינער פארט אויפן באן און די פענסטער זענען פארמאכט 'איז עס באמת נישט קיין תנועה'.
די מענטשן אויפן באן וועלן זעהן די לייט פליען צו ביידע גלייך וויבאלד פון זייער פערספעקטיוו שטייען זיי אויף איין פלאץ, פונקט ווי לייט אין דיין צימער פיהרט זיך אויף ווי עס שטייט אויף איין פלאץ הגם די גאנצע וועלט פליעט אין ספעיס.