בלאט 5 פון 23

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:33 pm
דורך זר זהב
יידל האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:און ווער דארף עכטע האר ווען די שייטלען זענען סאך בעסער?

ביסט פון קאפ געפאלן? מ'זעט אז דו האסט נאך נישט טועם געווען טעם האר.

דו זעהסט גוט יידל
:cry:

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:33 pm
דורך געפילטע פיש
אשכנ האט געשריבן:א גוטע עצה, אבער ביי אונזער עולם וואלט יעדער somehow געוואר געווארען, און דעמאלטס אך און ויי...

רעדסט זיך טאקע איין? דו האסט נישט קיין אהנונג ווי פיל האבן זיך אויפגעהערט שערן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:35 pm
דורך יידל
געפילטע פיש האט געשריבן:
אשכנ האט געשריבן:א גוטע עצה, אבער ביי אונזער עולם וואלט יעדער somehow געוואר געווארען, און דעמאלטס אך און ויי...

רעדסט זיך טאקע איין? דו האסט נישט קיין אהנונג ווי פיל האבן זיך אויפגעהערט שערן.

און וויאזוי באמערקט מען נישט פון אונטערן טורבאן?

אגב, אפשר רוקט מען אריין דעם שמועס אין מאחורי?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:38 pm
דורך קאנצעפט
יאנקל האט געשריבן:
קאנצעפט האט געשריבן:חברה נעמט אין קאפ אריין אז איר וואלט סייווי נישט געקענט ענדזשויען די האר - אויב האלט איר ביים פאלגן דעם זוהר הקדוש - ווייל חוץ אונטערן דאכענע וואלט איר עס סייווי ניט געקענט זען די שיינע לאנגע האר... דער זוהר לאזט נישט דעם דאך פון הויז זען די האר.

אחוץ אז איר ווילט צאמשעלטן די זוהר אויך....

(כ'בין טאקע נייגעריג צו די פרומעס ספרדים האלטן איין דעם זוהר, אדער זיי זענען נישט גורס דעם זוהר?)

א שטיקל זוהר וואס גייט בפירוש קעגן וואס חז״ל זאגן איז געווען דער מציאות בזמנם, מוזן מיר אננעמען שיטת היעב״ץ והחת״ס אז געוויסע שטיקלעך זענען געפעלשט.

אויב ברענגסטו פון חתם סופר דאן ביסטו אויף צרות, ווייל דא איז פון די איינציגסטע פלעצער וואס ער שרייבט א פסק הלכה אז מדארף יא שערן, און ער בעיסט עס אויפ'ן זוהר (ווי איך האב שוין נאכגעברענגט צוויי דפים צוריק)

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:40 pm
דורך יידל
קאנצעפט האט געשריבן:אויב ברענגסטו פון חתם סופר דאן ביסטו אויף צרות, ווייל דא איז פון די איינציגסטע פלעצער וואס ער שרייבט א פסק הלכה אז מדארף יא שערן, און ער בעיסט עס אויפ'ן זוהר (ווי איך האב שוין נאכגעברענגט צוויי דפים צוריק)

אינטערעסאנט, ווייל ביי שערן די בארד זאגט ער אויפן זוהר אז אין לנו עסק בנסתרות און מ'קען שערן די בארד, איז מאי אולמא האי שטיקל זוהר מהאי שטיקל זוהר?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:45 pm

קען זיין דער חתם סופר איז אויך געפעלטשט... :lol:

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:00 pm
דורך קאווע טרינקער
לאמיר נישט אריינגיין אין א שמועס אין מגלה זיין איבער געוויסע תשובות וואס ------ ז"ל האט ארויסגענומען , און זיי זענען נישט געדריקט געווארן.
אבער, צוריק צום ענין.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:20 pm
דורך sunbar
געפילטע פיש האט געשריבן:
אשכנ האט געשריבן:א גוטע עצה, אבער ביי אונזער עולם וואלט יעדער somehow געוואר געווארען, און דעמאלטס אך און ויי...

רעדסט זיך טאקע איין? דו האסט נישט קיין אהנונג ווי פיל האבן זיך אויפגעהערט שערן.

מיין בני בית וויל טאקע נישט שערן......

איך האלט אז עס איז נישט קיין פראבלעם.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:34 pm
דורך געפילטע פיש
מיין ווייב וויל אויך נישט שעירען, אלעס טויז האלט זי פאר זיך...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 12:11 am
דורך אשכנ
געפילטע פיש האט געשריבן:
אשכנ האט געשריבן:א גוטע עצה, אבער ביי אונזער עולם וואלט יעדער somehow געוואר געווארען, און דעמאלטס אך און ויי...

רעדסט זיך טאקע איין? דו האסט נישט קיין אהנונג ווי פיל האבן זיך אויפגעהערט שערן.

ווי פיל טאקע? איך בין בלויז נייגעריג, פון מיין זייט קען יעדער טוהן סיי וואס אבי עס איז אויסגעהאלטען ע"פ שו"ע (חוץ אויב עס איז א נדר פראבלעם, איך ווייס נישט).

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 12:21 am
דורך געפילטע פיש
פון ווי זאל איך וויסן? איך האב נישט געמאכט קיין אנקעטע, אבער לויט וואס מ'זעט ביי מיינע און מיין ווייבס חבירים\ות איז דאס גאנץ א נארמאלע פענאמענאן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 12:24 am
דורך טעלעפאן
געפילטע פיש האט געשריבן:פון ווי זאל איך וויסן? איך האב נישט געמאכט קיין אנקעטע, אבער לויט וואס מ'זעט ביי מיינע און מיין ווייבס חבירים\ות איז דאס גאנץ א נארמאלע פענאמענאן.

פון וועלכע קרייז רעדסטו?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 12:40 am
דורך געפילטע פיש
טעלעפאן האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:פון ווי זאל איך וויסן? איך האב נישט געמאכט קיין אנקעטע, אבער לויט וואס מ'זעט ביי מיינע און מיין ווייבס חבירים\ות איז דאס גאנץ א נארמאלע פענאמענאן.

פון וועלכע קרייז רעדסטו?

נישט באזירט אויף קיין שום ספעציפישן קרייז, (שאקער, איך האב חבירים אינדרויסען פון מיין חסידות!) נאר אין אלגעמיין.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:43 am
דורך קאווע טרינקער
אפשר די נשים העומדים על הטבילה זאלן נעמען אן אנקעטע, כ'מיין אז די ריזאלטס וועט זיין בעסער ווי געראכטען

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 11:02 am
דורך יידל
קאווע טרינקער האט געשריבן:אפשר די נשים העומדים על הטבילה זאלן נעמען אן אנקעטע, כ'מיין אז די ריזאלטס וועט זיין בעסער ווי געראכטען

איך ווייס פון לכה"פ צוויי גרויסע אדמו"רים וואס האבן געפונען פאר וויכטיג אין לויף פון די לעצטע יאר צייט מעורר צו זיין ברבים איבער די נייע פירצה פון זיך נישט שערן. די צוויי אדמו"רים פארמאגן א מקוה טהרה לנשים אונטער זייער נשיאות, און עס איז דערפאר מסתבר אז די נייע פירצה האבן זיי געהערט פון די נשים העומדים על הטבילה.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 11:07 am
דורך שמואל הלוי
איינער פון זיי אדמו"ר מהר"א מסאטמאר?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 11:10 am
דורך קאווע טרינקער
מעורר צו זיין ברבים איבער די נייע פירצה פון זיך נישט שערן.

אה, ענדליך איז איינער שוין מסביר .... וואס זאגן זיי.... ? פארוואס דארף מען זיך שערן?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 11:12 am
דורך יידל
קאווע טרינקער האט געשריבן:
מעורר צו זיין ברבים איבער די נייע פירצה פון זיך נישט שערן.

אה, ענדליך איז איינער שוין מסביר .... וואס זאגן זיי.... ? פארוואס דארף מען זיך שערן?

ווייל דאס איז אונזער מסורה.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 11:15 am
דורך קאווע טרינקער
פון ווי נעמט זיך די רעכט פון טוישן די מסורה?
שרה רבקה רחל לאה
אשת אביי
אשת רבה
אשת הרשב"א
אשת ר' חיים פלאג'י
אשת בעל פרק שירה
אשת בעל הקטורת ועוד
אלע האבן זיך נישט געשוירען

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 11:23 am
דורך יידל
דאס איז נישט זייער עסק. היינט למעשה איז די מסורה שוין אנדערש. מיר זענען נישט בכוח דן צו זיין די וואס האבן געטוישט די מסורה.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 3:26 pm
דורך קאווע טרינקער
יידל האט געשריבן:דאס איז נישט זייער עסק. היינט למעשה איז די מסורה שוין אנדערש. מיר זענען נישט בכוח דן צו זיין די וואס האבן געטוישט די מסורה.

די מיינסט עס אמת'דיג, אדער בלשון סגי נהור?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:14 pm
דורך לחיים
אויף קול מבשר איז דא א איטערסאנטע אינטערוויא בנוגע "תגלחת נשים"

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:23 pm
דורך געפילטע פיש
האבעך נישט קיין צייט און געדולד אויסצוהערן קאלמע, ביטע זאגט וואס די פוינט איז.