בלאט 5 פון 6
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 3:40 am
דורך טעפל
איך האב נישט געחלומט אז ס'וועט קומען אזא ריזען עולם צום הכתרה..
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 6:48 am
דורך לעיקוואד
פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:כ'זעה מ'באזידלט דא גאנצט פיין דעם פויבסט. זאל ער וויסן.
גימטריאות און ראשי תיבות is above his pay grade
וואס עפעס? ערעגצוו אין שטיבל האט מען שוין אורמגערעדט דער ספר פונ'ם פריערדיגער פויבסט וואס איז געבויט אויף גימטריאות און רמזים.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 8:13 am
דורך ודי למבין
ביי די ענד פון די דרשה האט דער נייער פויבס"ט ירום הודו זיך הארצליך באדאנקט פאר א געוויסע רב עדס פון ארץ ישראל, און געזאגט אז נאר אין זיין זכות שטיי איך דא אויף די פלאץ...
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 9:28 am
דורך קאווע טרינקער
זר זהב האט געשריבן:וואס זענען די דריי ערשטע אותיות פון ''פויבסט''? א פיי, א ואו, און א יוד. און ווען מ'שטעלט צוזאמען די דריי אותיות וואס ווערט דערפון?
[center]פוי!![/center]
זר, דו זעסט מיר אויס צו זיין אן ערענסטע מאמין אין כוחות הטומאה.
ביי מיר איז דער פויבסט גארנישט מער טמא(? אזויווי אלע אידן ביז משיח וועט מגלה זיין די אפר פרה אדומה וואס שינאווא רב האט געטראפן אין ארץ ישראל) ווי דער גוי וואס איך טיפ פארן אראפלייגען א קעיס פסח'דיג פעיפער-טואעל.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 11:08 am
דורך דולה ומשקה
קאווע טרינקער האט געשריבן:ביי מיר איז דער פויבסט גארנישט מער טמא(? אזויווי אלע אידן ביז משיח וועט מגלה זיין די אפר פרה אדומה וואס שינאווא רב האט געטראפן אין ארץ ישראל
דער פויבסט איז איין שטיק שקר אזוי גלייך ווי דער דמיון.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 11:51 am
דורך הדד בן בדד
זר זהב האט געשריבן:ער האט נאר איין לונג!
איך אויך, ווער האט מער פון איינס?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:29 pm
דורך [NAMELESS]
What does schwrtznegger have a long one
Madonna does not have one
And the pope doesn't use it?
A last name...
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:38 pm
דורך berlbalaguleh
ממי_שאמרו האט געשריבן:What does schwrtznegger have a long one
Madonna does not have one
And the pope doesn't use it?
A last name...
נאך א מזל דו ברענגסט די תשובה תיכף אויפ'ן פלאץ. נישט מיט "פארזעצונג קומט אי"ה".
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:41 pm
דורך גאלד
יאנקל האט געשריבן:פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:מאכט נישט קיין ליצנות, מ'רעדט דא פון א גייסטליכער פירער פאר איבער א ב-י-ל-י-א-ן מענטשן. דער פויפסט איז בערך אזוי ווי הונדערט טויזנט סאטמארע רבי'ס.
איז די ליצנות הונדערט טויזענט פאכיג.
וואו קומט דא אריין דאס ווארט "ליצנות"? מ'קען לאכן פון א צווייטן ווען יענער מאכט א נארישן און לעכערליכן באשלוס. הא תינח ווען דו וואלסט באשלאסן צו זיין א איד און יענער א קאטאליק וואלט אפשר געווען א מקום צו לאכן, אבער דו האסט דאך נישט באשלאסן צו זיין א איד און יענער האט נישט באשלאסן צו זיין א קאטאליק. איר ביידע האט מקבל געווען דאס אין וואס איר גלייבט פון אייערע עלטערן, טא, וואס איז שייך צו לאכן?
נו אויף זאגט דאך דער נביא, וואס מ'זאגט דאס אין די הפטורה פון ה' עוזי ומעוזי (דאכצעך בחקותי נישט זיכער)
"אליך גוים יבאו מאפסי ארץ ויאמרו
אך שקר נחלו אבותינו הבל ואין בם מועיל"
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:21 pm
דורך געפילטע פיש
וואס זאגט די עולם צו זיין עניוות? ער האט נישט געוואלט אז איינער פון די וואטיקאן דינער זאלן אויפפיקן זיין רענצלעך פונעם האטעל, און ער האט אפילו נישט געוואלט פארן מיטן פויבסטליכן קאר צום האטעל, נאר ענדערש געפארן אויפן באס מיט אלע קארדינאלן, ער האט נישט געוואלט זיצן אויפן ספעציעלע פויבסטליכע בענקל, נאר געוואלט שטיין און שמועסן מיט זיין קאלעגן (אונטערטאנטן). איך מיין ער האט זיך עס געלערענט פונעם וויזניצע רבי, ר' שרולטשע.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:24 pm
דורך יאיר
נע, ער מאכט זיך.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:27 pm
דורך קרעקער
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 3:39 pm
דורך מורינו הרב
אפשר קען מיר איינער מסביר זיין א פשוט'ע זאך וואס איך וויל פארשטיין.
פארוואס נעמט מען אזא אלטן פויפסט, וואס וועט קענען אנציען מאקסימום נאך זעקס יאר געזונט און מאקסימום נאך פינף יאר אומגעזינט?
פארוואס נעמט מען נישט א פערציג יעריגן פויפסט, מיט געזונטע כוחות, וואס זאל קענען ציען א פאר יאר און פירן די זאך?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 3:42 pm
דורך זר זהב
NPR האט דאס געפרעגט נעכטן פון א ניו יארקע קארדינאל. ער האט געענפערט אז די וואטיקאן וויל נישט דייקא איינער וואס זאל זיצן צופיל יאר אויפן בענקל.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 3:44 pm
דורך מורינו הרב
דוכט זיך אז פאולס - איינס פאר די לעצטע - איז געזעצן לאנג אויפן בענקל.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 4:18 pm
דורך גאלד
געפילטע פיש האט געשריבן:וואס זאגט די עולם צו זיין עניוות? ער האט נישט געוואלט אז איינער פון די וואטיקאן דינער זאלן אויפפיקן זיין רענצלעך פונעם האטעל, און ער האט אפילו נישט געוואלט פארן מיטן פויבסטליכן קאר צום האטעל, נאר ענדערש געפארן אויפן באס מיט אלע קארדינאלן, ער האט נישט געוואלט זיצן אויפן ספעציעלע פויבסטליכע בענקל, נאר געוואלט שטיין און שמועסן מיט זיין קאלעגן (אונטערטאנטן). איך מיין ער האט זיך עס געלערענט פונעם וויזניצע רבי, ר' שרולטשע.
ס'לייגט זיך שווער אויפן שכל אז ער זאל עס האבן גענומען ר' ישראל'טשע, ווייל פון ווי זאל דען א קאטוילישע גלח פון ארגענטינע וויסן צו זאגן פון א חסידשע רבי פון אר"י?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 4:19 pm
דורך געפילטע פיש
פששש... ווי דא תורה, דארט חכמה!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 4:22 pm
דורך ברסלבער
מיין רעבע פלעגט זאגן, אז נישט תורה, כאטש חכמה...
וועגן דעם פויפסט מיין איך אז דאס איז נישט קיין סימן פון עניוות, עס איז מער א סימן אז ער איז נישט ראוי לאותו איצטלא, אויב ער איז טאקע א פירער פון א ביליאן מענטשן, וואלט ער געדארפט זיך מער אויפפירן מיט שררה'שאפט, און נישט פראווען עניוות שלא במקום הראוי.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 4:32 pm
דורך קרעקער
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 4:50 pm
דורך גאלד
מיינסט אז סנישטא קיין מעגליכקייט ער זאל שטאמען פון אנוסים, דרום אמעריקע איז באקאנט אז ס'דארט דא זייער אסאך אנוסים אפשטאמגע בעיקר בראזיל, מאנכע היסטאריקער האלטן אז אין בראזיל זענען דא "מיליאנען" אנוסים בלי גוזמא
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 4:52 pm
דורך מורינו הרב
אפשטאמיגע פון אנוסים... זיי האבן זיך שוין לאנג אויסגעמישט.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 5:02 pm
דורך גאלד
אהא,
אגב עפעס לעגענדערי איז דא צווישן די אידישע געשיכטעס אז א איד איז געווארן א פויבסט (פארשטייט זיך קיינער האט געוויסט אז ער שטאמט פון אידן, דער פויבסט אויך נישט) און דער טאטע/זיידע איז געקומען אין חלום און אזוי געראטעוועט די אידן פון א געוויסער גזירה,
איינער דענקט עפעס אזא סיפור, איך געדענק קלאר כאבעס אמאל געהערט פון רי"ח גרינוואלד
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:58 pm
דורך איך אויך
מורינו הרב האט געשריבן:אפשר קען מיר איינער מסביר זיין א פשוט'ע זאך וואס איך וויל פארשטיין.
פארוואס נעמט מען אזא אלטן פויפסט, וואס וועט קענען אנציען מאקסימום נאך זעקס יאר געזונט און מאקסימום נאך פינף יאר אומגעזינט?
פארוואס נעמט מען נישט א פערציג יעריגן פויפסט, מיט געזונטע כוחות, וואס זאל קענען ציען א פאר יאר און פירן די זאך?
ווייל זיי דארפן נישט נאך א יאשקע אויפן קאפ.
(זעהט
דא אין די קליינע אותיות אז אפילו ביי די זיבעציג איז מען נישט זיכער דערמיט)