בלאט 5 פון 5
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 9:55 pm
דורך אייז קריעם
מיין ענדרויד איז געווארן סלאו לעצטנס, בפרט בראוזינג.
איך האד דאונלאודעד אן עפפ וואס ווייזט אלע עפס וואס עפענען זיך ביי סטארט אפ.
איך האב געסטאפט אסאך פון די פראסעסעס און ס'ארבעט א מחי'.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 9:57 pm
דורך אייז קריעם
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:כבין הונגריג, וואס זאל איך באשטעלען צו עסען?
בייטאג איז דא לאנטש ספעשלס אויף סושי, איף יא לייק איט.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 11:37 pm
דורך שמעקעדיג
אייז קריעם האט געשריבן:מיין ענדרויד איז געווארן סלאו לעצטנס, בפרט בראוזינג.
איך האד דאונלאודעד אן עפפ וואס ווייזט אלע עפס וואס עפענען זיך ביי סטארט אפ.
איך האב געסטאפט אסאך פון די פראסעסעס און ס'ארבעט א מחי'.
וועלכע עפפ?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 12:48 am
דורך טמיר
געווענליך אזאלכע סארט עפפס מאכן נאר ערגער ווי בעסער
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 8:50 am
דורך אייז קריעם
Start up manager
אויב מען דאונלאוד עס סתם מאכט דאס ערגער, אבער טאמער ניצט מען עס און מען לייגט שלאפן אסאך פראסעסעס וואס מען ניצט נישט כסדר, העלפט עס שוין איינמאל.
Re: עצות, טיפס וכדו'
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 8:58 pm
דורך טמיר
איך האב א oster hair clipper וואס די בלעיד האט געטאנצן און כהאב מיך געמוטשעט צו פארעכטן, ביז די קורצע ווידיאו האט פאראכטן די פראבלעם
https://m.youtube.com/watch?v=AQIQZNPfzD8
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 9:20 pm
דורך שמואל פרימו
וואס זאל איך טון, איך האב א פראבלעם...
ווען איך עס קארן - בפרט די גאנצע קארן (טיראס) וואס מען בייסט אראפ מיט די מויל - בלייבן די קליינע שטיקלעך שטעקן צווישן די ציין, עס איז זייער שווער דאס אראפצונעמען, אסאך מאל קומט עס נישט אראפ אפילו מיט א ציין שטעכל, און עס מאכט געפערליך נערוועז, עס קען ליגן דארט שעות...
איז דא עפעס וואס מען קען טון?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 11:06 pm
דורך קאצקע ציקער
אפשר הרב ארז האט אן עצה פאר דיר
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 5:08 pm
דורך אייז קריעם
נעם עס ארויס מיט א טישא, עס ארבעט פאר מיר. סהאט א שטארקע אחיזה, משא"כ מיט א טוטפיק דארפסטו פינקט צוטרעפן דעם פלאץ און נאכדעם עס קענען ארויסשלעפן.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 9:54 pm
דורך אייז קריעם
לעצטנס ארבעט נישט די קאר blue tooth ווי עס דארף צו זיין. די קול איז קראצעדיג און מען קען קוים הערן. Sienna.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 11:39 pm
דורך שמעון וואלף
א איד האט געדארפט א היטש פאר זיין קאפל אהיים צו גיין פון קאנטרי. ער האט פראבירט דעם און יענעם אבער קיינער האט "פונקט" נישט געהאט קיין פלאץ אדער פערצופעל נישט געפארן דארט ווי ער האט געדארפט.
מה עשה?
ער נעמט זיין קאפל אין קאר און לאזט זיך ארויס צום 17. אנקומענדיג אויפ'ן הייוועי שטעלט ער זיך אויף א זייט און עפענט די הוד. פארשטייט זיך ביז צוויי מינוט האבן צוואנציג קארס זיך אפגעשטעלט זעהן וואס מ'קען העלפן. ער האט געזאגט אז חברים איז אויפ'ן וועג צו פאררעכטן די קאר אבער ער ווייסט נישט וואס צו טון מיט די קאפל. אין נאו טיים האט ער געטראפן פאר זיי א רייד
Re: עצות, טיפס וכדו'
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2019 12:00 pm
דורך החוקר
עס איז מיר בייגעפאלן אז אריינייען אן אימעיל אדרעס אינעם טלית/תפילין בייטל איז א וויכטיגע זאך.
עס איז היינט א וועלט ווי מען פארט ארום איבער דעם גרויסן וועלט. קומט אסאך אויס, אז מען דרייעט זיך אין פלעצער ווי נישט יעדער קען ליינען די אותיות וואס שטייט אויפן בייטל. וויפיל מאל וואלט מען געקענט פארמיידן די עגמת נפש און געלט שאדן פון א פארלוירענע פאר תפילין אין עירפארט, מיט אזא פשוטע זאך ווי אן אימעיל אדרעס.
קען זיין אנדערע טוען דאס שוין יארן, מיר איז דאס אבער היטצערט בייגעפאלן, וויל איך מיטטיילן דעם געדאנק מיט די חברי השטיבל.
- המעוררים