בלאט 5 פון 12

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 1:57 pm
דורך שמעקעדיג
ברסלבער האט געשריבן:(איך נעם נישט אריין אינדערהיים מאגאזינען אן קיין הכשר)

ווי למשל?
נאר דעם שטערן/שפאקטיוו? :P

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 1:59 pm
דורך ברסלבער
צוגעטראפן, חכם עדיף מנביא...

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 4:19 pm
דורך ממרום שלח אש
איז דען דא א מארקעט דערפאר? אפילו ווען סזאל יא זיין געלונגען?

בעיני, איז ער גוט ווי טויט.

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 4:23 pm
דורך לעמיל
שלום עליכם ממרום שלח אש
אביסעל א שרעקעדיגע נאמען

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 4:39 pm
דורך ממרום שלח אש
עליכם שלום

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 4:47 pm
דורך ממרום שלח אש
אגב,

עס איז א אינטערעסאנטע פענאמען, אבער יעדעס מאל וואס איינער עפענט א נייע זאך וויל איך אז עס זאל זיך פארמאכן.

לכאורה ווייל איך טראכט אונטערן באוואוסטזיין אז דער יעניגער איז דאך ווייניגער געלונגען ווי מיר, מילא האט ער דאך נישט קיין רעכט צו פארשפרייטען דיעות, שרייבעכצער, פראדוקטן וכדומה בעת קיינער קוקט נישט אויף מיר.

דאכט זיך אז רוב עולם דא (די קלוגע און געלונגענע) ליידן דערויף.

איך וויל מיך איינרעדן אז עס קומט ווייל איך פארנעם נישט קיין שלאבערישע זאכן, אבער עס האט לכאורה אביסל מיט קנאה אויך.

ווען יענער מאכט ענדליך צו, געב איך א קרעכץ... נעעבעעך...

און איך לייג מיר צוריק אויף די אנדערע זייט מיט א לייכטע געמיט. ב"ה, כקען ווייטער שלאפן, קיינער יאגט מיר נישט איבער.

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 5:18 pm
דורך [NAMELESS]
כמאמר החכם, מום שבך אל תאמר לחברך.... (בבא מציעא נט, ב)

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 5:57 pm
דורך town1
איך האב געקויפט די "מצליח" די דעקל איז זייער שיין, אריינגעלייגט און א פלעסטיק כדי מענטשן זאלן עס נישט אויסליינען אין געשעפט און עס נישט קויפן איז א גוטע געדאנק, די גרעפיקס איז אויך נישט אוועקצומאכן, א גאנץ שיין שטיקל ארבעט די ספעלינג מיסטעיקס מעג פאראכטן ווערן, לייגן ווערטער זייער ברייט אויף איין פעידזש האט נישט קיין שום פשט, סתם אנצופולין די פעידזש, אונטערצורייסן טשארלס היינס האסטו אלץ איד נישט געדארפט טון, די ארטיקל ווי די רייסט אראפ נחום איז געוואלדיג, (איינער מעג אים געבן צו הערן וואס ער דארף צו הערן)ביסט א גוטע שרייבער, און צום לעצט זאלסטו אסאך "מצליח" זיין

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 6:30 pm
דורך ממרום שלח אש
town1 האט געשריבן:אריינגעלייגט און א פלעסטיק כדי מענטשן זאלן עס נישט אויסליינען אין געשעפט און עס נישט קויפן איז א גוטע געדאנק


פשיהא!!! טאקע א געוואלדיגע איידיע!

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:24 pm
דורך [NAMELESS]
מרומם, שיין איינגע׳ארדערט דא ב״ה. איך זעה טאקע אז אלע אנדערע אשכולות שטימט דיר זייער אז האסט נישט געטראפן מגיב צו זיין נאר דא. עפעס דיין שורש נשמה צוהט דיר דוקא דא אהער.
זאג נאר צדיק, אפשר וועסטו וויסן, וואס איז די נייע ארגענאזאציע? ווער שטייט בראש? ווער שטייט מאוחרי? ווער שטייט פון אינטער? וואס איז די מעשה דארט? ווערט שטיצט דאס? וואס גייט דאס טוהן. זינט אדוואקאט איז נעלם געווארן דארף איך דיר פרעגן, זיי נישט באליידיגט.

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:32 pm
דורך ידען
ממרום שלח אש האט געשריבן:
town1 האט געשריבן:אריינגעלייגט און א פלעסטיק כדי מענטשן זאלן עס נישט אויסליינען אין געשעפט און עס נישט קויפן איז א גוטע געדאנק


פשיהא!!! טאקע א געוואלדיגע איידיע!

די שטערן לייגט עס טאקע נישט אין א פלעסטיק און יעדער לייענט עס אין סטאר..

סע אינטערעסאנט אז זיי זענען נאך אין ביזנעס.

אויב מצליח וואלט עס נישט געהאט אין פלעסטיק וואלט איך געקענט אליין זעהן אויב סע אינטערעסאנט, אבער יעצט וועלעך הערען וואס מע שרייבט דא, און זעהן אויב סע ווערט צו קויפען.

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 4:43 am
דורך טעפל
ס'איז נישט די ערשטע וואס לייגט עס אריין אין א פלעסטיק, ס'איז דא אסאך צייטונגען.

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:48 pm
דורך sefish
town1 האט געשריבן:איך האב געקויפט די "מצליח" די דעקל איז זייער שיין, אריינגעלייגט און א פלעסטיק כדי מענטשן זאלן עס נישט אויסליינען אין געשעפט

Excuse me, this is a new magazine and people have a right to see what kind of magazine they are buying for the first time! To put it in a plastic the first time is shameful and shows a lack of confidence!

But good for them. Those idiots who bought it do not deserve those few dollars they spent on it

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:47 pm
דורך מאטי
אריין אין אשכול פארוואס מאנטלויפט פון היימישע געשעפטן

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 9:38 am
דורך מאראנצןזאפט
ס'האט זיך מיר געמאכט א פרייע מינוט בין איך א פארסאפעטער געלאפן צום שפיגל. וואס זאל איך אייך זאגן, וויאזוי א מענטשן ליבהאבער זעט אויס ווייס איך נישט, אבער אזויפיל קען איך קלארשטעלן, אז לויט די ערשטע רעזולטאטן בין איך נישט קיין הונט, איך ביל נישט, און איך בין אויך נישט שמעון ראליניצקי...
צום ענין:
מיט'ן גרעסטן רעספעקט פאר הרב קופערניקעס, האב איך אים קאמפלימענטירט פאר זיין ווערק? אפילו איינס? איך האב קאמפלימענטירט זיין "רצון" און דאס ביזטו אויך מודה אז כונתו רצויה, ער וויל גוטס און ער מיינט נישט קיין שלעכטס.
און דער המשך, דא קומט אריין דער חילוק צווישן קאנסטראקטיוו קריטיק און סתם קריטיק.
סתם קריטיק מיינט דו ביזט א לא יוצלח, פערעיאד.
און אלזא?
נישטא קיין אלזא, אין דער ערד זאלסטו גיין, פארוואס? ווייל דו ביזט א לא יוצלח, און האסט גארנישט באקומען ווען מ'האט געטיילט.
קאנסטראקטיוו מיינט אז מ'פארציילט דעם "פארוואס", וואס האט צוגעברענגט דעם קריטיקירעס החלטה, אבער אן דעם סוף פסוק, דעם תבנא לדינא, דעם סך הכל לאזט מען איבער פאר יענעם.
און וואס פאסירט?
אויב יענער איז א נער, וועט ער גיין אין דער וואנט אריין, ביז ער וועט זען אז ער האט נישט קיין קונדן, דעמאלט וועט ער באשליסן אז בעצם בין איך פערפעקט, נאר ס'איז בכלל נישטא קיין מארקעט, איי דער שטערן? וועט מען זיכן א תירוץ, מן הסתם מאכט ער אויך נישט קיין געלט, ער האלט עס נאר אגב, צו קענען צושטעלן חומר פאר דער זמן, וואס דאס איז שוין ענגליש און ס'גייט יא וכו'.
אויב איז ער א פייגן בלעטעל ווי דו רופסט עס, מאכט ער צו דעם מאגאזין נאך איין חודש און באהאלט זיך אין די מייזן לעכער.
און אויב איז ער פארשטענדליך, וועט ער אויפנעמען א פאר גוטע שרייבער, און געבן זיינע ארטיקלען פאר א פראפעסיאנאל איבערצוארבעטן, ביז ער וועט זיך צולערנען.
און דאס וואס דו האלטסט אז מ'קען זיך נישט לערנען איז אבסורד, קיינער ווערט נישט געבוירן קענענדיג אלעס.

און צו אייך הרב אדוואקאט
באמת האב איך אייך נישט געפלאנט צו ענטפערן ווייל ווער איר זענט ווייס איך נישט, אבער דאס איז קלאר אז איר האט עפעס אן אומפארשטענדליכע בלינדע אגענדע, ממילא איז א שאד די מי, אבער אז מ'רעדט שוין.
קיינער איז נישטא קיין הינט, און קיינער בילט נישט דא, קיינער קומט נישט נאך אייך, און קיינער קומט נישט דא נאך קיינעם. קיינער איז נישט מקנא דעם מצליח ווייל ס'איז נישטא קיין סיבה אים מקנא צו זיין, אפגעזען צו דער מאגאזין איז גוט אדער נישט.
מיר קענען טאלערירן דיינע פארנעפלטע אויסברוכן, אפשר אפילו אקצעפטירן, אבער זיכער נישט רעספעקטירן. מיר זענען נישט געוואוינט דא דערצו. א דאנק.
אלע אויגן צוריק אויף די פלעצער, זאל זיין ארדענונג דא.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 10:10 am
דורך חשבון
איך מיין אויך אז די ערשטע אויסגאבע וואלט געמעגט זיין אן א פלאסטיק אז מ'זאל קענען זען בעפארן קויפן

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 11:55 am
דורך אביגדור
מיין.

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 12:00 pm
דורך מורינו הרב
נחום ראזנבערג שרייט אז ער גייט פייטן אז 'כלל ישראל איז נישט אונטער אטאקע'. ער וועט נישט לאזן יאסי געשטעטנער אויפברענגען און מסביר זיין פאר די וועלט אז מיר געפינען זיך אונטער אטאקע, ווייל דאס שטערט די מלחמה קעגן פעדעפיליע.

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 7:52 pm
דורך זר זהב
איך ליין אז דער צווייטער מצליח איז ערשינען (ליידער)

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 8:48 pm
דורך אבי גערעדט
ניסן

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 9:09 pm
דורך משה געציל
זר זהב האט געשריבן:איך ליין אז דער צווייטער מצליח איז ערשינען (ליידער)

פארוואס ליידער? עפעס קלייניגקייטן?! חסידים גייען אנפאנגען צו דינען אין דזשורי! איר ווייסט וואס דאס מיינט?!
איך בין זיכער אז ווען הרב לעפקאוויטש מיט זיין כולל קעפל גייט אנקומען אין געריכט, גייען די ריכטערס ארויסגיין פון התפעלות פון די קליגשאפט וואס די גמרא קעפלעך פארמאגען. איך וועל נישט זיין סופרייזד אז דער הויפט ריכטער שטעלט זיך אויף פון בענקעל און גיבט עס איבער פאר ר' מנשה פילאפ.
און דאס אז בילי טאמפסאן גייט נישט טשעפענען די מציצה בפה איז עפעס אוועקצומאכען? עס ברענגט טשענסעס צוריק צו ברענגען שיטה מקובצת'ן!
ווילסט נאך??? מוטה פראנק זאגט קלאר און דייטליך; "יאך בין נישט קיין רב, רבי', מנהיג, ס"ה א איד וואס האט אמת'דיג ליב יעדעם איינעם"! איך זיך נאך אפאר אזעלכע אידן אויפן ערד קוגעל!

נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 5:47 pm
דורך יידל
ר' מוטה פראנק איז מחזק "לבנות נשברות"? וואו שאפט מען די צעבראכענע לבנות?

נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 6:26 pm
דורך ונבנתה העיר
נאר על צד אז ר' לייזר האט געהאט א נפילה.