בלאט 5 פון 14
נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 3:54 am
דורך לעמאן דזשוס
מ׳פריי מיר זיך מיט זר
נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 3:56 am
דורך לעמאן דזשוס
זר זהב האט געשריבן:איך בין נישט א מלך און נישט א בן מלך, זעהסטע שוין וויזוי איך טויג. אפשר מעגסטע מיר זאגן אין אישי.. איך האב שוין ממילא געשטימט
פארוועם האסטו געשטימט..א גאסט אויף א ווייל
נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 3:56 am
דורך זר זהב
מ'מעג זאגן?
נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 3:58 am
דורך לעמאן דזשוס
דארף פרעגן די מנהלים...כאף אז אז האסט נישט געוועלט פאר דיין שטיקל.
נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 3:59 am
דורך זר זהב
מיינס האסטע בשו"א נישט געוואלט אריינלייגן, האסט גע'טענה'ט אז ס'באלאנגט אין צימעס
נישט מוחל
נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 4:01 am
דורך לעמאן דזשוס
הערויף, קוק איבער....איינער זאגט אז דרייצן באלאנגט אין אחורי הפרגוד. אבער אין צימעס נעה. אפשר צוויי באלאנגט אין די סאמאטוכע...
נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 4:01 am
דורך זר זהב
איך האב געשטימט פאר 3 5 7 און 15
אלע אנדערע זענען בכלל נישט אוועקצומאכן.
נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 4:03 am
דורך לעמאן דזשוס
מען זעהט אז האסט א פאעטישן לעבער אין דיר!
פאר מיין בלעטל האסטו נישט געשטימט!!! שטים איך נישט פאר דיין אכט׳ער
נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 4:05 am
דורך לעמאן דזשוס
אחראים פירטס אריבער דעם שמועס
נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 4:06 am
דורך זר זהב
דיין בלעטעל איז אייזן, א קלואס ראנער אפ. איך האב אבער געשטימט פאר א ווערייעטי...
במקוה להכנה
נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 4:08 am
דורך לעמאן דזשוס
כבין צופרידן מיטן ראננער אפ פלאץ, אפילו עס קומט נאך פיר, איזעס אבער פאר אנדערע צעהן!!!
און איך זעה אז טעפל פארשטייט דיין מקווה.
נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 4:10 am
דורך זר זהב
לעמאן דזשוס האט געשריבן:כבין צופרידן מיטן ראננער אפ פלאץ, אפילו עס קומט נאך פיר, איזעס אבער פאר אנדערע צעהן!!!
און איך זעה אז טעפל פארשטייט דיין מקווה.
אט אזוי, ביזט א פאזיטיווער קוקער!
נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 4:10 am
דורך לעמאן דזשוס
האמיר שוין צוויי געשטימטע ניקס. זר, און טעפל...יאיר האסט שוין געשטימט?
נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 4:11 am
דורך זר זהב
אוי טאטי שרייבט ערגעץ וואו אז ער האט שוין אויך געשטימט אן א איידי, ווייסעך נישט צי ס'וואליד, דא איז נישט פענסילוועניע
נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 4:14 am
דורך נולד מאוחר
זר לאזט דיך נישט איבער רעדן, גארנישט האט זיך געטוישט זייט האסט אונז פארלאזט.
נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 4:14 am
דורך לעמאן דזשוס
איך זעה אז עבסענטי בעללאטס האבן זיי בשום אופן נישט געוואלט אננעמען, דבילה איז דא זר איז דא פערזענליך אפצוגעבן דעם שטימע...באלד האמיר דעם עי1בי2 מיסטער אויך
נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 4:14 am
דורך זר זהב
א גוטע נאכט, פון מארגן א וואך איז פורים
נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 4:15 am
דורך שמעקעדיג
געשטימט.
א גוטע נאכט/וואך/מארגן......
נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 4:18 am
דורך נולד מאוחר
איך שטים נישט. איך האלט אז סגייט אן אלע איסרים פונעם ויואל משה אויף די בחירות.
נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 4:19 am
דורך יאיר
לעמאן דזשוס האט געשריבן:האמיר שוין צוויי געשטימטע ניקס. זר, און טעפל...יאיר האסט שוין געשטימט?
חלילה! דער עולם נעמט דא די וואוטס מיט אזא לייכטזיניקייט, פונקט ווי די אמעריקאנער באטראכטן די פרעזידענטליכע וואלן. מען כאפט א בליק אויף יעדן שטיקל, מען ליינט צוויי שורות, און געגאנגען! ס'איז עפעס א קלייניקייט צו וואוטן אויף פאעזיעס?! צדיקים פלעגן אריינלייגן אזעלכע כוחות ביי די יערליכע קאנטעסטים. מ'זאגט נאך פונ'ם הייליגן רבי'ן רבי רבינו סעכעליינו אז וואויל זענען די אויגן וואס האבן געזען אויגן וואס האבן געזען די מלאכים ושרפים וואס קומען אראפ ביים וועלן פאר פאעזיעס. איך וועל זאגן א לשם יחוד, אריינלייגן צדקה אין די פושקע, און בעת רעוא דרעוין וועל איך מאכן מיין החלטה מיט אויסגעוויינטע אויגן, און מתפלל זיין בדמעות שליש אז איך זאל מאכן די ריכטיגע החלטה און מעלה זיין די ניצוצות הקדושים ואס האבן זיך פארוואלגערט אין די זוהמא'דיגע שירי אהבה.
נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 4:29 am
דורך לעמאן דזשוס
יאיר האט געשריבן:לעמאן דזשוס האט געשריבן:האמיר שוין צוויי געשטימטע ניקס. זר, און טעפל...יאיר האסט שוין געשטימט?
חלילה! דער עולם נעמט דא די וואוטס מיט אזא לייכטזיניקייט, פונקט ווי די אמעריקאנער באטראכטן די פרעזידענטליכע וואלן. מען כאפט א בליק אויף יעדן שטיקל, מען ליינט צוויי שורות, און געגאנגען! ס'איז עפעס א קלייניקייט צו וואוטן אויף פאעזיעס?! צדיקים פלעגן אריינלייגן אזעלכע כוחות ביי די יערליכע קאנטעסטים. מ'זאגט נאך פונ'ם הייליגן רבי'ן רבי רבינו סעכעליינו אז וואויל זענען די אויגן וואס האבן געזען אויגן וואס האבן געזען די מלאכים ושרפים וואס קומען אראפ ביים וועלן פאר פאעזיעס. איך וועל זאגן א לשם יחוד, אריינלייגן צדקה אין די פושקע, און בעת רעוא דרעוין וועל איך מאכן מיין החלטה מיט אויסגעוויינטע אויגן, און מתפלל זיין בדמעות שליש אז איך זאל מאכן די ריכטיגע החלטה און מעלה זיין די ניצוצות הקדושים ואס האבן זיך פארוואלגערט אין די זוהמא'דיגע שירי אהבה.
נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 4:41 am
דורך משה געציל
ברעקינג: א געוויסע באריכט ווייסט צו פארציילן אז פרעזידענט באראק ח. אבאמא האט געשטימט פאר זיין קעגנער מיט ראמני, נאכן זיך איבערצייגן אז ראמני לויפט אויף א בעסערע פלאטפארמע ווי אים!
איר האט זיך באגעגענט מיט דעם העדליין? אוודאי נישט! עס איז דאך לא היה ולא נברא!
אבער בערך אזוי פיל איך יעצט ווען איך האב שטארק מורא אז איך גיי מוזן לייגן מיין גרויס כבוד אין בוידעם אויף אפאר מינוט, און א שטים טאן פאר פיר אנדערע. איינס בעסער פונעם צווייטן!
נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 9:59 am
דורך [NAMELESS]
א בקשה צו די מנהלים. מ'קען אפשר טוישען אז מ'זאל מעגען שטימען פאר 8 אדער 9 שטיקלעך?? איך קען נישט אויסקלויבען 4 צווישן אזוי פיל הערליכע זאכן!!