בלאט 5 פון 6
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 3:28 am
דורך יואליש
http://www.nypost.com/p/news/local/bari ... Dl28uohI/0"He helped send a wrongly accused man to prison because of what cops told him to say — and he helped get him out because of what the Torah commanded him to do."
שיינע ליין.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 3:47 am
דורך זר זהב
וואס גייט פאר מיט די קאממענט סעקציאן. מ'קען מער נישט לייגן קאממענטס אויף די פאוסט סייט?
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 3:52 am
דורך יואליש
כ'האב זיך אויך געווינדערט. כ'האב עס געזיכט ווייל כ'האב געוואלט זעהן צו א פשוט'ע ליינער קוקט עס אויך אן אזוי שיין, אז אלס ערוואקסענער זיכט ער מתקן זיין די טעות נעורים, אדער באשולידגט מען אים אין אפירקומען אביסעל צי שפעט. מסתם זענען דא אזוי און אזוי.
דרך אגב, דער ליבערמאן רעדט פיין מיט עדרעסאן קופער. זיין ענגליש איז פיין און אויסגעהאלטן.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 3:55 am
דורך זר זהב
איך האב שוין באמערקט א שטיק צייט אז איך זעה נישט קאממענטס מער אויף זייער סייט.
מיר איז נישט געפאלן וויזוי ליבערמאן האט גערעדט צו קופער, ער האט נישט גענוג סימפאטירט מיט רענטע. ער האט צופיל גערעט פון זיך, ער וואלט געדארפט מער עמפיסייזען זיין מיטלייד מיט דעם גוי.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 5:51 am
דורך shem-tov
דא בלייבט דאך אזויפיל קשיות, ווער איז למעשה געווען דער מערדערער? און די מוסר השכל איז דאך אויך מוראדיג וויאזוי שפעטער און לעבן דרייען זיך זאכן אזוי ארום
איך וויל נישט דא פארקריכן צו די בני יואל פרשה אבער ס'איז א פרייד אז מנחם הייבט שוין אן איבערצובעטן וועמען ער האט וויי געטאן, איך וואונטש אים הצלחה וברכה
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 9:44 am
דורך blauvelt
shem-tov האט געשריבן:דא בלייבט דאך אזויפיל קשיות, ווער איז למעשה געווען דער מערדערער? און די מוסר השכל איז דאך אויך מוראדיג וויאזוי שפעטער און לעבן דרייען זיך זאכן אזוי ארום
איך וויל נישט דא פארקריכן צו די בני יואל פרשה אבער ס'איז א פרייד אז מנחם הייבט שוין אן איבערצובעטן וועמען ער האט וויי געטאן, איך וואונטש אים הצלחה וברכה
Where does the bnei yoel come in what did he do to the bnei yoel
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 9:51 am
דורך יואליש
זר זהב האט געשריבן:
מיר איז נישט געפאלן וויזוי ליבערמאן האט גערעדט צו קופער, ער האט נישט גענוג סימפאטירט מיט רענטע. ער האט צופיל גערעט פון זיך, ער וואלט געדארפט מער עמפיסייזען זיין מיטלייד מיט דעם גוי.
אמת. קופער האט אים געגעבן צוויי מאל א שאנס, אבער ער האט עס נישט אויסגעניצט.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 10:15 am
דורך אוי טאטי
C/P;
WOW! Renta's lawyer informed Leiberman he will sue him 4 being a (13 year old boy) witness that led to Renta's conviction!
איינער ווייסט צי דאס איז אמת?
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 10:24 am
דורך בן תמליון
איינער זאגט מיר ער קען דעם ליבערמאן פון אלס בחור און פונקט ווי ער האט דעמאלטס געזען דעם גוי צו זיין א וויכטיקער בחור אזוי קען מען איהם גלייבן יעצט מיט זיין מעשה מיטן דעטעקטיוו. אן איינגערעטער וויכטיק מאכער וואס מען קען נישט גלייבן קיין ווארט. איך זאג נאר נאך פון איינעם איך קאן איהם נישט.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 1:06 pm
דורך דעת תורה
אין פאוסט זע איך, אז ליבערמאן האט געזען 2 גוים זיצן אין די קאר, יעצט אויב רענטא האט באמת מודה געווען - און קען זיין די ען עי האט עס טאקע באשטעטיגט - אז ער איז געווען אויף די סצענע, איז כמובן שוין נישטא קיין שום סתירה צווישן חיים וויינבערגער און די מעגליכקייט אז רענטא איז געווען דער שיסער. אמער, קיינער האט דאך נישט געזען די שיסעריי בפועל ממש, מען שטעלט עס נאר צוזאם מיט די רויבעריי אויף וויינבערגער אן קיין הארטע באווייז, אבער עס איז בכלל נישט מוכרח אז דער רויבער האט געשאסן, זייער מעגליך אז רענטא (וואס האט לפי דעם אפגעווארט אינדרויסן) האט געשאסן, און אפילו אויב נישט האט ער א געהעריגער חלק אינעם אקט פון: "בארויבן די קאר פון איר אייגנטומער דורך אים שיסן", וחלק כחלק יאכלו.
איך פארשטיי נאר נישט איין זאך, זענען טאקע די 2 גוים געזיצן אינעם קאר און געווארט אז ליבערמאן זאל זיי באמערקן?
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 1:53 pm
דורך שמעקעדיג
אויב זאל זיין אמת וואס ליבערמאן פארציילט, וואלט מען געדארפט אפירנעמען די פאליציי וועלכע האבן אים געהייסן אנווייזן אויף רענטא, און זיי איינזעצן אויף 37 יאר. זאלן זיי עסן וואס זיי האבן אפגעקאכט.
איך פארשטיי אז דאס וועט נישט געשעהן, און קיין שום לעסאן וועט מען דערפון נישט ארויסנעמען. הזאת יוסטיץ?
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 1:57 pm
דורך זר זהב
דעת, ס'נישט געווען קיין שום די ען עי עווידענס און דאס אז ער האט מודה געווען איז אויך נישטא קיין באווייזן.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 1:59 pm
דורך דעת תורה
פון וואו ווייסטו פאר זיכער אז עס איז נישטא קיין די ען עי? פארוואס האט מען ביז יעצט יא געזאגט? און אוודאי איז דא זיין קאנפעשאן, האט ער עס דען נישט געגעבן בכתב אדער איז עס נישט רעקארדירט געווארן לכה"פ?
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 2:03 pm
דורך זר זהב
ניין. און די דזשאדזש האט בשעתו פארגעהאלטן דעם דעטעקטיוו פארוואס ער האט עס נישט רעקארדירט אזוי ווי די פראטאקאל פארלאנגט. די ען עי איז נישט געווען לויט ווי איך האב געליינט
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 2:44 pm
דורך בן תמליון
עס זענען געווען צוויי גוים אין די קאר. נאך איינער ש.ר. האט זיי געזען זיצן פארטאגס עס איז איהם געווען גענוג פארדעכטיגט אז ער האט געקוקט די לייסענס פלעיטס וואס ער האט ליידער שפעטער פארגעסן.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 2:48 pm
דורך דעת תורה
וואס הייסט? די לייסענס פלעיטס איז דאך געווען יחזקאל שמש'ס פלעיטס, ניין?
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 2:50 pm
דורך זר זהב
ס'געווען א געט אוועי קאר רעדי פאר'ן רויבער צו אנטלויפן. כ'וואלטיר געראטן צו ליינען דעם טיימס ארטיקל, קוקסט נישט אויס אינפארמירט איבערן געשיכטע, זיי לייגן עס אראפ מיט אלע דיטעילס גאר גוט.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 3:23 pm
דורך דעת תורה
דעם טיימס ארטיקל פון לעצטע וואך האב איך גראדע יא געליינט, איך געדענק נישט דארט וועגן א געטעוועי קאר. אויף די פארומס האט מען גערעדט אז דער קאר איז נישט אנגעקומען אדער האט אפגעטראגן. זא ווי זא, אויב ליבערמאן האט געזען רענטא אין די געטאוועי קאר, איז דאך רענטא זיכער נישט געווען דער שיסער אמער ער האט דאך געהאט אן אייגענע קאר. און בכלל, גוים פלעגן דען האבן סטעישאן וועגאן'ס? איך האב פארשטאנען אז עס איז אים פארגעקומען מאדנע צו זען א גוי אין א סטעישאן וועגאן

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 12:07 am
דורך דעת תורה
זר, ליין דעם היינטיגן עי פי באריכט, זיי שרייבן אז רענטא האט אונטערגעשריבן קלאר אז ער איז געווען פארמישט אין די רויבעריי, און ער איז אפילו געווען אויף די סצענע הארט בעפאר די שיסעריי. דאס שטימט זייער גוט מיט וואס איך האב געשריבן.
נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 12:22 am
דורך נייגעריגער
דעת: פליז לינק אהין!!
נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 12:28 am
דורך זר זהב
נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 12:32 am
דורך נייגעריגער
גרויסע ש'כח!
נשלח: זונטאג יולי 07, 2013 4:16 pm
דורך זר זהב
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=vuJUNb-hSj8[/youtube]